בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 6:43 pm
דורך ישראל גלויבער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 7:36 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דו ביסט דאך א קלוגער איד מיט אן אופען מיינד. דארפסטו פארשטיין אז לכה"פ. 99% פון די נושרים/או.טי.די. יוגנטליכע זענען צוגעקומען צו זייער מצב, ווייל זיי האבן נישט באקומען די ווארימקייט און ליבשאפט וואס א קינד דארף באקומען פון זיינע/אירע עלטערן..!
ר׳ בערל מאכסט א הנחה אן קיין שום דעקונג! דו זאגסט ״דארפסט פארשטיין״ אז רוב אטד׳יס זענען אנגעקומען צו אזא מצב ווייל דעס און דעס, פון ווייסטו??? געבסט נאך א פונקטליכע ציפער 99%! האסט געמאכט א שטודיע? האסט אויסגעפרעגט די מענטשען ? רוב אטד׳יס וואס איך קען האט עס גארנישט צוטוהן מיט די עלטערן (און איך גלייב איך קען 10 מאל אזויפיל אטדי׳ס ווי אייך ווייל איך דריי מיך מיט זיי), מאך נישט קיין הנחות בעיסט אויף דיינע פילינגס דעס איז א טעות פון זייער אסאך מענטשען אויף דער וועלט ספעציעל חסידים! זיי מאכן הנחות וואס איז זייער סובדזשעקטיוו ווייל אזוי פילן זייערע געוויסען און סמאכט זיי פילן באקוועם, וואס דו זאגסט איז 100 פראצענט נישט ריכטיג! איך קען ממש נישט קיין איין אט״ד וואס זאגט אז דאס איז די סיבה פארוואס ער איז אפגעפארן!
חוץ מזה איז זייער נישט קיין שיינע זאך צו דעבאטירן אויף א אפענע פארום נאך אזא טראגעדיע וואס איך גלייב אז די עלטערן און די משפחה זענען שטארק צובראכן און ס׳איז נישט קיין שיינע זאך צו שרייבן אזא זאך וואס איר האט געשריבן אין פובליק לדעתי, כהאב עס באמת נישט ערווארטעט אז אזא קלוגע איד ווי איר זאל אריינמישן די עלטערן! אנטשולדיגט איך בין געגעאנגען צו שארף! איך מיין גארנישט פערזענליך ר׳ בערל טייערער!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 7:44 pm
דורך ישראל גלויבער
אדרבה, אלע זאלן אהינגיין, מ'קען דארט טרונקן טאג און נאכט, און מ'שעפט עמערס מיט שמחת החיים..
ביסטו נארמאל?
אז ס'פאסירט אזא זאך, אנשטאט זיך מתבונן זיין וואס דא איז געשען און נישט אונטערקערן די טראגעדיעס אונטערן בעט, מאכט מען א שווייג.
ס'טוט וויי די משפחה.. שאאאאא
ס'וויפילטע נשמה וואס איז אוועקגענומען געווארן וועגן די לייכטזיניגקייט? מ'דארף וויסן אז עפעס איז דא ראנג, יונגע מענטשן פארלירן לעבענס אויף אזעלכע אופנים, טאר מען נישט שלאפן, מ'דארף דאס אויסרופן הויעך און קלאר.
אויב ס'איז א מקום ווי ס'פעלט יראת שמים, איז דאס א תהום געוואלד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:30 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער האט געשריבן:ביי לואי שיינער דרייען זיך נישט קיין ערנסטע ערליכע יודען, ס'איז א מקום שכרות, און ווי איך לייען אין א צווייטע בלאג, האבן די רבנים שוין לאנג גע'אסר'ט זיך צו דרייען דארט, נאכן עהם בעטן צו פארמאכן זיין 24\7 טרונק הויז.
ווער ווייסט צו ס'נישט א עונש פאר די קלות ראש און וכו' וכו'.. וואס דארט קומט פאר בלי הפסק.
ר' ישראל גלויבער: און אויב ס'געפונען זיך דארט מינדעריעריגע אין סיי וועלכע צייט, קען די ממשלה זיך אריינמישן און ס'קען ווערן אן ערנסטע גראטשקע...!
נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 12:01 am
דורך שבת אחים
איז נישט לואי שיינער א ברסלבער? איר לייגט אים דא אראפ אלץ א מאנסטער, איך האב דאך געהערט אז ער איז א פרומער, גראדע קען איך א אט״ד משפחה וואס דער מאן ( א טאטע פון זעקס קינדער)איז אוועקגעלויפן אין א צווייטע מדינה פאר יאהרן לאנג און נישט געוואלט געבן א גט און ער האט אסאך כוחות אריינגעלייגט אז ער זאל צוריק קומען און ער האט עס טאקע אויסגעפירט זי האט שוין נאכאמל חתונה געהאט, ער האט באצאלט א שיינע פרייז סיי פאר די אינגערמאן און סיי פאר די פרוי אז זיי זאלן זיך אויסקומען, סהאט אים געקאסט אסאך געלט און אסאך צייט, און ער האט גארנישט געהאט דערפון אויסער גמילת חסדים, איך קען די מעשה פירסט הענד, און לויט יענע מעשה קוקט ער מיר אויס צו זיין זייער א פיינע מענטש, אבער איך קען נישט זיינע אנדערע מעשיות במילא ווייס איך נישט. אבער כהאב קיינמאל נישט געהערט די אלע מעשיות וואס איר פארציילט דא.
נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 5:18 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז שוין דא אן אלטע מלחמה ציווישן סקווירא אין ברעסלב.
נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 10:08 am
דורך טשולענט
ישראל גלויבער, ווי ס'זעהט אויס פון דיינע תגובות האסטו ערנסטע אינטערעסן אז די טראגעדיע זאל הייסן מיטרעיעז אדער ווערן א סקאנדאל.
ליידער איז עס געווען א אידיש קינד פון די נדחי ישראל, וואס ביי די סארט בחורים איז דאס אנטרונקען זיך פרייטאג צונאכטס א רוטין, אלעס טרונקט, שיכור'ט און הוליעט ביז שפעט אויפדערנאכט, עס איז די נאכט וואס זיי ווארטן דורכאויס די וואך צו קענען טרונקען, עס דארף בכלל נישט הייסן אז עמיצער האט איהם אנגעטונקען, ער איז געווען א חלק פון א גרעסערע גרופע וואס האט אינאיינעם גע'שיכורט.
דער בחור ע"ה איז געפאלן און איינגעשלאפן אויף די ערד אין בית הכבוד 'אויפן רוקן', ווי באקאנט, ווען א מענטש שלאפט איין נאכן זיך אנטרונקען קען ער זיך נישט געהעריג באוועגן, דאס איז צוליב דעם וואס די מוסקלען האבן נישט די שטארקייט, איז ווען ער האט אנגעהויבען ברעכן האט ער זיך געשטיקט ווייל זיין גוף איז געווען צו אנגעטרונקען און אלס רעזולטאט שוואך צו קענען עס אויסברעכן, און דו פארשטייסט אליין אז וויפל עס איז שווער פאר אזא איינעם זיך צו באוועגן אויף א בעט, איז נאך פול שווערער זיך צו באוועגן אויף א הארטע שטיינערנע בית הכסא ערד.
עס איז זייער ווייטאגליך אז אזא זאך האט פאסירט, אבער נאך אלס נישט נישט אין פלאץ צו מאכן דערפון א סקאנדאל.
זאל זיין נשמה האבן אן עליה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:25 pm
דורך הקטן
זייער אסך פין די אטדיס ווייסען אליין נישט קאנשעסלי וואס שטיפט זיי?
הוגהעלערט