בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 3:06 pm
דורך בלויע רעקל
מיין אפיניאן אויף דעם פרעזידענט: ער איז א עכטע טשארמער. ווען איך זעה אים רעדן האלט איך פון אים געוואלדיג, אבער.


איך קען זיך נישט ברענגען צו זיין אויף זיין זייט אויף איין נושא, און דאס איז די נושא פון "איסלאם", אלס איינער וואס איז נישט קיין איסלאמער האב איך א פראבלעם ווען ער האט נישט ארויס איסלאם, די חברה (יא אלע פון זיי!) ווילן דאך טוישן די וועלט אונטער איסלאם, פרעג דיך נאך וואס מיינט "א איסלאמישע לאנד", א איסלאמער געזעץ איז אז מען טאר נישט לאזן א "איסלאמישער לאנד" ווערן אויס, אין אן איסלאמישער לאנד, האבן אנדערע רעליגיעס נישט קיין רעכטן, אידן/קריסטן/ועוד מעגן דארט וואוינען אויב זיי באצאלן א ספעציעלע טעקס און זיי האבן נישט קיין rights, יעצט. איך פארשטיי אז אמעריקא איז "נאכנישט" איסלאמיש, און אויב אזוי וואס גייט מיר אן וואס זיי טוען "דארט", אבער פראנקרייך האלט נישט ווייט דערפון, און אויב נעמט מען דאס נישט ערענסט, איז דאס א פראבלעם, ער קומט ארויף און זאגט ווי ווייניג זענען געהארגעט געווארן פון טעראריזם און לדעתו דארף מען זיך נישט אזוי וויסנדיג מאכן,

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 7:25 pm
דורך דעת תורה
פארוואס טראכסטו אז דו האסט בעסער ארויס איסלאם ווי אים? האסט פארגעסן ער איז אליין א מוסולמענער?...

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 7:30 pm
דורך דעת תורה
ליפא האט געשריבן:אזוי? הייסט ראסמוסען האט אויסגעפרעגט גאר אסאך חרדישע אידן...

The Rasmussen Reports daily Presidential Tracking Poll for Friday shows that 49% of Likely U.S. Voters approve of President Obama's job performance. Fifty percent (50%) disapprove

וויפיל איז געווען די העכסטע נומער אפראוועל רעיטינג וואס אבאמא - אדער א פרעזידענט בכלל - האט נאר ווען אמאל געהאט?

א אפראוועל רעיטינג פון 1- איז נישט די פשט אז 50 פראצענט וויילער וואלטן אים ווען היינט ארויס געוואוט פון אמט. קאנגרעס האט למשל שוין יארן א אפראוועל רעיטינג פון קוים 20 פראצענט צי וויפיל, מיינט דאס אז יעדער גוי רעדט פון זיין קאנגרעס מאן מיט אזא האס (אדער פיל שטערקערע, אבאמא האט דאך 2 און א האלב מאל א בעסערע רעיטינג ווי קאנגרעס) ווי היימישע אידן רעדן וועגן אבאמא?

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 3:50 pm
דורך שמעקעדיג
די געוואלדיגע אקט פון פארמיידן סאליטערי קאנפיינמענט ("די לאך") אין תפיסות פאר מינדעריעריגע און מענטאל קראנקע און נאן-ווייאלענט ארעסטאנטן, קען נישט אריבערגיין שטיל. עס איז א מורא'דיגע פאזעטיווע דורכברוך!!

עס איז א נחת צו ליינען די קאמענטארן פון די נייעס אין דעם פאלגענדן לינק, ווי מענטשן שרייבן קלאר זייער צופרידנהייט פונעם פרעזידענט און אז זיי וואלטן אים אריינגעשטימט א דריטן טערמין אויב וואלט ער געלאפן.

https://www.washingtonpost.com/opinions ... story.html

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:29 am
דורך סופר
@שמעקעדיג, די דורכברוך איז געוואלדיג און אפילו איך שטים נישט איין מיט דעם פרעזידענט אויף רוב פון זיינע אישוס מוז איך אים געבן קרעדיט פאר דעם. פון די אנדערע זייט האב איך גערעדט מיט איינעם וואס איז געווען אין תפיסה פאר א פאר חדשים און ער האט מיר געזאגט אז ער איז געווען אין סאליטערי פאר 2-3 וואכן על לא עול בכפו בלויז ווייל עס איז נישט געווען קיין פלאץ פאר אים ערגעץ אנדערש וואס דאס איז געווען אומלעגאל ביז יעצט אויך, דאס מיינט אז ווילאנג מען נעמט נישט קעיר פון דעם 'אווער קראודינג' אישו וועט די דורכברוך לכאורה נישט צופיל אויסמאכן. איך מיין אז וויכטיגער פון דעם דורכברוך וואלט געווען צו פאררעכטן דעם יוסטיץ סיסטעם אז מען זאל זיך בעסער אפצוגעבן מיט 'נאן ווייאלענט קריים' און כדי צו פארמינערן דעם טראפיק אין די אמעריקאנע תפיסות און דאן קען מען פארבעסערן די סאליטערי געזעצן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:42 am
דורך שמעקעדיג
100% גערעכט. די גוטע נייעס איז אז אבאמא פלאנט נישט בלייבן שטיין ביי דעם, ער וויל א געהעריגע יוסטיץ רעפארם אין מערערע הינזיכטן, וואס וועט זיכער העלפן אין דעם פרט אויכעט. דאס איז בלויז דער ערשטער רינגעלע אין די גאלדענע קייט.

