רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אקוראט ארויס געברענגט די טענה פון ר' שש. אנשטאט'ס רעדן צו דער זאך, איז דיין טענה מער ווייניגער אז יעדער איז שוין פעסט ביי זיך און ממילא זאל ער שווייגען.

You are either part of the problem or part of the solution
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:מיין פעטער האט מיר אמאל געזאגט אן אייגן פאבריצירטע שטיקל זוהר [מיט מיינע הוספות], וז"ל: כד יתבין ישראל ואכלין סעודתא דשבתא, ושתיין חמרא חריפא אוכמתא ותכלתא (פי', יי"ש בלעק לעיבל און בלוי לעיבל), ואכלין תרנגלותא פטימא, פשטידא, פרגולתא, ומיני דתרגימא, ואמרין 'לכבוד שבת קודש'. קוב"ה מאי קא עביד בההוא שעתא? קוב"ה אומר לפמליא דיליה: 'נצחוני בני, נצחוני'...

גאט קרעכצט אונטער: קינדערלעך טייערע, איר האקט אריין מכל הבא ביד מנחה, און נאכהער שלעפט איר ארויס דעם Joker 'לכבוד שבת קודש', און יעצט בין איך חוזק. 'נצחוני בני, נצחוני'.
מיין טייער קינד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!

דאס דערמאנט מיר פון א חב"ד'סקער טשיקאווער טיפוס בשם ר' זעליג, וואס האט אמאל אויסגע'משל'ט די פאלגענדע מעשה, אין די צייטן ווען קאמוניזם האט נאך געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט אין רוסלאנד:

אין א קאלטער שבת בייטאג, זענען צוויי אידן אנגעקומען אין בי"ד של מעלה, זיי זענען אקארשט געשטארבן. איינער איז געווען אן אונגארישער, אין די זעכציגער/זיבעציגער יארן, מיט א ווייסע בארד, און אנגעפאשעטע בייכל. דער צווייטער איז געווען א יונגערמאן, א ליובאוויטשער חסיד מיט א פעך שווארצע בארד, אויסגעדארט און מיט שארף-שפיזיגע אויגן.

---

די בי"ד קוקט מיט פארוואונדערונג אויפן ליבאוויטשער יונגערמאנטשיק, און פרעגן אים וואס ער זוכט דא אזוי יונג אויבן?! דער יונגערמאן ענטפערט, אז ער וואוינט אין רוסלאנד און ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף יעדע מצוה. היינט האבן אים די קעי. דזשי. בי. געכאפט, און אים געצווינגען צו לאזן אפשניידן זיין בארד. ער האט זיך נישט געלאזט, האבן אים די רשעים צוגענומען זיין מאנטל, און אים געהייסן שטיין אין הויף פונעם געביידע אין די ביטערע רוסישע פראסט, ביז ער וועט זיך ברעכן און לאזן שערן זיין בארד. ער האט זיך נישט געלאזט, און ער איז פשוט געשטארבן במסי"נ בעצם יום השב"ק אויסגייענדיג פון די ביטערע קעלט, אלס אבי נישט צו שניידן די בארד.

די בי"ד של מעלה בליקן זיך איבער, און פרעגן אים: פארוואס טאקע האט איר זיך נישט געלאזט שניידן די בארד? דער איד ענטפערט אויפן פלאץ: 'וואס הייסט? איך וועל דען לאזן מ'זאל צורירן די "דיקנא קדישא"?!'. אבער די בי"ד של מעלה זאגט אים, אז ס'נישט אזוי פשוט, ווייל מ'מוז זיך נישט מוסר נפש זיין נאר אויף די שלש חמורות, און וויבאלד ס'דא התירים זיך צו לאזן שערן די בארד, קומט אויס אז ער איז מעגליך געווען א 'מאבד עצמו לדעת' מיטן בלייבן שטיין אין די קעלט ביז ער איז געשטארבן, ווייל להלכה וואלט ער ענדערש געדארפט זיך לאזן שניידן די בארד. בקיצור, ס'איז ארויס די פסק בי"ד אז ער דארף גיין אין גיהנום פארן זיין א ספק מאבד עצמו לדעת.

