בלאט 2 פון 7

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 4:39 pm
דורך outspoken
ברצותו מרחיב וברצותו מקצר. ער זאגט אז אין מאנסי איז עס נישט אזא פראבלעם ווען למעשה האט דער עיר הנדחת צענדליגע אינגלעך און מיידלעך וואס האבן נישט קיין חדרים.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 4:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון לעיקוואוד קלינגט מען איהם, פון ערגעץ אנדערש נישט.
ער דערמאנט דארט אז מ'רעדט פון דעת תורה וכו', אבער ווען אזא דעת תורה קלינגט פאר א קינד, ווייזט מען איהם א פייג. דאס איז אויך א וויכטיגע טעמע, ווי מ'פיטערט ליגענט און שטותים, מיט א חינוך אין וואס זיי זעלבסט גלויבען נישט. הרב שך איז דער רשכבה"ג, אבער ער 'פארשטייט נישט לעיקוואוד'. הרב שטיינמאן איז א וועלט'ס גדול, אבער 'ער וואוינט נישט דאהי'. אין א"י זאגט מען אפ ספרדים און ספרדיות, און מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג אז הרב שך האט עס באקעמפט נישט ווייניגער ווי אנדערע קעמפ'ס זיינע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 5:53 pm
דורך גנדי
אפשר דריקט מען איבער זיין דרשה אויף אידיש. כדי די כולל אינגעלייט. מלמדים און רבנים וואס האבן נישט יו-טוב זאלן אויך מיטהאלטן.

די וואס האבן נישט קיין אינטערנעץ איז נאך די וויכטיגסטע דאס צוהערן ווייל זיי האלטן זיך עליט און הייליגער און זענען געווענליך די וואס דרייען א קאפ נישט אריינלאזן קינדער פון "שוואכע שטיבער" (למשל: אז די טאטע גייט אן א הוט אויפן גאס. אדער די מאמע מיט א לאנגע קלייד ביים ווארטן פארן באס)

Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 7:58 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אין יעצט ביים הערן א רעכניץ פון קאלעפארניע גיין די פרומע רבנים אין מלמדים תיכף אנזעהן אז......
שאד די צייט

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 8:09 pm
דורך [NAMELESS]
משתמע לתרי אנפין. אבער פארט אמת...

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:44 pm
דורך הוגה
[justify]מיר זענען א קאמיוניטי פון קאפיקעטס. מיר קענען יעצט ערווארטען אז ביי א יעדע צווייטע דינער וועט די נגיד הטפסר הגדול האלטן מוסר דרשות אזש ס'וועט גיין א רויעך. מארגן וועלן קעסטענבוים און יאקאבאוויטש מוחה זיין אקעגן גיין בערכאות, איזי ענגלענדער וועט שרייען וועגען רבי'שע מחלוקת וכו' וכו'. I cant wait...


.[/justify]

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
37,686 יוטוב קליקס אין איין טאג!

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:19 pm
דורך [NAMELESS]
אונז אידן האמיר דאך נישט קיין עקסעס צו יוטוב.

בלייבט נאר צו פארשטיין וואס האבן 37,686 גוים פון זען דעי קליפ.

הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 1:14 am
דורך כאפצעם
די באשעפער ווייסט פארוועם צו געבן געלט!
מיר דארפן נאך אזעלעכע אידן ווי איהם!!!!!

Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 9:36 am
דורך יהושע חיים
I would like to explain the other side. Although there is always room for improvement and no child or family deserves to go through the pain, I would like to explain where the attitude comes from.

If a litvish/yeshivish family would apply to a chasidesha Cheder/Bais Yaakov in Lakewood and would not get accepted would you have the same complaints? No. Because you understand that there is a specific standard that the chasidesha Cheder/Bais Yaakov may expect from their parent body and students that the litvish family may do or not do. Does it have to do with an ani mamin? Does it mean that they are better? No. It means that they want a certain standard and ruach in their Cheder/Bais Yaakov that the litvish family does not keep. Whether it means the boys payos, size of yarmulke what he brings in for snack or the girls tights.

In Lakewood there are many families that chose a certain lifestyle. It’s based on chazal that the more shaychus one has to olam hazeh the less he can have to Olam Haba and vice versa. These are families consciously decided that they want to live a simple lifestyle. This can include living in a simple home, dressing in a true tznius fashion, not driving a new car not going out to eat and not taking you children out to eat. It includes the types of trips a family goes on chol hamoed or the summer, and the list goes on. These ideals they are trying so hard to instill in their children. (please don’t start pointing at the large houses built by many but look at the ones I am talking about). These parents chose a neighborhood in Lakewood that fits with their standards and ideals as they don’t want their children getting “musagim” that does not fit with their desired lifestyle. And yes you may say that they are living in the “Lakewood Box” to that I answer yes and they are doing it with pride.
Choosing a school for their children is no different. They want to keep their children sheltered from lifestyles that they are trying so hard to keep away from. They don’t want their children coming home from school and asking for example, Why is our house so small? Why don’t you/we ever go to Florida in the winter? What are the yankees? Kids in my class have been in every eatery in Lakewood and we never go. And the list goes on.

