בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 2:00 pm
דורך שלמה המלך
ברוכים הבאים ר' משה און יש"כ פאר די גיטע ווערטער - ווייסט דאך אוודאי די מאמר החכם 'וואס די האסט ליב האב איך אויך נישט פיינט'

דרך - אגב מיין איך טאקע אז די לייקס האט מונע געוועהן הערות פונעם עולם, דהיינו די לייקס האט א מעלה אז אמאל איז מען נישט דערביי מגיב צי זיין און אפילו נישט זאגען א דאנק ווארט מילא איז די לייקעס א גיטער זאך כאטש זעהט יענער אז מ'האט הנאה געהאט פון זיין תגובה, אבער פון די אנדערע זייט איז דער עולם זייער באקוועם מיט דעם און מ'איז יוצא מיט דעם מ'פילט נישט מ'מיז עפעס מגיב זיין

לענינינו זעה איך אז האסט געטוהן ביידע... יש"כ

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 2:59 pm
דורך משה מענטש
שלמה המלך האט געשריבן:.... אויב אזוי וואס מיט דעם וואס איז לכל הדעות אסור? (ווי די אלע פארנער קליפס וכדו')

איז טאקע פארן קליפס ממש זימה? איך מיין ציפרעגען אויב עס גייט טאקע אריין אין די איסור דאורייתא ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם?

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 3:28 pm
דורך אלבערט
געפילטע פיש האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:א ריזיגען יש"כ הרב פיש

כ'האב עס ארויסגעפרינט און איך וועל דאס ליינען שב"ק מיט יישוב הדעת..... ביטע נאר ווען די צווייטע חלק קימט ארויס ברענג עס אויך אהער און די שכר איז דיינס!

ובחדא בחתא אויך א דאנק פאר אלע ידידים וואס האבען מקיים קעוועהן מצות לקיקה און קעלייקט דעם ארטיקל, אזוי אז מ'ווייזט מ'האט הנאה געהאט גיט עס חשק אויף ווייטער, ובעזרת השם ביום שמחתכם ובמועדיכם אלקק לכם כגמולתכם הטוב...

שוין לאנג ארויסגעקומען, ס'איז פון פאראיאר.
זייטן 9-11 אין נומער 4, און 3-7 אין נומער 5.
shabbosblettel.files.wordpress.com_2011_07_shabbos-blettel-42.pdf


shabbosblettel.files.wordpress.com_2011_08_shabbos-blettel-5.pdf

איך האב ארויסגעפרינט דעם ערשטן חלק און געלעזט, אבער איך האב נישט געפונען דערין עפעס וואס זאל האבן שייכות צום דאזיגן געהענגל. אצינד וועל איך א בליק טון אויפן המשך. א דאנק אייך.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 3:32 pm
דורך שלמה המלך
משה מענטש האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:.... אויב אזוי וואס מיט דעם וואס איז לכל הדעות אסור? (ווי די אלע פארנער קליפס וכדו')

איז טאקע פארן קליפס ממש זימה? איך מיין ציפרעגען אויב עס גייט טאקע אריין אין די איסור דאורייתא ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם?

אין וועלעכע קאטאגאריע עס גייט אריין און פינקליך וועלעכע איסור דאוריתא דארפסטי פרעגען דיין מורא דרך וועם די פרעגסט אלע איסורים און כריתות שאלות (אויב די שעמסט דיך פון אים זאג אים תורה הוא ולימוד אני צריך - אדער זאג אים אז דיין חבר וויל וויסען ער שעמט זיך צי פרעגען אליין :lol: )
עס גייט אבער זיכער אריין אין די קאטאגאריע פון המקשה עצמו לדעת... און וואס חז"ל זאגען אויף דעם, און פון קישוי אבר איז מען קלאר א מז"ל למחצה לשליש ולרביע דוק ותשכח (אויף חז"ל דארף מען נישט קיין ראיות)
הרחק מן הכיעור ודומה לו......

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 3:34 pm
דורך אלבערט
משה מענטש האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:.... אויב אזוי וואס מיט דעם וואס איז לכל הדעות אסור? (ווי די אלע פארנער קליפס וכדו')

איז טאקע פארן קליפס ממש זימה? איך מיין ציפרעגען אויב עס גייט טאקע אריין אין די איסור דאורייתא ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם?

וואס זענען דיינע צדדים אז נישט?