---

דערנאך רופט מען צו דעם אלטן אנגעפראסענעם אונגארישער איד, און מ'פרעגט אים וואס ער זוכט דא אויבן. זאגט ער, אז ער פירט זיך יעדע וואך איינצוקויפן פאר שבת געפילטע פיש, סעלמאן פיש, ווייט פיש, שמאלץ הערינג, שטיגליץ הערינג, פיקלד הערינג, כריין און דיפס, זכר בונדלעך און ליימע בונדלעך, גאלע, קישקע, פאטעיטע קוגל, לאקשן קוגל, ירושלימ'ע קוגל, סעלאמי, מארך, און ער פאקט דאס אלעס אריין אין געדערים למען שמו באהבה, 'לכבוד שבת קודש'. די וואך האט ער זיך אנגעגעסן ביז ס'געווען קשה כח הסבל און ער איז פשוט אויסגעגאנגען פון זיך איבערעסן.

די בי"ד של מעלה טראכט אריין, און קומען צום החלטה אז דער איד האט מענג געווען דעם שבת שוין די לעצטע פערציג יאר, זיין בויך איז א שטארקע ראי' דערצו, נו 'המענג את השבת נותנים לו נחלה בלי מצרים', מ'וועט פארקוקן זיינע עבירות און ער איז זכאי בדין: 'אריין אין גן עדן'.

---

האט דער חב"ד'סקער אויסגעפירט די מעשה: 'און איך בין נאכאלס מער מקנא דעם ליובאוויטשער'ס גיהנום, ווי דעם אונגארישער'ס גן עדן'...!

לדעתי, ליגט אין דעם משל/מעשה, א טיפע נקודה.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אדנירם האט געשריבן:...לדעתי, ליגט אין דעם משל/מעשה, א טיפע נקודה.

ביטע ברענג ארויס די נקודה, פאר די שוואכע קעפ...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker

שליחה דורך רימון »

אוי שש, האסט מיך דערווארגן מיט דער מעשה, משיקט מיך יעצט צום אונגארישערס גן עדן.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

גאר געוואלדיג, שש.

אדנירם האט געשריבן:דא קומט אריין דער Joker: דער וואס ליבט געשלעגן און בלוט פארגיסונגען, וועט זיך אננעמען פאר זיין רבי און שלאגן דעם צד שכנגד [געווענליך, זיין רבי'ס ברודער]. ער שלאגט דאך לש"ש.

דער וואס האט ליב צו בא'שגצ'ן אנדערע, דערנידערן און צוקלאפן א צווייטן, גייט ארומגיין מיט א פארזויערטע מינע אויפן געזיכט ביי הויכע שמו"ע, זוכן א קרבן וואס רעדט אינמיטן שמו"ע וואס דאן האט ער מצוה פון 'וגוערין בו'.

דער וואס וויל ווארפן שטיינער, וועט שטיין און ווארטן אויף א קאר אום שבת, צו קען מקנא זיין קנאת ה' דורך צו'מזיק'ן יענעמ'ס קאר מיט זיין שטיינער ווארפעריי. בשעת הדחק וועט ער זוכן א סאלדאט, שרייען 'נאצי', און דאן איז ער פולשטענדיג בארעכטיגט מיט זיין פארשטיינערן א צווייטן.

דער וואס לעבט פון דערדריקן א צווייטן, דער וואס אטעמט 'מתכבד בקלון חבירו', דער טרעפט שוין באמישקייט אין א צווייטן, א אינטש וואס פעלט אין יענעמ'ס ווייב'ס קלייד, א סעלפאן וואס האט נישט א ספעציפישער קהילה זיגל, אדער באשאפט מען א נייע תקנה, מיט וואס ער איז הייליגער פון יענעם, און מיט וואס ער קען יענעם צוקוועטשן. ער איז דאך א פרומער, א מתחסד עם קונו, א מקנא קנאת ה', א לוחם מלחמת חרמה מיט מחבלים בכרמים.

און גאט וויינט, ובת קול מנהמת כיונה ואומרת:
מיין טייער קינד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!

