בלאט 2 פון 2
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:04 pm
דורך mevakesh
דאכט זיך אז אידיאלאגיש שטימען מיר טאקע לכאורה מיט סאנדערס אבער למעשה קומט אויס אז מיר וועלן נאר דערלייגען פון איהם
זיינע עיקר טענות זענען מער וויניגער העלט קעיר פאר יעדעם און קאלעדש בחינם פון ביידע גייען מיר נישט פארדינען קעגן וואס מיר גייען פארלירן
אין קאלעדש גייט נישט רוב פון דער היימישע עולם
און העלט קער האבן מיר מעדיקעיד וכדומה און ווען עס געשעהט עפעס ערענסט האט מען rccs אדער atime וכו'
קומט אויס אז אונז גייען באצאלען מער שטייערן אבער די בענעפיטן גייט גיין בעיקר צו די גוים רח"ל
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:12 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה נישט די גרויסע אויפטוה פון סענדערס. איך צאל יעצט 7000 א יאר פאר העלט אינשארענס. מיט סענדערס העכערן טעקסעס גיי איך צאלען כמעט אזוי פיל אין פרישע טעקסעס. דאס מיינט אז ער צווינגט מיר צו קויפן אינשארענס און יעצט האב איך די ברירה נישט צו קויפן (און צאלען א fine פון נאר 700$)
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:14 pm
דורך שבת אחים
קאמפיאטער האט געשריבן:איך קען אבער נישט פארשטיין וויאזוי ער וויל געבן פאר אלע איליגעל אומעגרענטס פרי העלטה קעיר און קאלידזש.
צו קענען צאלן דאס אלעס וועט ער מיזן העכערן טעקסעס, און דאס באדערט.
איינער וואס נעמט עניוועי פראגרעמס באדערט עס נישט אזוי שטארק.
קודם כל וואס מיינט איליגעאל אימגראנטס, מיין טאטע און מאמע וואלטן אויך פארופן געווארן איליגעאל אימגראנטס (ביז ממש אפאר יאר צוריק)און רוב היימישע אידן פון פריערדיגע דור וואלטן לויט די היינטיגע פאליסיס פארופן געווארן איליגעאל׳ס אריינגערעכענט טראמפ׳ס מאמע פון סקאטלאנד און בערניס טאטע פון פוילן און טעד קרוז און מארק רוביאס עלטערן וכו׳ וכו׳ וכו׳, כמעט יעדער אין אמעריקא זענען געקומען אהער פון ערגעץ.
אלץ די געלט חלק וואס די וואונדערסט זיך אזוי שטארק, איז קודם כל דו ווייסט אז רוב זאכן וואס בערני וויל איינפירן למשל פרי קאלידזש אין העלטה קעיר פאר אלע בירגער איז א נארמאלע זאך אין רובא דרובא נארמאלע ציוויליזירטע לענדער אויף די וועלט חוץ אמעריקא? פארוואס טאקע? ווייל אונז זענען די רייכסטע לאנד אין די היסטאריע פון לענדער? ווי גייט די געלט? טריליאנען פאר די ארמיי צו בויען נוקלעאר און וואפן וואס מיר גייען לכאורה קיינמאל נישט נוצן? בערני׳ס איידיעס איז געבעיסט אויף די אייראפישע לענדער מאדעל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן בעסער ווי די אמעריקענע סיסטעם און עס איז בכלל נישט קיין ראדיקאלע איידיע!, וואס איז יא ראדיקאל אין מיינע אויגן איז אז אין אמעריקא קען קאסטן איין פיל $600 קאסט די זעלבע פיל אין קאנדא $50! דא האסטו די תירוץ! די אמעריקאנע פארמעסוטיקלס האט וואשינגטאן אין די לינקע טאש מיט זייער לאביאיסטן און שוחד געלט וואס זיי געבן פאר פאליטשאונס צו קענען דאמינירן די מארקעט און בעטן פון ארימע אמעריקאנער פאר לעבענסוויכטיגע דראוגס א הון רב אז זיי זאלן קענען נאכדעם ארומפליען מיט פרייוואט דזשעטס און יאכט שיפן און שפענדען ביליאנען אויף לוקסזירזשע ארט פעינטינגס! און די אומדערהערטע קאראפציע וויל טאקע בערני ענדיגן!
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:16 pm
דורך מרדכי
העלט קעיר גייט מען אדער דארפן צאלן קעש פאר א גיטע דאקטאר אדער ווארטן א חודש אין ליין פאר א שיסטער אזויווי אין אייראפע
Sent from my SM-G920P using Tapatalk
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:24 pm
דורך מרדכי
@שבת אחים
Illegal immigration is the migration of people across national borders in a way that violates the immigration laws of the destination country
דעס רעכנט נישט אריין רוב היימישע אידן פין פריערדיגן דור
Sent from my SM-G920P using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:31 pm
דורך שבת אחים
ווער זאגט אז נישט? אמאל איז געוועהן די געזעצן אנדערש אויסגעשטעלט! וואס איך מיין צו זאגן אז די אלע היינטיגע איליגעאל'ס זענען גארנישט אנדערש ווי די אמאליגע מענטשען וואס זענען געקומען קיין אמעריקא זיך צו קענען באזעצן אין א פרייע לאנד, און נאכאמל לויט די ״היינטיגע״ אימגרעישאון געזעצן וואלטן די היימישע אידן נישט געקענט זיך דא באזעצן!
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 5:16 pm
דורך הוגה
[justify]איך זעה אז מען פארט דא אריין אין די פרטים צו סענדער'ס פאליסיס קענען ארבייטען אדער נישט און וואס פונקטליך זיי זענען. איך האב דייקא נישט געוואלט אריינגיין אין דער נושא, עס זענען דא גענוג אנדערע אשכולות איבער סענדערס און די עלעקשאנס וואו מען קען יענץ אויסשמועסן. [tag]ראשעקאל[/tag], אויב האסטו גוט איבערגעקוקט סענדערס' פאליסיס און האסט איינגעזעהן אז הלכה למעשה וועסטו און אנדערע מער מרויח זיין אין טאש מיט קלינטאן אדער טראמפ, תבוא עליך ברכה פארן מאכן אן אינפארמד דיסיזשאן. איך באציה מיך אין דער אשכול בעיקר צו די שטארקע אפשיי וואס חרדים כלומפרשט האבן צו "סאציאליזם" כאילו עס וואלט געווען א שווארצע מאנסטער וואס מען דארף מבער זיין על כל הון דעלמא. איך באציה מיך צו די אויסדרוקן וואס מען הערט טאג טעגליך אין שול ווי דער עולם פארציילט איבער די שרעקליכע גזירות וואס סענדערס וויל איינפירן ווי למשל פרייע קאלעדזש עדזשוקעישאן, פרייע העלט אינשורענס וכו'.
אויב האסטו א פראבלעם מיט סאציאליזם (ווען איך זאג דו רעד איך צו דער גאנצע געמיינדע אלץ א כלל) דאן פארוואס פירסטו דיין לעבן מיט אפיציעלע סאציאליסטישע פאליסיס. מען פירט א לעבנסשטייגער וואס פארלאזט זיך אפיציעל אויף מעידיקעיד, פוד סטעמפס, סעקשאן אכט, וויק און טעקס ריטורן פארן המון עם. פעל און טעפ פאר ישיבות. פרי קעי, דעי קעיר, וואוטשערס און טייטל וואן פאר חדרים און מיידל שולעס. איז דאס נישט א טייל פון די שרעקליכע סאציאליזם? פארוואס איז דאס אקעי? און וואס טוט זיך מיט בעילאוט פראגראמען? וואס טוט זיך מיט די רעגירונג צווינגען בענק און קרעדיט קארד קאמפאניס צו סעטלן און מאכן שארט סעילס מיט די קאסטומערס וואס קענען נישט באצאלן. איז דאס נישט גענומען פון די רייכע און געגעבן פאר די ארימע? איר זענט געווען אקעי מיט סאציאליזם ווען עס איז געטון געווארן אומאפיציעל אבער ווען די רעגירונג וויל עמטליך נעמען פון די בענקערס געלט צו קענען געבן הייזער פאר די ארימע, פלוצלינג דא טאר מען שוין נישט? לויט מאנכע דא קומט אויס אז די רעגירונג האט גענוג געלט צו געבן פראגראמען לרחצה פאר גאנץ ברוקלין, ראקלענד קאונטי, אראנדזש קאונטי און לעיקוואד, אבער נישט מער. ממילא בלית ברירה מוז מען עס טון אונטערן טיש.
איך בין אליינס נישט איבערצייגט אז סענדערס איז דער ריכטיגע מענטש צו זיין פרעזידענט פון אמעריקא. איך בין אויך נישט איבערצייגט אז זיינע פאליסיס זענען גוט. איך פארשטיי אז דאס איז א נושא וואס פארדינט איר רעספעקט צו ווערן גוט אדורכגעשמועסט און צונומען אויף פיצלעך. איך בין אבער קלאר און איבערצייגט אז די attitude פון רוב פונעם היימישע עולם צו סענדערס און צו סאציאליזם איז גאר מאדנע, היפאקריטיש און שמעקט פון שטארקע איגנאראנס און אראגאנס.
.[/justify]