בלאט 2 פון 3

From Facebook!!

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 2:23 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. ס'איז זייער געשמאק צו ליינען די ווארימע ווערטער געשריבן דורך נישט אידן. אבער ליידער די נעגאטיווע זייט, אזוי ווי די פארשאלטענע מעקסיקאנער נוירס, ימ"ש פון נייעק האספיטאל וועלכע האט צוזאמגעשאלטן די אידן. זי האט געצויגן א סאך מער לייקס און תגובות אויף איהר זייט...!

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 11:58 pm
דורך אייז קריעם
בד"ו א קידוש השם מיז נישט מיינען פארנט פון צענדליגע מענטשן. אז די געסט דיין גויטע א גלעזל וואסער אדער די זאגסט א שכויעח האסטו אויך געמאכט א קידוש השם. און ווי שווער איז דאס שוין?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:37 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
לכבוד שב"ק

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 4:19 pm
דורך תנחום
ב"ה זיך גוט געענדיגט
https://drive.google.com/file/d/0B36NS6 ... p=drivesdk

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 4:30 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אפשר קען איך האבן אן אודיענץ ביי דעם יוחנן? איך מיטשע מיך שטענדיג מיט ריפ סטעיק אויפן גריל, וויפיל כ'האב שוין פרובירט און אלץ ענדיגט זיך מיט איין זייט אפ ג'שווארצט און די אנדערע זייט טריקן ווי א ראבער

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:10 pm
דורך וואלווי
איך מיין אז מהרה יבנה ביהמ"ק און יוחנן וועט ווערען אונזער יוחנן כהן גדול. איך גיי שיין זינדיגען, אז מיינע חטאת שמינות זאלען ווערען "קריספי קראכעדיג" דורך יוחנן כה"ג.

כ'מיין צו זאגען אז איך וועל צוברענגען אפאר שלמים'ס שנאכלין לבעלים חאטש.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:32 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איך מיין אז מ'האט געברענגט חלות אויכעט ביי א קרבן שלמים. זאלסטו זעהן אז ס'זאלל כאטשיג זיין וויליאמסבורג סטייל..."ראפאגאש"...חלות. און אפשר אריינשמוגלען א שטיקל קאקאאש קעיק פון די רונעדיג, גוטע, געשמאקע סחורה וואס א חסיד'ישער איד דארף צו עסן...!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:46 pm
דורך וואלווי
אודאי, די סינעמאן פאר די קאקאש עט מען נעמען פון די קטורת...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:48 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איך מיין אז מ'האט געברענגט חלות אויכעט ביי א קרבן שלמים. זאלסטו זעהן אז ס'זאלל כאטשיג זיין וויליאמסבורג סטייל..."ראפאגאש"...חלות. און אפשר אריינשמוגלען א שטיקל קאקאאש קעיק פון די רונעדיג, גוטע, געשמאקע סחורה וואס א חסיד'ישער איד דארף צו עסן...!

ר' בערל; כ'מיין אז דאמאלטס איז נאך נישט געווען קיין קאקא, ס'איז א דבר חדש, אפאר הונדערט יאר אלט אינגאנצן, און דע פרומאקעס וועלן עס בשו"א נישט אריין לאזן אין בית המקדש מיט אויסרייד אז חדש אסור מן התורה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:30 pm
דורך diff
מזעזע: אנטי דתיים ריססו שם ה' על הכביש
במהלך השבת פעילים אנטי דתיים ריססו לאורך רחוב שטראוס את שם ה' - למנוע מעבר המפגינים נגד חילולי השבת. במוצ"ש, אברכים שפכו דליי צבע למנוע את החרפה (חדשות)
ישראל כהן | כ' באב תשעז 22:34 12.08.17
הגרפיטי לאחר המחיקה - מזעזע: אנטי דתיים ריססו שם ה' על הכביש
הגרפיטי לאחר המחיקה (צילום: נעייס מא"ש)
גם בשבת האחרונה התקיימה תהלוכת המחאה הקבועה של מפגיני 'העדה החרדית' נגד התגברות חילולי השבת בירושלים

מנגד התקיימה באותה שעה הפגנה של פעילים אנטי דתיים בה השתתפו כ-100 מפגינים חילונים.

לטענת הנוכחים, במהלך השבת פעילים אנטי דתיים ריססו לאורך רחוב שטראוס את שם ה' - זאת בכדי שהמפגינים לא יוכלו לעבור. ריסוס שם השם המלא על הכביש גרם שכל העוברים ושבים וכן הרכבים רמסו את שם ה'.

במהלך המחאה רבני העדה החרדית הביעו את מחאתם על המעשה הנפשע של פגיעה בשם ה'.

מיד לאחר צאת השבת הגיעו מספר אברכים עם דלי צבע ושפכו על הכביש על מנת למנוע את החרפה.

יצויין כי חלק ממארגני ההפגנה הכחישו את הקשר לריסוס הגרפיטי החמור וטענו כי גורמים אלמונים עשו זאת עוד לפני ההפגנה שלהם.




מקור:
http://www.kikar.co.il/242256.html

© כל הזכויות שמורות כיכר השבת

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳מעג אויסמעקען דעם שם? עפעס פארשטיי איך דא נישט.