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 3:37 pm
דורך אלבערט
שלמה המלך האט געשריבן:אין וועלעכע קאטאגאריע עס גייט אריין און פינקליך וועלעכע איסור דאוריתא דארפסטי פרעגען דיין מורא דרך וועם די פרעגסט אלע איסורים און כריתות שאלות (אויב די שעמסט דיך פון אים זאג אים תורה הוא ולימוד אני צריך - אדער זאג אים אז דיין חבר וויל וויסען ער שעמט זיך צי פרעגען אליין :lol: )
עס גייט אבער זיכער אריין אין די קאטאגאריע פון המקשה עצמו לדעת... און וואס חז"ל זאגען אויף דעם, און פון קישוי אבר איז מען קלאר א מז"ל למחצה לשליש ולרביע דוק ותשכח (אויף חז"ל דארף מען נישט קיין ראיות)
הרחק מן הכיעור ודומה לו......

דערמאנסט מיך זייענדיג א יונג בחור האב איך זיך פארגליסט צו רייכערן, און איין טאג האט מיין מוטער ע"ה געפונען ביי מיר דעם שאכטל ציגארן. איך האב מיך פארענטפערט אז לעולם איז דאס נישט מיינע, נאר א חבר מיינער האט מורא געהאט דאס אהיימצונעמען האט ער מיר דאס געגעבן. פרעגט מיר די מוטער, פארוואס האט עס יענער נישט אהיימגענומען און געזאגט די מאמע'ן אז עס איז דיינע?...

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 4:10 pm
דורך שמואל הלוי
א גוט ווארט אלבערט; אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 4:19 pm
דורך שמעקעדיג
משה מענטש האט געשריבן:איז טאקע פארן קליפס ממש זימה? איך מיין צו פרעגען אויב עס גייט טאקע אריין אין די איסור דאורייתא ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם?


עס איז ממש זימה? ניין, ס'איז אפשר אבק זימה, ס'איז דאך נישט הלכה למעשה, ס'איז נאר מגרה יצה"ר אנפשיה. אבער ס'איז זיכער בכלל אינעם איסור ולא תתורו. ולא תתורו איז א באזונדערע איסור אין די תורה פון זנות.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 7:05 pm
דורך געפילטע פיש
אחרי עיניכם קען מען דן זיין, ערוה בעששית ועוד, ס'א מדובר אין די היינטיגע פוסקים לענין ברכות\תפלה פארענט פון א TV סקרין, איך געדענק אז ר' משה האנדעלט דערין, כ'געדענק נאר נישט זיין פסק. לגבי אחרי לבבכם גייט דאך עס ארויף אויף כפירה, נישט אויף זנות.
איינער פרעגט די זעלבע שאלה אויף הידברות.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 7:15 pm
דורך זר זהב
שלמה המלך האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:שלמה'לה, ווי אזוי האסטו געגליכן דעם בלעם'ן? האט זיך מיין פלאג פון ארויפלייגן די פי די עפס אויסגעצאלט?

בלעם האב איך פיינט ווייל ער איז א רשע מרושע.... וואס מיינסטי כ'האב ארויסגעפרינט די סחורה, למעשה ארויסגייענדיג פון אפיס פרייטיג וועלענדיג נעמען די סחורה זעה איך ווי די פרינטער איז דזשעמד! כ'האב פרובירט עס פארעכטן אבער די קארטריטדש האט אנגעפאנגען פארפירן, עכ"פ כ'האב געזעהן ווי דער בלינדער שעך דער בלעם לאט עס נישט צי (א גיטע סימן)... מיין פרינטער איז נאך נישט פארראככטען, די מינוט וואס ער ווערט מסודר וועט ער עס ארויסשפייען....

אבער אויסגעצאלט האט עס זיך זיכער גיב א בליק וועסטי זעהן 10-12 חברה האבן דאס געדאוינלויד, און חוץ דעם וועל איך וועל עס סוכ"ס אויך האבן בע"ה, אזוי בליקענדיג ערב שבת בשטחיות האט עס אויסגעקיקט גיטע סחורה....
זר זהב האט געשריבן:צו האבן מערערע ווייבער אידאך אויך געווען מותר ביז'ן חרם דרבינו גרשום. -- ס'דא ביאלאגישע סייענטיסטן וואס האלטן אז זכרים זענען ביי נאטור געבוירן צו זיין פאליגימיס, נישט מאנאגאמאוס.

לויט זיי איז פארשטענדליך פארוואס אינגעלייט דרייען זיך ארום אן א קאפ...

זר טייערע... דעם פראבלעם ווייס איך זייער גיט :oops: האסט עפעס א סעלוציע? א אידישע?

