בלאט 2 פון 3
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 11:56 am
דורך ירא שמים
דו קענסט מאכן הארד קאווער אויך?
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 12:07 pm
דורך [NAMELESS]
ר' ליטוואק יעדער קען זיך נעמען פארקויפן די ביכער? וואסערע רעכט האסטו דערויף מער ווי א צווייטן?
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 12:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב עפעס געזאגט אז איך האב א רעכט? טו דו אויך, איך וועל קיין פאראיבעל נישט האבען. ס'איז נישט קאפירייט און געזעצליך מעג איך און דו, און דער איבעריגע געלט העכער די פרייז פון עמעזאן איז מיין שכר בטילה.
טאמער דו ווילסט עס טוהן פאר פרנסה, גיב איך דיר אן עצה don't give up your day job. ס'דעקט ניטאמאל די שמעק טאבאק וואס מ'נעמט בשעת'ן ארויפשטעלען די פייל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:29 pm
דורך [NAMELESS]
נישט קיין פראבלעם כל הכבוד, איך האב נאר געפרעגט ווייל עס איז מיר געווען אינטערעסאנט, אדרבה גיי אן עס איז א חשובע ארבעט,
נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 6:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט וואס די פארווערט'ס האט
מפרסם געווען די אשכול, גייט מסתמא קומען א ריי נייע בקשות און קויפונגען צום סייט. אלזא, כאפט'ס אייך אריין אומשנעלסט'ן און דער וואס וויל א אידיש בוך צו ליינען זאל שוין איינמעלדען ונראה מה יהיו חלומותיו.
וואס ווילט איהר? דו יו וואנט פרייז וויד דעט?
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 9:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כמבואר במקום אחר, צמח אטלס האב איך נאר אויף עברית. טאמער איהר ווילט קען איך עס ארויפלייגען. ס'איז בנמצא אויף ענגליש אויך, איך האב עס אמאל מיט יארען צוריק געבארגט פונ'ם לייברער"י
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2016 11:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אביסל געליינט אין די ביכער פון יעקב מארק,
דאאון
דא און איך האב שוין באמערקט די צענזורשאפט צווישען די היברעאיש ווערזיע און די אידיש ווערזיע.
אין די אידיש בוך זעט מען א מעשה מיט הרב ישראל סאלאנטער און די זעלבע מעשה איז אין די היברעאיש בוך. מיט איין שינוי. אינ'ם אידיש בוך שטייט נאך איין פרט. קוק ביי די מאמר אויף הרב ישראל סאלאנטער און איהר וועט זען אז אין די אידיש ווערזיע שטייט אז ער האט געליטען פון מרה שחורה און מ'האט מורא געהאט פאר זיין געזונט צושטאנד ווען ער איז פארלוירען געווארען, ווארשיינדליך פון זעלבסטמארד. ווען מ'האט איהם געטראפען האט מען גע'אטעמט רואיג. אינ'ם היברע'איש ווערזיע שטייט נאר אז ער איז פארשוואונדען געווארען ביז מ'האט איהם געטראפען אין וואלד ערגעץ פארטראכט, נישט וויסענדיג מאכען פון זיין גייסטישע צושטאנד.
יעצט וואס איך זעי אז מיין חשש איז ריכטיג, און דער איבערטייטש האט צענזארירט זאכען, וואלט איך זייער געוואלט דורכליינען די אידישער, און האפעדיג מיט די צייט וועט מען מיטטיילען מיט'ן עולם וואס מ'האט אלס אנגעמערקט דארט.
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 7:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט געלייגט נאך א
בוך, עפ"י בקשה. דאס איז די זכרונות פון הרב שלמה מיימון. דער וואס ווייסט, ווייסט שוין, און דער וואס נישט איז נישט אינטרעסירט.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 9:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ארויפגעלייגט די פה סח פון פאראיאר'ן
דא. ס'איז אויף קאלאר און שווארץ און ווייס. קויפט'ס און שטיצט קאוועשטיבעל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:18 pm
דורך אברך משי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב אויך ארויפגעלייגט
דער בוך פון שלום אש - דער תילים איד, וואס ס'זעט אויס ס'איז געשריבען אויף הרב יחיאל מאיר גוסטנינ'ער, הגם ער ווערט דערמאנט אינ'ם בוך אלס אן אנדערע מענטש. דאס איז אן עפענונג צו די הארץ פון א רבי מיום הוולדו עד יום מותו, מיט א בליק אין קאצק און אין די דארפס לעבען פון יענע צייטן. איך האב עס געהאט לעבן מיין בעט פאר א שטיק צייט און זייער הנאה געהאט.
איך האב געליינט דעם ביכל, און איך פיל פאר וויכטיג מודיע צו זיין אז סהאט קיין שייכות נישט מיטן צדיק פון גאסטונין. שלום אש איז געווען א משכיל און א כופר וואס האט געשטאמט פון א חסידישע שטוב אין קוטנא (מקור: וויקיפידיע) און ועל כולם איז ער א היבשער חזיר אויך ווען ספעלט אויס.