[center]***[/עם Joker - - -[/b]


ונבנתה העיר האט געשריבן:דער צמח צדק (דרך מצותיך, איסור לא תבערו אש) שרייבט:

... ע"ד דוגמא מאשר אנו רואים למטה שיש בנ"א שעיקר חיותם הוא כשפועלים דין בבנ"א, כנראה בחוש כאשר יקרה לבנ"א הללו אנשים עוברי עבירה תיכף מתחמם לבבם ויתמלאו חימה וכעס להענישם ולהכותם מכות אכזרי ורציחה ממש ובפועל ידם דוקא, ולא ינוחו ולא ישקטו עד עשות בהם פעולה הרעה בתכלית, והיינו מצד שטבעם רע בעצם, ע"כ זאת הרעה שיפעלו בבנ"א תחי' אותם חיות וקיום נצחי, ובלעדו אין להם חיות כלל, ובבוא לידם פעולת הרציחה כאילו מתחדש נפשם מצד שזה חיותם. והנה הגם שילבישו הדבר לש"ש על שעבר עבירה אין זה אמת כלל ...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שש דיין מעשה איז צריך בדיקה אחריו ווייל כ'מיין אין יענע קאמוניסטישע צייטן איז נאך נישט געווען צו באקומען קיין סאלאמי
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

#google_is_your_friend

זוך אויף. דער אמאליגע ווארט איז ווארשט ובלע"ז wurst

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאמאן, נוץ דיין JOKER.....
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום על ישראל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:...לדעתי, ליגט אין דעם משל/מעשה, א טיפע נקודה.

ביטע ברענג ארויס די נקודה, פאר די שוואכע קעפ...

אין קורצן איז די נקודה, אז ווען מ'רעדט פון אזא אנגעפראסענע קאלב וואס באקומט גן עדן, און אזא אויסגעארבעטע מסי"נ איד וואס באקומט גיהנום, וואספארא טעם האט שוין אזא 'גן עדן'?! און ווי שלעכט קען שוין זיין אזא 'גיהנום'?!

נאך א נקודה, שוין ענדערש צו פארברענגען מיטן אויסגעהארעוועטער איד אין גיהנום, ווי צו פארברענגען מיטן מגושם אין גן עדן.

און אין אמת'ן אריין, זענען ביידע נקודות גאר איינס - - -
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker

שליחה דורך דעת תורה »

שמעקעדיג האט געשריבן:שש דיין מעשה איז צריך בדיקה אחריו ווייל כ'מיין אין יענע קאמוניסטישע צייטן איז נאך נישט געווען צו באקומען קיין סאלאמי

דו ביסט צריך בדיקה. דו ווייסט נישט די מעשה פון די רבי זכותו יגן עלינו מיט די סאלאמי פאבריק אינדערהיים נאך אין אורשיווא?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

אדנירם האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:...לדעתי, ליגט אין דעם משל/מעשה, א טיפע נקודה.

ביטע ברענג ארויס די נקודה, פאר די שוואכע קעפ...

אין קורצן איז די נקודה, אז ווען מ'רעדט פון אזא אנגעפראסענע קאלב וואס באקומט גן עדן, און אזא אויסגעארבעטע מסי"נ איד וואס באקומט גיהנום, וואספארא טעם האט שוין אזא 'גן עדן'?! און ווי שלעכט קען שוין זיין אזא 'גיהנום'?!

נאך א נקודה, שוין ענדערש צו פארברענגען מיטן אויסגעהארעוועטער איד אין גיהנום, ווי צו פארברענגען מיטן מגושם אין גן עדן.

און אין אמת'ן אריין, זענען ביידע נקודות גאר איינס - - -

[justify][tag]אדנירם[/tag] איך וויל מוסף זיין א נקודה עמוקה אויף דעם. והנה, די קלארע אפטייטש פון 'בעולמך תראה בחייך' איז, אז א מענטש וואס וויל וויסן וויאזוי עס גייט אויסקוקען זיין עולם הבא, וואספארא מין סארט לעבן עס ווארט אים אפ, קען ער דאס פונקטליך זען 'בחייך'. וויאזוי זיין לעבן זעט איצטעט אויס, אט אזוי גייט זיין קומענדע וועלט אויסזען! אלע זיינע ידיעות און אבסעסיעס פון די וועלט גייט מיטגיין מיט אים אויף יענע וועלט... ובכן וויל איך צוקומען צו מיין נקודה. כסדר מיטשעט מיך די פראגע, מיט וועם איך גיי און איך וועל וועלן פארברענגן אויף יענע וועלט? יעצט לאמיר אפלאזן מיך, און רעדן פון צוויי סארט מענטשן. דער ערשטער מענטש איז א רע מזל, און ער טוט גארנישט אויף אויף די וועלט, זיינע אלע ידיעות און עסקים זענען אין סאלאמי און האלאוואד. און ער ווייסט טאקע נישט פון עפעס בעסערס און העכערס. סא מיט וועם וואלט דער מענטש געוואלט פארברענגן אויף יענע וועלט, מיט זיינס גלייכן? אודאי נישט! ער ווייסט אז ער איז א Failure, און ער וועט לעכצען צו זיצן צווישן גדולים און חכמים און פרומערע אידן.

