בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 9:40 am
דורך ציבעלע-קיגל
איז אמת אז מען קאן שוין זאגן בד"ה? אזוי האב איך געהערט

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 1:53 pm
דורך שמעון וואלף
מיינסט הטוב והמטיב? (ווי ביי די הריגי ביתר)

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:40 pm
דורך ישראל גלויבער
רעדט קלאר, וואס האט מען דערפישט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 5:09 pm
דורך ישראל גלויבער
די נייעס אויף, מיט א פרישע סטארי, אז זונטאג ווען א גרופע פון היימישע האבן לויטן פארלאנג פון איינע פון די סקווערע דיינים - הגאון ר' שלום פאללאק שליט''א, אראפגעפארן צום בריק, און אנגעארבעט א סגולה, פון לייגן ברויט מיט לעכט, צו טרעפן דעם פארלוירענעם קערפער, איז בשעת מעשה א גויאיש מיידל אריינגטאנצן אין וואסער, און זיי האבן געראטעוועט יענעם זייענדיג דארט אויפן פלאץ.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 5:50 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל גלויבער האט געשריבן:די נייעס אויף, מיט א פרישע סטארי, אז זונטאג ווען א גרופע פון היימישע האבן לויטן פארלאנג פון איינע פון די סקווערע דיינים - הגאון ר' שלום פאללאק שליט''א, אראפגעפארן צום בריק, און אנגעארבעט א סגולה, פון לייגן ברויט מיט לעכט, צו טרעפן דעם פארלוירענעם קערפער, איז בשעת מעשה א גויאיש קערפער אריינגטאנצן אין וואסער, און זיי האבן געראטעוועט יענעם זייענדיג דארט אויפן פלאץ.

קיינמאל געוואוסט אז קערפער קענען גאר טאנצן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 5:57 pm
דורך ישראל גלויבער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 7:47 pm
דורך ישראל גלויבער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:41 pm
דורך ישראל גלויבער

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 10:38 am
דורך פאטעטא טשיפס
איך גלייב אז די פרעסע קאנפערענס האט געדינט ארויסצוברענגען א קידוש ה' אין א צייט ווען די באציאונגען מיט די גוי'שע שכנים איז אנגעצויגען.

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
NS update:
Missing body drowned in the Hudson River located. But unable to retrieve. Divers see a body with a long coat (rekel bleaz) and they can't get to it. they might make the
קבורה before שבת if they have him within the next hou

נשלח: מוצ"ש מערץ 19, 2016 10:18 pm
דורך ישראל גלויבער
מוצאי שבת ויקרא ע''ו
ס'איז אנגעקומען א ידיעה, אז מ'האט עפעס געפונען שפירן פון דעם פארלוירן יוד.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 11:54 am
דורך ירח בן יומו

Re: א פארלוירן איד געזוכט.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 3:20 pm
דורך מפוזרי
נאך לאנגע וואכן זוכן, האט מען ענדליך אפגעפונען דער קערפער פונעם אומגעקומענעם איד דוד מרדכי בן אביגדור ע"ה אינעם האדסאן ריווער. א העפטיגער פאנדרעיזינג
קאמפיין איז יעצט אונטערוועגנס, צו העלפן דעקן די קאסטן פון ברענגען דעם נפטר לקבר ישראל.
ע"כ c/p פון נייעס אויף אידיש.

ס'וואלט געווען מן היושר מודיע צו זיין דעם ציבור, אויב מ'פלאנט אים קובר צו זיין באופן מכובד, ווי א איד צווישן אידן.
אויף צו ליגן מאחורי הגדר, איז אים מסתמא מער ניחא צו בלייבן במצולות ים.

Re: א פארלוירן איד געזוכט.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 3:27 pm
דורך א איד
עס איז דא א תשובת הרשב"א אז עס הייסט נישט היינטיגע צייטן א מאבד עצמו לדעת, ווייל צוליב די צרות פון א מענטש, האט ער נישט די דעת אויף זיך.