בנוגע דעם ביכל הנ"ל שרייבט ער א 'נאוועל' איבער א רבי וואס האט געהייסן יחיאל און זיין טאטע איז געווען אין קאצק. פארשטייט זיך אז ער האט געבעיסט דער הויפט דמות אין זיין ביכל מן הסתם אויפן גאסטונינער צדיק וואס האט געהאט דעם נאמען דער תהלים איד. און דא דארטן ווארפט ער אריין א אויסדריק וואס דער קאצקער האט טאקע געזאגט אויף עם. אבער די פרטים האבן קיין שייכות נישט מיטן ווארהייט, ניטאמאל די נעמען און פאקטן אויף זיינע עלטערן, משפחה, ווייב און קינדער, פטירה, האט ער געשריבן פונעם גאסטונינער. בכלל, איז דער גאסטאנינער אליינס געווען א 'פראדוקט' פונעם קאצקער חדר און א תלמיד פון חידושי הרי"ם, געשטאמט פון א מיוחסדיגע משפחה, און לויט טייל מקורות געווען א תלמיד חכם אויך. די אלע דמינות איבער עבירות און כת ש"ץ און זיין דארפישן סטייל לעבן איז פרי דמיונו פונעם העכסט-געלונגענעם-חזרישן-שרייבער אש.
אגב, דער שרייבער זעלבסט ווען ער איז זיך מתייחס צום גאסטונינער זעלבסט (ווען ער רעדט אז דער גאסטונינער האט אמאל צוריקגעטראגן דעם קאצקער אויף זיינע הענט צו זיין צימער) דארט דערמאנט ער עם ווי א גוף שלישי און שרייבט אויף עם דער צדיק דער עניו רבי יחיאל מאיר גאסטונינער. און כאילו ער רעדט בכלל נישט פונעם זעלבן 'יחיאל' אויף וועמען דאס ביכל איז געבויעט.
אולי וואלט געווען א מצוה אראפצונעמען פונען דעקל פון דאס ביכל די ווערטער "הצדיק רבי יחיאל מאיר מגאסטונין זצ"ל" ווייל קיין גרויס כבוד איז דאס נישט, און אמת אויך נישט.
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 8:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ. באמת האב איך איבערפלעכליך געליינט דער בוך איידער איך האב עס ארויפגעשטעלט. נאכ'ן דרוקען דער בוך, האב איך דאס באמערקט. איך וועל עס אי"ה טוישען.
איך זעי נישט קיין סבה נישט הנאה צו האבען פון די בוך ווייל פערצופאל האט דער מחבר נישט געטויגט. ער האט א זעלטענע כח זיך אריינצולייגען אין יענעמ'ס געוויסען. ער באשרייבט אנדערע מענטשען ווייט פון זיין סביבה מיט א געוואלדיגע פארשטאנד.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:02 pm
דורך געוואלדיג
איך גלוסט נישט צו ליינען ביכער פון משכילים מסיתים ומדיחים.
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון משכילים ביסטו אנגעקומען צו מסיתים?!
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
א משכיל וואס שרייבט א בוך קען אריין גיין בגדר מסית
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. איך האב געטוישט דער דעקעל פונ'ם תלים איד בוך, און ס'שטייט שוין נישט די נאמען פון הרב יחיאל מאיר מגוסטנין.
ב. איך האב ארויפגעלייגט נאך א בוך פון שלום אש. דאס הייסט '
קידוש ה''. די בוך איז געשטעלט געווארען אין די פינסטערע טעג פון ת"ח ות"ט. ער באשרייבט א אינגעל און א בחור וואס ווערט שפעטער א יונגערמאן. ער גייט אין ישיבה לערנען און ס'ההאט אויסגעבראכען די גזירות פון ת"ח ות"ט. ער באשרייבט די מעשה אזוי געוואלדיג, מיט אזא פארשטאנד צו מענטשענ'ס געפיהלען אזש מ'קען זיך פארשטעלען מ'איז ממש דארט. איך ווייס אז אנדערע האבען א פראבלעם מיט א משכיל ואוס שרייבט א בוך, אבער לדעתי איז דאס אלס ווען איינער וויל עפעס אויפטוהן צו איבערצייגען. אן אמת'ער גוטע שרייבער פראבירט זיך אריינצולייגען אין יענעמ'ס שיך און ארויסצוהאבען יענעמ'ס געפיהלען און מיינונגען. ער וויל נישט ארויסברענגען די אייגענע געפיהלען. שלום אש האט די זעלטענע כח, אזוי ווי איך האב אויבען געשריבען, און דעריבער האב איך שטארק הנאה פון זיין שרייבען.
נאכאמאל בעט איך פונ'ם עולם וואס קוקט און קויפט אויף אמאזאן צו שרייבען רעוויו'ס און דא אויך ארויפלייגען זייער הערות. און טאמער איינער האט נאך א בוך וואס ער זוכט, זאל ער דא ארויפלייגען א בקשה און מ'עט זען וואס מ'קען טוהן.