אגב אורחא, דער שלמים האט נישט קיין חלות, נאר דער קרבן תודה.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:03 pm
דורך berlbalaguleh
איך זאג דא מיין דעת עם הארץ: כדי צו פארמיידן א גרסערן און שטענדיגן בזיון פאר'ן שם ה', מעג מען אפשר אויסמעקן דעם שם. פונקט אזוי ווי ביי א סוטה זאגט הקב"ה כביכול..."ימחה שמי"... כדי להטיל שלום בין איש לאשתו...! יישר כח פאר דעם אויפקלערונג...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:36 pm
דורך אישתישבי
ספר תורה שכתבו מין

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איך מיין אז מ'האט געברענגט חלות אויכעט ביי א קרבן שלמים. זאלסטו זעהן אז ס'זאלל כאטשיג זיין וויליאמסבורג סטייל..."ראפאגאש"...חלות. און אפשר אריינשמוגלען א שטיקל קאקאאש קעיק פון די רונעדיג, גוטע, געשמאקע סחורה וואס א חסיד'ישער איד דארף צו עסן...!

ר' בערל; כ'מיין אז דאמאלטס איז נאך נישט געווען קיין קאקא, ס'איז א דבר חדש, אפאר הונדערט יאר אלט אינגאנצן, און דע פרומאקעס וועלן עס בשו"א נישט אריין לאזן אין בית המקדש מיט אויסרייד אז חדש אסור מן התורה

דער גאלדענער אדלער: ניין. הרב ישראל מ. סופר וועט זאגן אז ער האטציך געדרייט ביים רבי'ן זכיסע יאגן אליינע אין שטוב. און דארט איז געווען קאקאאש קעיק. די רעבעצין האט געבאקן...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:19 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אבער דע "שווארצע" וואס האבן צובראכן דע שפיגלעך, עלען זיך שטעלן אין די לענג און ברייט נישט דורך צו לאזן קאקאו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:27 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב היינט געזעהן אן אקט וואס איז אן עכטער קידוש השם...א חסיד'יש געקליידעטער איד האט געהאלפן א היספאניק-אמעריקאנער מאמע מיט א סטראוללער און א בעיבי ארויפגיין די סטעפס צו דעם טרעין סטעישן..."די"... טרעין אין ברוקלין...! ער האט אנגעכאפט דעם סטראוללער פון פראנט. און די מאמע פון די בעק...! אן עכטער קידוש השם...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 4:09 pm
דורך שמעקעדיג
JP פיינע נייעס

אידישער נוירס פון פיסטבורג מאכט שטארקע קידוש ה'

ארי מאהלער, א אידישער נוירס פון פיטסבורג וועלכער האט באהאנדלט דעם מערדער ראבער באוערס ווען ער איז אנגעקומען אין שפיטאל נאך די שיסעריי, האט געשריבן א לענגערע פערזענליכער עסיי אויף סאציאלע מידיע אין וועלכע ער טוט אפשפיגלן זיינע געפילן וואס ער איז אריבער ביים באהאנדלען דעם מערדער.

ער שרייבט אז זייענדיג אליין א מתפלל אינעם "עץ חיים" סינאגאג איז עס אים געווען גאר ווייטאגליך צו באהאנדלען דעם מערדער, אבער דאן האט ער באשלאסן אז "די איינציגע וועג צו באעהרן די קרבנות איז דורך אים צייגן אז איך בין אנדערש פון אים, און אז איך וועל אים טראץ אלעס באהאנדלען מיט געטריישאפט און ליבשאפט", און ער שרייבט וויאזוי ער האט זיך געראנגלט מיט די טרערן אין זיינע אויגן אין די שווערע צייט.

מיליאנען מענטשן איבער די וועלט האבן געליינט דעם עסיי און באוואונדערט דאס געטרייע הארץ פונעם נוירס. דאס האט אויך געברענגט הונדערטער גויים צו מיטטיילן פערזענליכע געשיכטעס וויאזוי זיי זענען פערזענליך געהאלפן געווארן דורך אידן, און וויאזוי זיי האבן פערזענליך געשפירט אויף די אייגענע הויט די מדת החסד פון אידן.

"איך בין אויפגעוואקסן א יתום אין א ארימע שטוב אין א קליין שטעטל אין טעקסאס - שרייבט איינער אויף סאציאלע מידיע - און איך קען נישט פארגעסן דעם טאג ווען א אידישער שניידער האט מיר אויפגענייט א רעקל און קליידונג פון קאפ ביז פוס. ווען מיר האבן געוואלט באצאלן, האט ער געזאגט אז ער וועט אפשיקן דעם ביל אהיים, אבער דער ביל איז קיינמאל נישט אנגעקומען און ער האט נישט געוואלט הערן פון באצאלן. דאס איז דאס אידישע פאלק"!

Re: היכי דמי קידוש השם

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 7:34 pm
דורך החוקר
Wow.
זיכענדיג אויף גוגל די ווערטער "Jewish nurse" פארנעמט עס די גאנצע ערשטע, און כמעט די גאנצע 2'טע ביז 5'טע זייטן פון רעזולטאטן.

Re: היכי דמי קידוש השם

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 7:41 pm
דורך החוקר
@שמעקעדיג, איך מיין אז די מאכסט א טעות, ער איז נישט קיין מתפלל אין עץ חיים. דער פרעזידענט פונעם שפיטאל, דר. דזשעפרי כהן, איז א מתפלל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 7:48 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג מאכט נישט קיין טעות אז JP סאקט מיט זייער accuracy

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 4:18 pm
דורך שמעקעדיג
אין מאנסי

.