דער צווייטער מענטש איז א בר מזל און א בר שכל, און ער קלויבט אויס בכוונה זיך צו דרייען צווישן משכילים, ברייטע מענטשן, קילע מענטשן כהנה וכהנה, ער זוכט דירעקט נישט קיין 'פרומע צוקוועטשטע אידן'. סא מיט וועם וויל אזא מענטש זיצן אויף יענע וועלט, מיט די אידן וועם ער האט פיינט געהאט און געהאסט? אדער מיט די מענטשן 'זיינס גלייכן', מיט די מענטשן מיט וועם ער האט געגליכן צו פארברענגן? עמיצער וואס האט deliberately געפילעוועט אין א סארט מהלך דורכאויס זיין לעבן, און ער האט פארברענגט זיין לעבן מיט געוויסע סארט מענטשן, פארוואס זאל ער פלוצלינג וועלן לעכצן צו זיצן נעבן מענטשן וואס זענען נישט זיינס גלייכן?

[אפשר וועט א מענטש ארויף קומען אויף יענע וועלט און זען אז ער האט געלעבט אין א טעות, און עכט זענען די מענטשן וועם ער האט געהאסט יא די 'בני עליה', ווער ווייסט.. אלעס איז בתורת די ערווענטע ליבאוויטשער משל. ווער וועט וועלן גיין וואו...][/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:גאר געוואלדיג, שש.

אדנירם האט געשריבן:דא קומט אריין דער Joker: דער וואס ליבט געשלעגן און בלוט פארגיסונגען, וועט זיך אננעמען פאר זיין רבי און שלאגן דעם צד שכנגד [געווענליך, זיין רבי'ס ברודער]. ער שלאגט דאך לש"ש.

דער וואס האט ליב צו בא'שגצ'ן אנדערע, דערנידערן און צוקלאפן א צווייטן, גייט ארומגיין מיט א פארזויערטע מינע אויפן געזיכט ביי הויכע שמו"ע, זוכן א קרבן וואס רעדט אינמיטן שמו"ע וואס דאן האט ער מצוה פון 'וגוערין בו'.

דער וואס וויל ווארפן שטיינער, וועט שטיין און ווארטן אויף א קאר אום שבת, צו קען מקנא זיין קנאת ה' דורך צו'מזיק'ן יענעמ'ס קאר מיט זיין שטיינער ווארפעריי. בשעת הדחק וועט ער זוכן א סאלדאט, שרייען 'נאצי', און דאן איז ער פולשטענדיג בארעכטיגט מיט זיין פארשטיינערן א צווייטן.

דער וואס לעבט פון דערדריקן א צווייטן, דער וואס אטעמט 'מתכבד בקלון חבירו', דער טרעפט שוין באמישקייט אין א צווייטן, א אינטש וואס פעלט אין יענעמ'ס ווייב'ס קלייד, א סעלפאן וואס האט נישט א ספעציפישער קהילה זיגל, אדער באשאפט מען א נייע תקנה, מיט וואס ער איז הייליגער פון יענעם, און מיט וואס ער קען יענעם צוקוועטשן. ער איז דאך א פרומער, א מתחסד עם קונו, א מקנא קנאת ה', א לוחם מלחמת חרמה מיט מחבלים בכרמים.

און גאט וויינט, ובת קול מנהמת כיונה ואומרת:
מיין טייער קינד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!