I am not saying that choosing this lifestyle is an excuse to hurt fellow yidden. I am just saying that the attitude does not come from that I am better than you but the attitude is that even though in shamayim you may be better then me, I am trying to live a sheltered lifestyle and would like to send my children to a school that only accepts families with the same ideals.

I heard a story from a respected woman from Brooklyn that most of you know and is known for her love for yidden and not considered a “right winger”. She sent her boys to a Yeshiva in Brooklyn that is considered very yeshivish and hard to get into. She related that once at a school function she met another mother that was not dressed what she considered appropriate. She confronted her and asked, Why do you send to this Yeshiva? We all chose this Yeshiva to keep away from thing we don’t consider appropriate. If you dress like this you could have gone elsewhere.
The same goes for Lakewood. Many (not all) of the parents that are not getting their children into a school is because they want a school that does not fit with the lifestyle they are living. They may be wonderful people and ehrliche yidden but they live a different lifestyle. If a school has a rule that they don’t accept families that have a television and a family with a television applies and is not willing to give up their television and does not get accepted would you have the same complaints? The same is here just on a more delicate level.

Think twice the attitude may not come from such a bad place.


ק/פ (דיסקלעמער איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דעם)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 10:12 am
דורך ירח בן יומו
מתקנת יהושע בן גמלא דארף יעדער שטאט א האבן חדר ווי צו שיקן די קינדער, ווי לאנג עס איז נישט דא קיין חדר ווי די קינדער וואס די עלטערן וואס ווילן יא זוכה זיין לשתי שלחנות זאלן שיקן די קינדער לא יצאו ידי חובתם ועתידים ליתן את הדין.
אין אנדערע שטעט קען מען שיקן צו דעם ישיבה אדער צו אביס א שוואכערע אבער תורה וועט די קינד לערנען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 10:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט שוין איבערגעקייט די נושא צענדליגע מאל.
א חדר הייינטצוטאג'ס ארבעט מיט עלטער'ן, נישט אליינס. אין יעדער פאל וואס ס'איז אוממעגליך מחנך צו זיין די קינד, ווייל די עלטער'ן זענען בשום פנים ואופן נישט איינשטימיג מיט די חדר און איהר חינוך, קענען זיי זיך אפשר אויסדרייען. יא, איך קען נישט שיקען מין קינדער אין א חדר וואס פרעדיגט אז דער רבי פון ....... איז גאט'ס פארטרעטער אין דער וועלט, און דאס איז א טעגליכער לקח וואס מ'דערפיט זיי דערמיט. מיין קינדער וואלטען געווארען צודרייט פון די סתירה צווישען מיר און די חדר, און אויב געלונגט עס מיר, וועט די חדר נאר ליידען דערפון.
אבער ווען דער תקנה איז געמאכט שלא לשם שמים, מיט א תכלית מחנך צו זיין די עלטער'ן און נישט די קינדער, ווען ס'האט נישט קיין עכטער נ"מ לגבי די חינוך פונ'ם קינד, ווען ס'איז נאר א וועג וויאזוי צו צווינגען א ציבור אין א געוויסע פארמאט, ווען ס'איז אן אויסדרוק פון די פעלער'ס פון א יונגערמאן אין לעבען אז ער זוכט צו דערדרוקען אנדערע, האט עס נישט מיט די אלע סברות. און דאס איז עס היינטיגע צייטען עפ"י רוב. מ'רעדט א פרומער שפראך, אבער ס'איז למעשה נאר שלעכטע מדות.