דו האסט דאך געהאט 1000 ווייבער, ניין? נישט קיין שלעכטע סטארט...

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 10:38 pm
דורך שלמה המלך
זר זהב האט געשריבן:.....דו האסט דאך געהאט 1000 ווייבער, ניין? נישט קיין שלעכטע סטארט...

יא אבער פארגעסט איך האב אויך געהאט 1000 שוויגערס :roll: :roll: :roll:

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 10:39 pm
דורך זר זהב
...... זיי אלע לעבן נאך? קען נישט זיין!

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 10:40 pm
דורך שלמה המלך
אפשר.... אבער מיר האבן זיי זיכער געמאכט דאס ט...

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 10:45 pm
דורך געפילטע פיש
אלבערט האט געשריבן:איך האב ארויסגעפרינט דעם ערשטן חלק און געלעזט, אבער איך האב נישט געפונען דערין עפעס וואס זאל האבן שייכות צום דאזיגן געהענגל. אצינד וועל איך א בליק טון אויפן המשך. א דאנק אייך.

קיין באזונדערס, נאר אז מ'באהאנדעלט דעם בלעם'ן אויף א ברייטן אופן.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:39 am
דורך שלמה המלך
געפילטע פיש האט געשריבן:אחרי עיניכם קען מען דן זיין, ערוה בעששית ועוד, ס'א מדובר אין די היינטיגע פוסקים לענין ברכות\תפלה פארענט פון א TV סקרין, איך געדענק אז ר' משה האנדעלט דערין, כ'געדענק נאר נישט זיין פסק. לגבי אחרי לבבכם גייט דאך עס ארויף אויף כפירה, נישט אויף זנות.
איינער פרעגט די זעלבע שאלה אויף הידברות.

יא ער ברענגט דארט א קלארע פסק אז קיקן פורן קליפס איז א איסור דאוריתא ערגער ווי עסן חזר! (ראה שמה ההסבר) ער זאגט נאר א שיין דערהער אז ווען מ'עסט חזיר איז נישט דא א וועג ארויס משא"כ פון די ראיות אסורות ווערט די מח פגום אבער מיט לימוד התורה וכו' ווערט די הארד דיסק פונעם מח אויסגעקלארט....

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 6:20 pm
דורך אלבערט
געפילטע פיש האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:איך האב ארויסגעפרינט דעם ערשטן חלק און געלעזט, אבער איך האב נישט געפונען דערין עפעס וואס זאל האבן שייכות צום דאזיגן געהענגל. אצינד וועל איך א בליק טון אויפן המשך. א דאנק אייך.

קיין באזונדערס, נאר אז מ'באהאנדעלט דעם בלעם'ן אויף א ברייטן אופן.

טא פארוואס האט מען דאס אהערגעלינקט אין דעם אשכול?

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 6:37 pm
דורך בן תמליון
געפילטע פיש האט געשריבן:אחרי עיניכם קען מען דן זיין, ערוה בעששית ועוד, ס'א מדובר אין די היינטיגע פוסקים לענין ברכות\תפלה פארענט פון א TV סקרין, איך געדענק אז ר' משה האנדעלט דערין, כ'געדענק נאר נישט זיין פסק. לגבי אחרי לבבכם גייט דאך עס ארויף אויף כפירה, נישט אויף זנות.
איינער פרעגט די זעלבע שאלה אויף הידברות.


איך דערמאן זיך פון גירסא דינקותא כ'האב געזען אין א תשובה ספר פון א פריערדיקן גדול ער זאגט אז מען מעג זאגן דברים שבקדושה פאר בילדער פון ערוה ווייל ביי בילדער איז נישט קיין הרהור נאר דורך לעבעדיקס, ער ברענגט ראיות מש"ס ופוסקים כדרכה של תורה. איך דערמאן זיך כ'האב אמאל בתמימות נאכגעזאגט דעם תשובה אין כולל אברכים רופט זיך אן א אינגערמאן וואס זעט אויס ער'ט זיך אביסל אויסגעקענט: איך וועל דיר ברענגען בילדער און אויפווייזן אז ס'איז יא דא הרהור. נא מיר ווייסן דאך וואס אונזערע צדיקים זאגן: א מציאות קעגן די תורה איז קיין מציאות. אז חז"ל זענען קובע בילדער זענען נישט גיין הרהור איז דאס אן עצם מציאות. ודי בזה למבין תן לחכם ויחכם.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 6:57 pm
דורך געפילטע פיש
אלבערט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:איך האב ארויסגעפרינט דעם ערשטן חלק און געלעזט, אבער איך האב נישט געפונען דערין עפעס וואס זאל האבן שייכות צום דאזיגן געהענגל. אצינד וועל איך א בליק טון אויפן המשך. א דאנק אייך.