Re: א פארלוירן איד געזוכט.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 3:54 pm
דורך מפוזרי
היתרים לקברו כרגיל פעלט נישט, די שאלה איז צי די ח"ק דק"ק סקווירא פירט זיך טאקע אזוי.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 11:45 pm
דורך שמעון וואלף
מפוזרי האט געשריבן:
ס'וואלט געווען מן היושר מודיע צו זיין דעם ציבור, אויב מ'פלאנט אים קובר צו זיין באופן מכובד, ווי א איד צווישן אידן.
אויף צו ליגן מאחורי הגדר, איז אים מסתמא מער ניחא צו בלייבן במצולות ים.


ווען ס'איז דיינס א נאנטע ח"ו וואלסטי אויך געהאלטן מ'זאל טון וואס איז "יושר"?

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 11:47 pm
דורך שמעון וואלף
תהלים כולל זיכט איינער זאל אפשרייבן וויאזוי מ'האט אים אפגעפינען אין זכות פון 40 טעג מעמבערשיפ ביי תהלים כולל

Re: א פארלוירן איד געזוכט.

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 8:52 am
דורך מפוזרי
שמעון וואלף האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:
ס'וואלט געווען מן היושר מודיע צו זיין דעם ציבור, אויב מ'פלאנט אים קובר צו זיין באופן מכובד, ווי א איד צווישן אידן.
אויף צו ליגן מאחורי הגדר, איז אים מסתמא מער ניחא צו בלייבן במצולות ים.


ווען ס'איז דיינס א נאנטע ח"ו וואלסטי אויך געהאלטן מ'זאל טון וואס איז "יושר"?


לא הבנתי. ווען ס'מיינס א נאנטער וואלט איך זיכער געוואלט מ'זאל אים לייגן בדרך כבוד צווישן אידן, און טאמער נישט, בעסער לאזן אין ים. ס'נישט מן היושר צו שנארן געלט פון אידן לכבוד המת, אלץ כדי צו לייגן בביזיון.

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 12:51 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:עס איז דא א תשובת הרשב"א אז עס הייסט נישט היינטיגע צייטן א מאבד עצמו לדעת, ווייל צוליב די צרות פון א מענטש, האט ער נישט די דעת אויף זיך.

א איד: ייש"כ. ברוך שכיוונת/שכיוונתי. דו האסט מיר אויסגעכאפט. אויך א תשובת חת"ס אין יו"ד הלכות אבלות, אויפ'ן זעלבן מהלך.
ס'איז אויך דא א חשבון פון יקרא דחיי...!

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 3:25 pm
דורך שמעון וואלף
מפוזרי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:
ס'וואלט געווען מן היושר מודיע צו זיין דעם ציבור, אויב מ'פלאנט אים קובר צו זיין באופן מכובד, ווי א איד צווישן אידן.
אויף צו ליגן מאחורי הגדר, איז אים מסתמא מער ניחא צו בלייבן במצולות ים.


ווען ס'איז דיינס א נאנטע ח"ו וואלסטי אויך געהאלטן מ'זאל טון וואס איז "יושר"?


לא הבנתי. ווען ס'מיינס א נאנטער וואלט איך זיכער געוואלט מ'זאל אים לייגן בדרך כבוד צווישן אידן, און טאמער נישט, בעסער לאזן אין ים. ס'נישט מן היושר צו שנארן געלט פון אידן לכבוד המת, אלץ כדי צו לייגן בביזיון.


כ'האב מיך באצויגן צו דיין פארלאנג אז מ'זאל מודיע זיין ווי מ'גייט אים לייגן. אויף דעים זאג איך אז ס'איז א ווייטאגליכע פרשה און רעדן דערפון איז א צער פאר די משפחה

Re: א פארלוירן איד געזוכט.

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 3:39 pm
דורך מפוזרי
כ'האב נישט פארלאנגט סתם פאר נייגעריגקייט. מ'האט זיך געוואנדן צום ציבור מיט א געלט פארלאנג, פארלאנגט די ציבור אז מ'זאל זיין אויפריכטיג און פארזיכערן דעם ציבור אז מ'וועט טון מיט די געלט וואס ס'פארלאנגט זיך, און באהאנדלן דעם מת בדרך כבוד אזוי ווי ס'פארלאנגט זיך אים.