סתם אזוי, קוקט'ס אין די לינק וואס איך האב אויבען געשריבען פון ר' אהרן הערש פריעד, ער גייט דורך די אלע טענות ווי לעכערליך זיי זענען. ס'איז נישט דא קיין שום מקור אז צוריקהאלטען קינדער פון זיך קענען מיט אנדערע סארט קינדער העלפט אין חינוך. דער מציאות האט עס נישט באוויזען, און דער היסטוריא זאגט עס נישט. יא, ווען דער ווינט אומעטום בושעוועט צו חילול שבת וכדו', דארף מען פראבירען וואס מען קען, און א שטעטל איז אויך א נסיון דערצו. אבער נאר פאר'ן זיין אנדעריש, פאר'ן זיך ווייקען אין אן אנדער'ן מקוה ווי דיר, צו נישט האבען די זעלבע חומרות ווי דיר, איז נישט קיין סבה. מ'קען זיין א שכן מיט איינער וואס פארלאזט זיך אויף אן עירוב וואס לפי דעת דיין רב איז נישט אויסגעהאלטען, ס'וועט גארנישט פאסירען, און מ'קען גייען אין חדר מיט קינדער וואס טוהן כפסק דער חזו"א און ר' משה פיינשטיין ועוד אז מ'מעג זיך פארלאזען אויפ'ן רעגירונג'ס איבערזוכט אויף די מילך אז ס'זאל הייסען חלב ישראל און ס'וועט קיינער נישט קאליע מאכען. דאס עס'ן קניידלאך פסח מאכט נישט די שכנ'ס קינדער פאר אוכלי חמץ, און אפילו ווען יא, איז עס נישט דיין געשעפט.
און אפילו וועגען אינטערנעט וכדו', טאמער די גייסט אינ'ם חדר איז אידיש געשטימט, מאכט עס ווייניג אויס. איך בין געגאנגען אין חדר מיט קינדער מיט טעלעוויזשענ'ס, אבער די חדר איז געווען פרום געשטימט, און איין מלמד פלעגט נאך שפעטען אין די קינדער וואס האבען געהאט טעלעוויזשענ'ס (שלעכטער וואס ער איז געווען!), און קיינער האט נישט געליטען, נאר פארקערט, די קינדער פון די 'פרומערער' משפחות האבען געשפירט אז די חדר איז פאר זיי, און אנדערע האבען זיך צוגעשטעלט. ווען דער חינוך אין די חדר איז אז מיר האבען אן אייגענע תורה וואס לערנט אונז וואס צו טוהן, אפילו דער קינד זעט סתירות און שטוב און ס'איז איהם אביסל שווערליך דאס איינצושלינגען, פון דעם לערנט ער אז די וועלט איז נישט שווארץ אויף ווייס, און אמאל טוט מען וואס מ'פארשטייט אפילו אנדעריש ווי אנדערע האלטען, און מ'האלט זיך שטיל און ווייטער געגאנגען. ס'איז נישט קיין שלעכטע זאך זיך אויסצולערנען, אז מ'לאזט זיך אויף א נארמאלע אופן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 8:09 pm
דורך ליפא
!Quiz

what's the differance
between track 5
? and the Rechnitz speech

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 8:29 pm
דורך שלום על ישראל
ליפא האט געשריבן:!Quiz

what's the differance
between track 5
? and the Rechnitz speech

$

Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:08 pm
דורך יעלה ויבא
הבהרת דברים פין שלמה יהודה רעכניץ
http://www.thelakewoodscoop.com/news/20 ... hnitz.html

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:13 pm
דורך פליקער
ער האט אנגעהויבן זיין דרשה אז ער קען איצט נישט דרשנען ווייל ער איז נישט קלאר וועיגן זיין שווער

האט אראפ געשמיסן א פייערדיגס דברי אמת וואס אלע זענען שטאלץ,

געמאכט א שטורם אויפן גאנצען כדיר הארץ

אבער פארוואס אנטשולדיגן זיך ווי א האן

ווי האט ער פארלוירן זיינע באלי'ס

איצט וועט ער טאקע ווערן ללעג ולקלס,

אריין אין "מעשה שטן הצליח" אשכול

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 5:04 pm
דורך שמעקעדיג
דער "עמי" מאגאזין האט צומאל געוואגטע קאנטראווערסיעלע ארטיקלען אדער אדווערטייזמענטס. קודם שטעלן זיי עס אריין, וכל העם ישמעו וייראו. פאר די פאר קריטיקירער קומט נעקסטע וואך אן אנטשולדיגונג... והכל על מקומו יבא בשלום.

דאס זעלבע האט דא פאסירט. יעדער פארשטייט דעם פשט פון דעם "אנטשולדיגונג", וירא שמים יוצא ידי שניהם.
עס איז גוט. די דרשה האט געדארפט געזאגט ווערן, עס האט געשטורעמט די וועלט, ער האט אויפגעטון דאס זייניגע, זיין גן עדן ווארט אים אפ. יעצט קען מען זיך נעמען אנטשולדיגן...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 5:41 pm
דורך [NAMELESS]
בלאט מאכט א מצב....

Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 6:42 pm
דורך לא ימלט
ראשעקאל האט געשריבן:בלאט מאכט א מצב....

צווישן די ווערטער,

קינדער פין אזעלכע וואס מען רופט זיי די "לעלאוס".....

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:06 pm
דורך [NAMELESS]
קען איינער מיר א טובה טון און דאס ארויפלייגן אויף דראפבאקס וכדומה, כ'זאל עס קענען דאונלאודן?!

א גרויסן דאנק פון פאראויס.

Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:07 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס קענסט נישט דאונלאד'ן פון דא?

Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
אה, מיינסט די דרשה

Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:54 pm
דורך וזרח השמש