פאטעטא טשיפס האט געשריבן:פאטעטא טשיפס האט געשריבן:איך מיין אז עס איז שוין צייט אז די צאר פון ניו יארק סיטי זאל נאכקאפירן דעם איינפאל וואס איז דא אין מאנטריאל, קוויבעק. כלומר אז עס איז דא א פארקינג-טעקס און נאר די איינוואוינער פון דעם ספעציפישן גאס קענען דארט אוועקשטעלן זייער אויטא.
דאס וועט דינען פאר א דאפעלטע צוועק; נאך א איינקונפט אנצופילן די בודזשעט און אויך וועט דאס עטוואס לינדערן די שווערע פארקינג קריזיס. אינטערסאנט אז עס איז נישט איינגעפאלן פאר הנגיד הטפסר רבי מיכאל בלומינגבערג יר"ה...
וואס האלט די ציבור?
אדער האט מיר א קלוגע איד געזאגט זיין דעה: עס כדי א מולטי-פעמילי געביידע (לאמיר זאגן פון פינף יוניטס און מער) זאל קענען עפראווט ווערן ביי די קאמיוניטי באורד אד"ג, דארף דאס קומען מיט א פלאן ווי מען גייט פארקן די צוקומענדיגע אויטאס, ווי צב"ש א underground פארקינג אדער אן אנדערע שעפערישע געדאנק.
איך וואלט קלאר געווען דערקעגן אזא געדאנק. וואס וועט זיין אז איך וויל פארקען נעבן א קרעטשמע, זיך אנ'שיכור'ן און אהיים שפאצירן אדער נעמען א טעקסי. צי אויף מיין גאס טאר מען צוליב דעם מאנסטארישן בעזעם טראק נישט זיין געפארקט אין א געוויסער צייט וואס פאסט נישט אריין אין מיין סקעדשול, און מילא וואלט פאר מיר געווען באקוועם איבערצולאזן מיין טרעקל ערגעץ אנדערש.
איך ווייס נישט וואס ס'איז אין מאנטרעאל, דער גאנצער געדאנק הערט זיך אבער זייער מאדנע. איט דשאסט דאזענט מעיק עני סענס.
בנוגע underground פארקינג, איז טאקע דא אזא געזעץ, דעוועלאופערס מוזן בויען א פארקינג לאט אונטער זייערע בנינים. דער פראבלעם מיט אונזערע היימישע גנבים איז אבער אז זיי פארקויפן באזונדער דעם פארקינג ספאט. אז עמיצער צאלט שוין ווייסעך וויפיל פאר זיין הויז מיט לאבינ'ס פאפירן, העט ער שוין צאלן נאך פופציג טויזנט דאללער נישט צו ברויכן ארומקרייזן די שטאט פאר א פארקינג ספאט.
סעלושענס גרינגער צו מאכן דעם המון העלפט זייער קנאפ ביינוז. אין יעדן פאל מעגליך וועלן די שולטים על הציבור דאס זען צו פארוואנדלען אין זייערס א בענעפיט. מסר'ן ווידער וועט מען דאך נישט, ווארום די תורה פארבאט.