קיין באזונדערס, נאר אז מ'באהאנדעלט דעם בלעם'ן אויף א ברייטן אופן.

טא פארוואס האט מען דאס אהערגעלינקט אין דעם אשכול?

ס'שטערט דיך שטארק? סו מי.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 6:58 pm
דורך געפילטע פיש
בן תמליון האט געשריבן:א מציאות קעגן די תורה איז קיין מציאות. אז חז"ל זענען קובע בילדער זענען נישט גיין הרהור איז דאס אן עצם מציאות. ודי בזה למבין תן לחכם ויחכם.

א ריכטיגע מאמין האט קיין הירהורים נישט, אז מ'גלייבט אז בילדער ברענגט נישט קיינע הירהורים, ברענגט עס טאקע נישט.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 7:10 pm
דורך בן תמליון
געפילטע פיש האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:א מציאות קעגן די תורה איז קיין מציאות. אז חז"ל זענען קובע בילדער זענען נישט גיין הרהור איז דאס אן עצם מציאות. ודי בזה למבין תן לחכם ויחכם.

א ריכטיגע מאמין האט קיין הירהורים נישט, אז מ'גלייבט אז בילדער ברענגט נישט קיינע הירהורים, ברענגט עס טאקע נישט.


זאגסט דברים של טעם. מכותלי דבריך ניכר שתלמיד חכם אתה. נו מיר זענען נישט אויף די מדרגות אבער ווי צדיקים האבן געזאגט מדארף האבן א רצון צו גלייבן.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 7:36 pm
דורך שלמה המלך
בן תמליון האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אחרי עיניכם קען מען דן זיין, ערוה בעששית ועוד, ס'א מדובר אין די היינטיגע פוסקים לענין ברכות\תפלה פארענט פון א TV סקרין, איך געדענק אז ר' משה האנדעלט דערין, כ'געדענק נאר נישט זיין פסק. לגבי אחרי לבבכם גייט דאך עס ארויף אויף כפירה, נישט אויף זנות.
איינער פרעגט די זעלבע שאלה אויף הידברות.


איך דערמאן זיך פון גירסא דינקותא כ'האב געזען אין א תשובה ספר פון א פריערדיקן גדול ער זאגט אז מען מעג זאגן דברים שבקדושה פאר בילדער פון ערוה ווייל ביי בילדער איז נישט קיין הרהור נאר דורך לעבעדיקס, ער ברענגט ראיות מש"ס ופוסקים כדרכה של תורה. איך דערמאן זיך כ'האב אמאל בתמימות נאכגעזאגט דעם תשובה אין כולל אברכים רופט זיך אן א אינגערמאן וואס זעט אויס ער'ט זיך אביסל אויסגעקענט: איך וועל דיר ברענגען בילדער און אויפווייזן אז ס'איז יא דא הרהור. נא מיר ווייסן דאך וואס אונזערע צדיקים זאגן: א מציאות קעגן די תורה איז קיין מציאות. אז חז"ל זענען קובע בילדער זענען נישט גיין הרהור איז דאס אן עצם מציאות. ודי בזה למבין תן לחכם ויחכם.

אוודאי די בילדער וואס זיי רעדען און וואס זיי האבען געזעהן ברענגט נישט קיין הרהורים אדרבה עס קילט אפ אינגאנצען דעם אפעטיט..... אבער די היינטיגע פיל קאלערד בילדער און ווער רעדט נאך פון לעבעדיגע קליפס? נעם דעם גרעסטען צדיק און שפיל אים פאר דאס געשעפט און לאמיך הערן וואס דאס ברענגט אים......

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 7:41 pm
דורך טאמבל סאס
איך קען נעבעך אסאך טייערע כולל אינגעלייט וואס קענען זיך נישט איינהאלטן און וואטשן פארן, רובא דרובא איז עס ווייל זיי זענען נישט צופרידן אינדערהיים און די ווייב קען אדער וויל זיי נישט - גענוג סעטיספייען. ס'איז נעבעך א מכת נישט מדינה, נאר משפחה.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 10:04 pm
דורך געפילטע פיש
אפשר צייגסטו מיר צו ווי פונקטליך אויף דרייצען מ'קען זען די זאכן? אפשר מיינסטו די ווידאו פארנט פון מאסטלי מיוזיק? כ'זע טאקע אז די בחורים שטופען זיך צו דארט צו זען עפעס.