דער צמח צדק (דרך מצותיך, איסור לא תבערו אש) שרייבט:
... ע"ד דוגמא מאשר אנו רואים למטה שיש בנ"א שעיקר חיותם הוא כשפועלים דין בבנ"א, כנראה בחוש כאשר יקרה לבנ"א הללו אנשים עוברי עבירה תיכף מתחמם לבבם ויתמלאו חימה וכעס להענישם ולהכותם מכות אכזרי ורציחה ממש ובפועל ידם דוקא, ולא ינוחו ולא ישקטו עד עשות בהם פעולה הרעה בתכלית, והיינו מצד שטבעם רע בעצם, ע"כ זאת הרעה שיפעלו בבנ"א תחי' אותם חיות וקיום נצחי, ובלעדו אין להם חיות כלל, ובבוא לידם פעולת הרציחה כאילו מתחדש נפשם מצד שזה חיותם. והנה הגם שילבישו הדבר לש"ש על שעבר עבירה אין זה אמת כלל ...

גאר געוואלדיג, ונבנתה!

אדנירם האט געשריבן:ווי טרעפליך איז צו פארענדיגן מיט די באקאנטע ווארט, די טיפשניידענדע ווארט, וואס רבי יאנקעלע פשעווארסקער האט געזאגט. אז אין הלכה ווערט גע'פסק'נט אז ווען איינער רעדט ביי חזרת הש"ץ איז דער דין אז 'גוערים בו'. האט רבי יאנקעלע געזאגט, אז דער באשעפער האט זיך שוין זיינע רשעים'לעך וואס טרעפן אייביג די הלכה ווען צו קענען אנ'שגצ'ן א צווייטן.
דרוש משם והעתיקהו לכאן, ודו"ק.
פון דא.
דאס איז טאקע גענוצט געווארן אלס איינע פון מיינע דוגמאות ווען מ'שלעפט ארויס דעם Joker, זייענדיג א שלעכטער מיט א מעטה פון צדקות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נהורא נפישא האט געשריבן:Very well written, but what can you expect, unfortunately ignorance will always prevail

N.N.: Will you be kind enough to translate your signature quote into the vernacular...?... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: ייש"כ. דו האסט דא באוויזן צו פסיכאנאליזירן דעם מענטשליכן מהות אויף דעם שענסטן און וואונדערליכסטן אופן. און אלס א באנוס האסטו ארייגעווארפן א הערליך שטיקל פאעטרי צום סוף...דאס געט באמת א רוחניות'דיגע הנאה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:שש דיין מעשה איז צריך בדיקה אחריו ווייל כ'מיין אין יענע קאמוניסטישע צייטן איז נאך נישט געווען צו באקומען קיין סאלאמי

שמעקעדיג: פאר די כולל יונגעלייט וועלכע פאקן איין ביזת הים איז גענוג גוט א 3-4 פארציעס טשיקן מיט פארפל און א האלבע טאץ פאטעיטא קוגל אויך. מ'נעמט נאך אהיים פאר די בני בית אויכעט... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג האט געשריבן:האסט שוין אמאל געהערט דעם אויסדריק: ״אדער א מצוה אדער אן עבירה״, נישטא עפעס אינמיטן. וואס ווילסטו מיר זאגן אז די משכילים זענען געווען האלבע גויים? אידן מיט א טוויסט? לייט אידן? האלב רעפארמירט און האלב אידיש? מטרת יהודי איז צו ווערן נענטער צו ג-ט. סייוואס א מענטש זאל נאר טון אדער עוסק זיין, אויב ברענגט אים עס נענטער צו השם ותורתו, זאל ער דאס טון. אפילו די משכילים זענען געווען סיני ועוקרים הרים, אויב אבער זענען זיי מרוחק געווארן פון ג-ט איז דאס גארנישט ווערד. העסטו וועלן פרעגן פון וואנעט איך ווייס אויב זיי זענען מרוחק אדער מקורב, דאן קוק אויף זייערע אלע קינדער, עס איז פון זיי גארנישט געבליבן.

זעט אויס אז דער רמב״ם האט געקענט איבערקומען זיין לב, און ער האט פארברענט די השכלה, טראץ ער איז געווען א בקי בכל מכמני תורה והשכלה. ווידעראום די משכילים זענען פארברענט געווארן פון זייער השכלה.

