בלאט 2 פון 14
נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 10:41 pm
דורך שמעון וואלף
פרעמדע האט ער טאקע נישט געשלעפט קיין סאך אבער מיט די אייגענע האט ער געמאכט א געוואלדיגע זשאב. מ'דארף פארשטיין אז בעלז איז אנדערש ווי סאטמאר, סקווער וכו'. סאטמאר און סקווער האבן נישט געהאט צופיל חסידים ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן צו בויען. משא"כ בעלז האט געהאט טויזענטער אנהענגער למחצה לשליש ולרביע און די בעלזער האט נישט געדארפט שלעפן פון די פרעמד.
כידוע, ווען ער איז געווארן רבי האט רוב עלטערע עולם נישט מסכים געווען און אפילו די וואס יא האבן עס נישט געטון ווייל מ'האט געהאלטן פון זיין גדלות. מ'האט פשוט געדארפט איינער זאל שטיפן די וואגן אז ס'זאל זיין א געהעריגע אוועקגעשטעלטע קהילה.
צו זיין מזל האט ער געהאט ארום זיך געטרייע מענטשן וואס האבן אים גוט געגייד און ס'איז אים געלונגן צו שלעפן דעם עולם אויף זיין זייט. אפילו אזעלכע וואס זענען געווען פון זיינע אויסגעשפראכענע קעגנער זענען אסאך פון זייערע קינדער צוריק געקומען.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 10:52 pm
דורך ירא שמים
אז שמעון וואלף זאגט מן הסתם ווייסט ער…
נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:17 pm
דורך קאצקע ציקער
ירא שמים האט געשריבן:אז שמעון וואלף זאגט מן הסתם ווייסט ער…
גיט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:25 pm
דורך [NAMELESS]
קוקט אויס די רבי גלייכט די נייע ידידים סידי.
מערקט דעם סידי אויף די טישו באקס.
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:00 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז די נגיד??? ר' מעכיל רז"ב ממונטריאל??
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:47 am
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1454082476.185230.jpg
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 1:55 pm
דורך קאווע טרינקער
די וואך איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע מעמד לרגל 50 יאר פון זיין רביסטעווע.
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 2:07 pm
דורך ראוונע
קען איינער ברענגען בילדער???
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 2:35 pm
דורך HotCoffee
IMG-20160405-WA0040.jpg
IMG-20160405-WA0043.jpg
IMG-20160405-WA0060.jpg
IMG-20160405-WA0068.jpg
IMG-20160405-WA0090.jpg
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 2:36 pm
דורך HotCoffee
IMG-20160405-WA0091.jpg
IMG-20160405-WA0094.jpg
IMG-20160405-WA0095.jpg
IMG-20160405-WA0097.jpg
IMG-20160405-WA0098.jpg
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 2:39 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 2:40 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:רב שמעקעדיג פרובירט זיך איינרעדן אז ווערן אויף די עלטער א "זקן מלא רחמים" איז די נארמע, והוא הדין ביי בעלזער רב שליט"א. וויל איך דיר מודיע זיין בשער בת רבים, אז דאס וואס ער זעט איין אז אויף די עלטער אז שטויסן אויף רעכטס און לינקס [אפי' מ'איז גערעכט] לאזט אים איבער מיט א ביטער טעם ווען מען זעט זיך נענטער צום סופו לעפר ווי יסודו מעפר; מאכט אים נאך נישט אלטץ א הארציגע נאטור פערזאן.
איך וועל דיר דערציילן אן ערשט-האנטיגע עפיזאד, --פרסום ראשון-- וואס האט זיך אקארשט אפגעשפילט. דער סקאליער רבי הרב גאלדשטיין פון 18 עוו' איז איצט געווען אין ארץ ישראל, ביי זיין באזוך צום בעלזער רב האט זיין באשטומטער גבאי משום איזה סיבה נישט געקענט מיט גיין, האט ער געבעטן א צווייטן צו ער קען אים שטעלפארטרעטן, דער צווייטער האט בחפץ לב מסכים געווען, ולהגדיל המצב מיט געברענגט עטליכע בחורים ס'זאל אויס זעהן רעביש...
ביי דער באזוך רופט זיך דער רב זאל מאריך ימים זיין אן,: ווער זענען דעי חברה, דאס זענען דיינע חסידים?... ניין, דאס זענען מיינע גוטע ידידים... ענטפערט דער סקאליער, בו בעת דער גבאי ווערגט זיך פאר געלעכטער.
ליתר שאת, נאכן ארויס גיין פון בעלזער רב, רופט זיך אן דער רב צו א געוויסע שלעפער וואס דרייט זיך דארט טאג און נאכט,: די ביזט אויך פון זיינע "גוטע ידידים"?... קאמענטארן זענען איבעריג.