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויף אמאזאן זאל מען אויפזוכען 978-1537127323 און אזוי וועט מען טרעפען דער קידוש ה' בוך
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 9:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב ארויפגעלייגט דער בוך
צמח אטלס כדי דאס צו האבען ביי זיך. איך האב נישט דער אידיש אריגינעלע ווערזיע, נאר די עברית ווערזיע. מסתמא [tag]berlbalaguleh[/tag], וואס איז א גרויס פען פון חיים גראדה, ווי אויך א גרויסע ציוניסט (רח"ל), וועט עס וועלען האבען אלס א חלק פון זיין ירושה פאר זיין אייניקלאך. אפשר זאל ער גאר קויפען איינס פאר יעדער אייניקעל'ס ברמצוה.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:53 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר די עצה טובה. בערל בעל עגלה'ס אייניקלעך זענען ב"ה ברובם סאטמאר'ע חסידים און אויך אנדערע חסידות, שאי אפשר לפרטם משום גילוי...חוץ פון דעם. די היינטיגע דור איז נישט אינטרעסירט וואס די אמאליגע שרייבערס האבן געהאט צו זאגן. זיי אינטרעסירט וואס מ'זאגט אויף די וואטסעפפ גרופס...!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב יעצט ארויפגעלייגט א בוך מיט'ן נאמען
א וועלט וואס איז פארביי.
דער שרייבער איז געווען א דזשורנאליסט פאר'ן קריג און נאכ'ן קריג, און ער האט פיהל גדולים פערזענליך געקענט. ער האט א געוואלדיגע פעדער, א פשוט'ער שפראך נישט קיין שווערער און ער באשרייבט מעשה'ס מיט א געוואלדיגע פשטות.
איך קען דא אראפלייגען איין זאך. ער איז געווען אין גימנאזיום אין סלאנים, און ער האט דארט אביסל געקענט הרב מרדכי אשמינא, דער ארטיגע רב. ער פארציילט א סגולה וואס ער האט געגעבען פאר איינער וואס זיין קינדער פלעגען שטארבען יונג. א ניי געבוירענעם קינד זאל מען גוט אפוואשען און וויקלען אין ריינע רויטע לעוואנט ביז א יאר צייט. ער איז מסביר די סגולה אלס א פשוט'ער געזונט זאך, און דער מענטש האט געגלויבט און דער קינד האט געלעבט!
ער דערמאנט ווען דער רב האט איהם מיט זיין חברים געכאפט שבת נאכמיטאג ביים ארויפגייען אויף א שיף שבת אביסל צו שיפל'ען. דער רב האט זיי געזאגט מיט א געוואלד "שבת! מ'קען נאך דערטראנקען ווערען". ער טענה'ט אז אלע האבען זיך דערשראקען און זענען ארויס פון שיף, און נישט נאר דעם, נאר יעדער שבת ווען זיי האבען געוואלט ארויפגייען אויפ'ן שיף, האט איינער דערמאנט דער מימרא, און מ'האט זיך צוריקגעהאלטען.
איך האלט נאר אין פרק ה' פון 45 פרקים, אבער ס'איז גאר אינטרעסאנט צו ליינען. איך האב זיך דערוואוסט פון דעם ווען איך האב געזען אז נתן קמנצקי ברענגט איהם אסאך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 1:34 pm
דורך [NAMELESS]
דער בריסקער רב - ווען ער איז אמאל געווען אין די גוסטע - האט ער פארציילט עטליכע מופתים פון דעם ר' מרדכי אשמינא. איין מופת - בנוגע א סיום - האט ער אויך געהאט א מנהג צו פארציילן ווען ער פלעגט מאכן א סיום מסכתא.
נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 10:40 am
דורך אחד העם
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], און די וועלט האט געשוויגען, פון אלי וויזעל ז"ל.
א דאנק.
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 11:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב עס לעצטענס געליינט אויף ענגליש, געבארגט פונ׳ם ביבליאטעק אין לעיקוואד. איך האב זאגאר געקלערט צו שרייבען א באריכט פאר׳ן וועקער, און דער קלער איז געגאנגען ווי אסאך גייען.
מסתמא האלטען זיי די קאפירייט שטרענג. איך וועל קוקען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב לעצטענס געטראפען א בוך 'יודישע נשמות' פיהר בענדער, פון איינער שמואל הורביץ, וואס איז אן אוצר פון אלטע מעשה'ס, געקליבען פון פנקסי הקהלות פון פארשידענע שטעט, אויף באוואוסטע און אומבאוואוסטע פארשוינען פון אונזער פארגאנגענהייט.
ס'איז אבער א שטיקעל ארבעט פאר מיר זיי אוריפצולייגען, איז טאמער ס'איז דא א פארלאנג, וועל איך עס טוהן. ביזדערווייל האבען קיין סאך פון די ביכער וואס איך לייג ארויף נישט פארקויפט, נאר מיין פארדינס איז געווען אז איך האב איינג פאר מיר. טאמער דער עולם וויל די ביכער, $15 א שטיק ($60 פאר אלע פיהר בענדער), ביטע זיך איינמעלדען.