בלאט 2 פון 2
Re: דער שפראך וואס וואנדערט
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:40 pm
דורך פרייוויליג
דעת תורה האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:נאך וואלט געווען אינטערסאנט אויסצושמיעסן פון וואו עס שטאמט פארשידענע א.ג. מנהגים אינערהאלב אידיש. למשל: ווען א פרעמדע מאן טרעפט א פרעמדע פרוי נוצט ער נישט א לשון נוכח, נאר אנשטאט נוצט מען 'איר'. קודם דארף מען פארשטיין וואס איז אידיש הייליגער פון לשה"ק ווי מען נוצט נישט קיין ספעציעלע טערמינען ווען מען צוויי מינים רעדן, אויסער אז מען באטאנט צי עס איז א זכר אדער א נקיבה. עס וואלט זייער אינטערסאנט געווען אויב עמיצער קען ברענגן די מקור דערפון.
ווען א פרעמדע מאן טרעפט א פרעמדע מאן, וועט מען - אנהייב עכ"פ - אויך זאגן איר. און ס'איז אינעוויטעבל אז מיט די מחיצה צווישן מענער און פרויען הנהוג במחוזותינו זאל מען רעדן לכה"פ אזוי פרעמד ווי צו א פרעמדע מאן.
מען קען זאגן אז 98% מענטשן איבעלט עס ווען מען רופט זיי ׳איר׳. אויסער די 2% וואס ליידן אויף מזרח וואנט און אנדערע חלאים. עס מאכט דעם מענטש שפירן ווי א שמאטע, און זייער אומפארמעל. איך פרעזענדליך וועל כמעט קיינמאל נישט נוצן ׳איר׳ אויסער פאר א זקן מופלג וואס האט שוין נישט קיין ציינער. עס מאכט אסאך מאל אוממעגליך צו פירן א געשפרעך מיט א מענטש, ווייל דער ׳איר׳ שטינקט פון ביר און ׳אייך׳ איז בכלל נישט קיין זאך.
--
איך האב אויפגעברענגט די נושא פון איבערזעצן ספרי קודש אויף לשון חול, ווייל עמיצער האט גערעדט פון האבן איבערזעצט דעם חובת הלבבות פון אראמיש.
Re: דער שפראך וואס וואנדערט
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:16 pm
דורך ירא שמים
רבנים און ביי די תורה׳דיגע קרייזן בכלל איז כמדומה אידיש קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל, סאיז נישט גענוצט געווארן אלס שריפטליכער שפראך חוץ פאר נשים וע״ה און מהאט קיינמאל נישט געלערנט קיין גראמאטיק דערויף.
ווער איז די יידישיסט?
נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 10:48 am
דורך פרייוויליג
די מעלות די חודש ביי מאמע לשון, האט א גאנצע אפשאצונג איבער די 'וב' פון שטעט אין דער אלטער היים. ווי באבוב, דינוב וכדו'. א גאנצע אריכות פארוואס מען זאגט נישט באבעוו, אדער דינעוו. נאך דעם זאגט צווישן אנדערע אז להוציא לבם של יידישיסטן וואס האבן אלעס געזוכט צו פאראידישען, ווי למשל 'עמעס', 'משיגאסען' א.ד.ג. עס איז אזוי אינטערסאנט צו זען ווי וואך נאך וואך קאכט זי איבער די מאמע לשון, אבער זי איז בכלל נישט אויסן צו גיין אין די פיסטריט פון די יידישיסטן. טייטשט די יידישיסטן האבן געהאט איין סארט משוגעת, און די בעל המעלות האט אן אנדערע סארט משוגעת. נאך א מורא'דיגע משוגעת פון די מעלות האב איך אויפגעפאסט [ח"ו זיך נישט פארמישן מיט די יידישיסטן] אז זי זוכט נאר צו נוצן ריינע אידישע ווערטער, אינדערצייט וואס מען נוצט זיי קוים, למשל: 'לערערין', ווער זאגט נאך היינט לערערין? אדער 'קיכן' ווער שרייבט נאך היינט 'קיכן'? אזוי איז נאך דא צענליגער ביישפילן.. אבער זי טרוימט אויף עפעס אנדערש... זי איז נישט קיין יידישיסט..
Re: דער שפראך וואס וואנדערט
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:56 am
דורך דעת תורה
וואס הייסט "מ'זאגט נישט"? מ'זאגט טאקע יא. קוק אין יעדן פארצייטישן צייטונג וועסטו זען באבאוו. דאס אז אין פלעצער וואס מ'האט בכלל נישט געקענט אידיש ספעלינג שרייבט מען באבוב, און נאטורליך וויבאלד דער הויף רופט זיך אזוי רופט מען זיי אזוי , איז נאך נישט קיין קשיא וואס ברויך א תירוץ.
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:17 pm
דורך berlbalaguleh
[quote="פרייוויליג"]די מעלות די חודש ביי מאמע לשון, האט א גאנצע אפשאצונג איבער די 'וב' פון שטעט אין דער אלטער היים. ווי באבוב, דינוב וכדו'. א גאנצע אריכות פארוואס מען זאגט נישט באבעוו, אדער דינעוו. נאך דעם זאגט צווישן אנדערע אז להוציא לבם של יידישיסטן וואס האבן אלעס געזוכט צו פאראידישען, ווי למשל 'עמעס', 'משיגאסען' א.ד.ג. עס איז אזוי אינטערסאנט צו זען ווי וואך נאך וואך קאכט זי איבער די מאמע לשון, אבער זי איז בכלל נישט אויסן צו גיין אין די פיסטריט פון די יידישיסטן. טייטשט די יידישיסטן האבן געהאט איין סארט משוגעת, און די בעל המעלות האט אן אנדערע סארט משוגעת. נאך א מורא'דיגע משוגעת פון די מעלות האב איך אויפגעפאסט [ח"ו זיך נישט פארמישן מיט די יידישיסטן] אז זי זוכט נאר צו נוצן ריינע אידישע ווערטער, אינדערצייט וואס מען נוצט זיי קוים, למשל: 'לערערין', ווער זאגט נאך היינט לערערין? אדער 'קיכן' ווער שרייבט נאך היינט 'קיכן'? אזוי איז נאך דא צענליגער ביישפילן.. אבער זי טרוימט אויף עפעס אנדערש... זי איז נישט קיין :
מרס. פרייוויליג: איך האב דעם ארטיקל אין די פרויען מאגאזין..."מעלות" נישט געליינט. ווייס איך נישט וואס די אידענעס האבן געהאט צו זאגן און פילאזאפירן איבער דעם טעם פארוואס מ'זאגט נישט באבעוו נאר באבוב אדער דינעוו נאר דינוב. נאר איין אך איז זיכער אז דאס ווארט..."קיכן"...אזוי ווי זיי שרייבן עס אנגעבליך, איז זיכער פארגרייזט. ווייל דאס ווארט שטאמט פון דייטש...און דאס דארף געשריבן ווערן מיט א וואוו. "קוכן" (בהברה ליטאית). נאר איך וואונדער מיך נישט אויף זיי. ווייל זיי זענען א חלק פון די אידישע פרויען באפעלקערונג וועלכע האבן באקומען דעם חינוך הקלוקל. און זיי זענען גלייך צו תינוקות שנשבו...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:04 pm
דורך פרייוויליג
קען זיין 'קיכן' איז מיין גרייז.. יעצט אז איך בין א מרת קען עס שוין מאכן סענס..
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
העי פרייוויליג, כ'האב געמיינט ביזט א מיידל. אקעי, מעגסט דעך שוין אנטון א שפיצל; שוין העכסט צייט.