ער פילט זיך מעכטיג צו קומען צו דיר מיט פינעוו געדינגענע בחורים, דארפסטו אים מבזה זיין אין פרצוף אריין? צונעמען זיין גוטע פילינג פון חיי שעה?
דער געוואגטער יונגל: ניין. דער בעלזער רב שליט"א האט איהם (דעם סקאליער) נאר געלאזט וויסן אז ער פארשטייט זיין טריק. און אז איהם וועט ער נישט אפנארן. א ביסל פון זיין ריתחא דאורייתא און עזות דקדושה פון זיינע יונגע יארן איז נאך געבליבן.
ווען מיין זון איז אלס בחור געווען אין ארץ ישראל און ר'איז געגאנגען נאכ'ן דאווענען זאגן גוט שבת, האט איהם דער רב געפרעגט, פארוואס קען איך נישט דיין טאטן. ..?!...!
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 1:58 pm
דורך סאו וואט
ווען דער פאלטישאנער רבי פון ב"פ רבי שלום מאיר טווערסקי שליט"א, איז געוועהן ביי אים. מיטן גבאי.
האט דער בעלזא רב געפרעגט ווער איז דער? האט דער פאלטישאנער גע'ענט'פערט, דער איז מיין גבאי.
דרייט זיך דער בעלזא רב אויס צום גבאי, און פרעגט אים אויף ענגליש: ס'איז א פול טיים דזשאב?....
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 2:12 pm
דורך סמבטיון
/
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 6:43 pm
דורך berlbalaguleh
סמבטיון האט געשריבן:/
סמבטיון: נו, וואס זאגסטע. זאג א ביסל העכער. ניין. איך הער נאכאלץ נישט...הא...?
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 6:59 pm
דורך גר ותושב
ווייסט איינער צו עס איז אמת? און טאמער יא מה הפשט? האבן זיי זיך שוין איבער געבעיטן?
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 7:34 pm
דורך [NAMELESS]
ציטירן שאולזאהן'ס מעשיות געזויגן פונעם אצבע האמצעי געהער אויסשליסלעך פאר [tag]אתא קלילא[/tag]...
ביטע לאז געמאך מיט די שטותים.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: מוצ"ש מאי 21, 2016 11:20 pm
דורך גר ותושב
בדרך כלל קוק איך נישט זיין מעשיות אבער איך האב שוין געהערט פאריגע וואך זונטאג אז עפעס איז פארגעקומען וואלט איך געוואלט וויסן מער פרטים.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 8:42 pm
דורך לכבוד שבת קודש
די וואך שבת איז ר' אהרן מרדכי נישט געווען ביים טאטע'ן, ער איז געפארן פראווען א שבת קיין קרית גת. האט דאס א שייכות מיט די מעשה פון פאריגע וואך? - ימים ידברו...
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 12:55 am
דורך ירח בן יומו
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:די וואך שבת איז ר' אהרן מרדכי נישט געווען ביים טאטע'ן, ער איז געפארן פראווען א שבת קיין קרית גת. האט דאס א שייכות מיט די מעשה פון פאריגע וואך? - ימים ידברו...
שטותים והבלים.
ער איז געוווען אין ירושילים ביים רב, עס איז געווען א קידוש פון זיין'ס א אייניקל, בת להרב אברהם סאפרין.
די געפלאנטע שבת אין קרית גת איז אפגעשטופט געווארן אויף א אנדערע געלעגענהייט.
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 7:19 am
דורך מרדכי ישראל
שלום שטיסל האט געשריבן:קוקט אויס די רבי גלייכט די נייע ידידים סידי.
מערקט דעם סידי אויף די טישו באקס.
דעי סידי האט זיינס א חסיד ארויס געגעבן איז מסתם האט ער געגעבן פאר'ן רבי'ן א מתנה
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 11:58 am
דורך איש חזון
דער בעלזער רב שליט"א איז מחכמי ישראל המובהקים וערליכע יוד.
שמעתי מהרב פלוני אז הבחור (בשעתו) בנו של ר' ש. ז. ב. ע"ה האט אים פארציילט, אז ער האט געלערנט אין ישיבת בית מאיר אין ב"פ, און זייענדיג א שטיקל בעלזער חסיד האבן אים זיינע חברים געצימבלט וכו' (לקיים מה שנאמר לו תשנא את אחיך, אלהים לו תקלל וכו'), האט ער זיך אפגערעדט פאר
ר' משה וואלפסאן (וואס גראדע איז ער נאמן לשיטה הידועה), האט ר' משה וועלנדיג מפיס דעתו זיין געזאגט, אזא צובראכן הארץ צום באשעפער ווי דער בעלזער רב טרעפט מען נישט אסאך. (די לשון וואס איך האב געהערט איז "איך האב נאכנישט געזעהן אזא צובראכן הארץ פאר'ן באשעפער.