דאס אליינס אז ער איז דער ערשטער (!) פרעזידענט וואס איז פערזענליך אראפגעגאנגען וויזיטן א פעדעראלע טורמע כדי צו זעהן דעם מצב מיט די אייגענע אויגן ווייזט אביסל זיין מהלך המחשבה און מיטגעפיל.

איינער פון די קאמענטירער אויפן אויבנדערמאנטן זייטל ברענגט עס ארויס גאר פאסיג, ווי פאלגענד:

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 2:10 pm
דורך גאנצל
שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל דיר ענטפערן אדון שמעקעדיג אבער איך דארף האבן די געדולד דערצו איך קען נישט ענטפערן אזא שיינע ארטיקל מיט די ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם נאר אין איין שורה

אבער דא מוז איך קאמענטען און ס'איז טאקע ווערט צו באגריסן די שריט פונעם פרעזידענט ירום הודו וואס ער טוט בנוגע די תפיסות וד' יהא בעוזרו צו פארעכטן די פארדרייטע סיסטעם

אבער ביסודו האט ער נאך אלס געטון אסאך שלעכטע זאכן פאר די לאנד און ס'איז נישט קיין סתירה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 12:45 pm
דורך שמעקעדיג
און יעצט,

.

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
פון Quora app
(נאר איינס צווישן מערערע תשובות, אלע פון זיי פאזיטיווע...)

.

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 4:27 pm
דורך בלויע רעקל
שמעקעדיג האט געשריבן:100% גערעכט. די גוטע נייעס איז אז אבאמא פלאנט נישט בלייבן שטיין ביי דעם, ער וויל א געהעריגע יוסטיץ רעפארם אין מערערע הינזיכטן, וואס וועט זיכער העלפן אין דעם פרט אויכעט. דאס איז בלויז דער ערשטער רינגעלע אין די גאלדענע קייט.

דאס אליינס אז ער איז דער ערשטער (!) פרעזידענט וואס איז פערזענליך אראפגעגאנגען וויזיטן א פעדעראלע טורמע כדי צו זעהן דעם מצב מיט די אייגענע אויגן ווייזט אביסל זיין מהלך המחשבה און מיטגעפיל.

איינער פון די קאמענטירער אויפן אויבנדערמאנטן זייטל ברענגט עס ארויס גאר פאסיג, ווי פאלגענד:


אין די פאליטיקאל סיסטעם דא איז נישט מעגליך צו טוישן גארנישט, גרידלאק...

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 7:13 pm
דורך דעת תורה
שמעקעדיג, די טרעד פון קווארא איז שוין א אלטע. זייער א שטארקע מעשה דארט וויאזוי ער האט אויסגעצאלט פאר א פרוי מער ווי הונדערט דאלאר פאר אירע לאגעזש פי'ס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 10:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיר גייען זיך בענקן, נישט ווייל אלעס האסט געטוען איז געווען גוט, נאר ווייל ביסט געווען א נארמאלע מענטש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 10:31 pm
דורך ליפא
Legacy-Down-600-LI.jpg

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 11:46 pm
דורך שמעקעדיג
very nice cartoon

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

נשלח: פרייטאג יאנואר 20, 2017 10:20 am
דורך גראף
יעצט געליינט און איך טראכט צו מיר אז @שמעקעדיג האט שוין אמאל געשריבען ענליכס. יעצט כאפ איך אז ס'איז שוין 2017. אבער למעשה קומט דער ארטיקל יעצט אריין נאך בעסער.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:20 am
דורך החוקר
Wow! Just WOW!
https://youtu.be/Ly8wfEBAz60
אמת, אלע מידיא קוועלער זענען בייעסד למחצה לשליש ולרביע, אבער קיינער שטייגט זיי נישט איבער.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:38 am
דורך וואלווי
החוקר האט געשריבן:Wow! Just WOW!
https://youtu.be/Ly8wfEBAz60
אמת, אלע מידיא קוועלער זענען בייעסד למחצה לשליש ולרביע, אבער קיינער שטייגט זיי נישט איבער.


וואס עפעס, מ'קען צוזאמשטעלען די זאלבע שטיקלעך פון טעלעוויזאן דורך מעינסטרים מידיע אויף פרעזידענט George W Bush, פאר ווער ס'געדענקט גוט די אומנארמאלע האס וואס האט געהערשט דעמאלטס קעגען עם. נישט אז איך פיק זייטען אין נארישע אויפגעבלוזענע פאליטיק, נאר עס גייט ביידע וועגען, ס'איז נישט דא וואס נפעל צו ווערען. און מ'רעד ניטאמאל פון א פרעזידענט ווי טראמפ וואס איז א ווילדער מיט א לויז מויל, אפילו ביי קלאסישע פרעזידענטן ווי בוש און אבאמא איז בימיהם די קעגען זייטיגע האס געווען איבעלדיג.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:32 am
דורך קורקלענד
אלעס איז בּייעס'ד אין איין וועג אדער אן אנדער, סיי די רעכטע און סיי די לינקע. ס'נאר אינטערסאנט צו זעהן ווי לינקע (און צומאל רעכטע) שווערן זיך אז סי.ען.ען. (אדער פאַקס) איז נישט בּייעס'ד.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 3:43 pm
דורך אונטער חכם
איך קען נישט פאקס פון פאר טראמפ, אבער היינט אין טראמפס צייטן, איז פאקס נישט קיין דמיון צו סי ען ען.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 5:30 pm
דורך החוקר
דהיינו? סי.ען.ען. איז מורא'דיג בלינד איינזייטיג קעגן אדער פאקס איז מורא'דיג בלינד איינזייטיג אין שטיצע?