מאדאם פרייוויליג: זי האבן צוגעטראפן איין זאץ פאן דען תלמוד. זאנדער'ן אין טאלמוד שטעהט דאך דאס פאלגענדע...: אי יראת ה' היא אוצרו אין. ואם לאו יראת הוי"ה הוא אוצרו, אפילו יש בידו מצוות ומעש"ט יורד לגיהנם"...ס'איזט גענצליך מעגליך דאס איך האבבע דאס זעלבסט פאבריצירט...וערענד. וואס ווייסט דעם איינער פורמאן...!
אוי. כ'האב פארגעסן. כ'האב געמיינט אז איך שרייב דא א תגובה צו דען העררן בן נריה... :lol: :roll:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:...לדעתי, ליגט אין דעם משל/מעשה, א טיפע נקודה.

ביטע ברענג ארויס די נקודה, פאר די שוואכע קעפ...

אין קורצן איז די נקודה, אז ווען מ'רעדט פון אזא אנגעפראסענע קאלב וואס באקומט גן עדן, און אזא אויסגעארבעטע מסי"נ איד וואס באקומט גיהנום, וואספארא טעם האט שוין אזא 'גן עדן'?! און ווי שלעכט קען שוין זיין אזא 'גיהנום'?!

נאך א נקודה, שוין ענדערש צו פארברענגען מיטן אויסגעהארעוועטער איד אין גיהנום, ווי צו פארברענגען מיטן מגושם אין גן עדן.

און אין אמת'ן אריין, זענען ביידע נקודות גאר איינס - - -

אדנירם: כמאמר החכם. הרה"ק מראפשיץ. אז ס'דא מצוות וואס ער וויל נישט. און ס'דא עבירות וואס ער וויל זייער שטארק. אמאל זאגט איינער אז ס'איז א מצווה יענעם צו רודפ'ן עד חורמה. אזא מצווה וויל ער נישט. און אמאל איז פארהאן אז איינער גייט נאך געלט אדער בעט אן הלוואה איז דא ווער ס'זאגט אז ס'איז אן עבירה יענעם צו געבן אפילו א פרוטה. אזאלכע עבירות זוכט ער זייער שטארק...!
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דרך אגב, ראיתי פעם באיזה ספר על מה שכתוב בשולחן ערוך על מי שמשוחח בשעת התפילה שגוערין בו ובאמת היא פליאה עצומה שהוא כנגד הלכה מפורשת שאסור להוכיח באופן שיתבייש העובר עבירה, ואין לומר שמדובר במי שעובר בשאט נפש, דאטו ברשיעי עסקינן, ובאמת מן המפורסם שזו מן העבירות שאדם דש בעקביו, אלא שהלשון " וגוערין בו" אין הכוונה שמותר להוכיח אותו ברבים באופן שיתבייש חס מלהזכיר שזו מצוה הבא בעבירה של הוכיח תוכח את עמיתך ולא תשא עליו חטא, אלא הלשון וגוערין בו הוא לשון שמוזכר כמה פעמים בפסוקים והכוונה להדגיש שמוכרחים להוכיח אותו ולא להשתמט באמתלא שזה ממילא מהדברים שאדם דש בעקביו אלא עכ"ז מצוה להוכיח אותו הוכח תוכיח אפילו מאה פעמים, ונכון הוא.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

עס שטייט אויך נישט וחייב לגעור בו
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יהושע חיים האט געשריבן:עס שטייט אויך נישט וחייב לגעור בו

ס'איז דא א קבלה פונעם צאנזער (זיידע) אז ווי אימער ס'שטייט חייב מיינט דאס עד כדי מסירת נפש, זעהט אויס אז וגוערין איז נישט פון די זאכן וואס זענען ביהרג ועל יעבור.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קודם מזל טוב פאר נהורא אז ער האט שוין צוריק זיין אידישן קיבארד. והשנית וואלט איך געוואלט וויסן אין וועלכע ספר דאס שטייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ס'שטייט אין מיין ספר, איז עס דען נישט א סברא ישרה?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זיכער איז עס ישרה, אבער כ'וויל עס צייגן פאר דעם איד וואס שרייעט ביי אונז יעדן טאג אין סמעדרעש!
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט