בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:45 am
דורך טעפל
גערעכט גוט געזאגט.
בדרך אגב אויפן קליינעם זאגט מען שאמרי מיט א "י"..
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:54 am
דורך שרייבער
איך געב געווענליך ר"ח געלט 20 25 ממילא פורים געב איך געווענליך אויך, באקומען ער אדר דאפלט, היי יאר האב איך גראדע געגעבן מער פארן מלמד ווייל ער איז ב"ה גאר גוט, און מיין אינגל איז זייער צופרידן
טיטשער'ס איז 10 דאלער צוליב ווייל ס'איז אין די דאזען
באס דרייווער באס רבי? איך זע נישט קיין סיבה פארוואס מען דארף זיי טיפן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:57 am
דורך [NAMELESS]
דו ווילסט אז ער זאל ווארטן א מינוט צוויי ווען דיין קליינער איז נישט גרייט אינדערפרי. רייט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:59 am
דורך שרייבער
ביים גאר קליינער מאכט זיך עס נישט ווייל ער גייט שפעט, אביסל גרעסער שטעלט זיך שוין די באס נישט אין פראנט פון הויז ממילא....
וואס וועט זיין די הלכה אז מען געט א טיפ פאר די באס רבי און נישט פארן דריווער? וועט זיך טון הריגות, די באס רבי וועט שרייען ווארט, און דער דריווער וועט זאגן ניין, ער האט מיר נישט געטיפט
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:19 am
דורך קאווע טרינקער
איך האב נישט געשיקט קיין טיפ פאר די first grade ענגליש טיטשער וואס לערנט אויס ניגונים פון יום טוב עהרליך.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:22 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב נישט געשיקט קיין טיפ פאר די first grade ענגליש טיטשער וואס לערנט אויס ניגונים פון יום טוב עהרליך.
פארוואס נישט? דו ווילסט דיך נישט קענען גרויס האלטען פאר דיין איידעם אז דיין טאכטער האט שוין אלטס קליין מיידעל געקענט ניגונים פון יום טוב עהרליך???
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:34 am
דורך קאווע טרינקער
לעמיל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב נישט געשיקט קיין טיפ פאר די first grade ענגליש טיטשער וואס לערנט אויס ניגונים פון יום טוב עהרליך.
פארוואס נישט? דו ווילסט דיך נישט קענען גרויס האלטען פאר דיין איידעם אז דיין טאכטער האט שוין אלטס קליין מיידעל געקענט ניגונים פון יום טוב עהרליך???
מיין איידעם זאל נעמען מיין טאכטער אויב ס'געפעלט אים, נאכן אינטערזוכען דורך און דורך, איך גיי אים נישט שטיפן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:39 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב נישט געשיקט קיין טיפ פאר די first grade ענגליש טיטשער וואס לערנט אויס ניגונים פון יום טוב עהרליך.
פארוואס נישט? דו ווילסט דיך נישט קענען גרויס האלטען פאר דיין איידעם אז דיין טאכטער האט שוין אלטס קליין מיידעל געקענט ניגונים פון יום טוב עהרליך???
מיין איידעם זאל נעמען מיין טאכטער אויב ס'געפעלט אים, נאכן אינטערזוכען דורך און דורך, איך גיי אים נישט שטיפן.
וועסט אים לאזען אינטערזוכען דורך און דורך??? אפשר ווער איך דיין איידעם?

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:55 am
דורך קאווע טרינקער
יא, אזוי איז געווען בימי חז"ל. זעה אנהייב מס' כתובות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:07 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:יא, אזוי איז געווען בימי חז"ל. זעה אנהייב מס' כתובות.
אריין און אכשר דרא אשכול
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:05 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן: איך גיי אים נישט שטיפן.
נאך א מזל!
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:48 pm
דורך איך אויך
שתי משמעות לשטיפן,'וד"ל'
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
געווענטליך געב איך פאר א רבי 50 דאללער און פאר א באס דרייווער 25 דאללער , אבער היי יאר האב איך געטוהן פונקט פארקערט. דער רבי פירט זיך אויף ווי א בהמה נבילה -ער פייניגט די קינדער ווי א רשע, און די דרייווער איז מורא'דיג איבערגעגבען.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:05 pm
דורך [NAMELESS]
דעמאלס פארוואס האסטו אים אפילו געגעבן חצי נזק?
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל דאך נישט אז דער רשע זאל אנהרג'ענען מיין יונגעל פאר'ן נישט ברענגען א טיפ
נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 3:59 pm
דורך חשבון
מלמד הונדערט
טיטשער 25
באס דרייוער און רבי 10
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:28 pm
דורך ודי למבין
איך גיב פאר יעדע מלמד 100 שעה פון לערנען, אזוי ווי די רבי'ס (די גרויסע רבי'ס) באקומען ביי די שמחות...
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 2:49 pm
דורך שעפסעלע
איך גיב פארן מלמד ערליך א 50 דאלער יעדן חודש, ווייל ביי די פאריעריגע מלמד פון מיין זון האב איך געזען, אז די חודש וואס איך גיב נישט, איז מיין זון א דריטע קלאס בירגער
אין נאך א אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט, אז ווען איך שיק א גרעסערע סומע למשל חנוכה, ווערט מיין זון אוטאמאטיש יענע וואך די "תלמוד השבוע"
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:06 pm
דורך חשבון
איבעראל גייט עס אזוי, בין איך די פרנס השבוע וועט יענע וואך מיין יונגל געווינען די גורל האב איך געשיקט געלט צום מלמד איז מיין יונגל די שבת טאטע און מיין מיידל די מצוה מיידל. אבי די געלט צאלט זיך אויס