בלאט 2 פון 4
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 4:04 am
דורך berlbalaguleh
בן זכאי האט געשריבן:צו ווייסט איינער מער פרטים ווער איז דער בעל הבית? עס איז אינטרעסאנט צו וויסן צו איז די קאמפאני טאקע אין אזא שווערע מצב אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן נארמאלע באסעס און דרייווערס וואס נעמען מער ווי מינימום וועידש, איך ווייס נישט ווער די בעל הבית איז [לויט די רעקארדס א געוויסע דשעיקאב מערמעלסטיין] אבער לכאורה איז ער פשוט א געלדגייציגע מענטש וואס זוכט צו פארדינען נאך אפאר דאלער אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל, און ווארשיינליך איז ער ערגעץ וואו אויך א נדבן און באקומט כבוד פאר'ן געבן געלט בשעת ער פייפט זיך אריין אין זיינע קליענטן.
בן זכאי: לויט ווי איך זעה קענסטו איהם טאקע נישט. ווען דו קענסט איהם, וואלסטו שוין נישט געפרעגט קיין קשיות...!
די איינציגע צייט וואס איך האב איהם געזעהן ארומלויפן ווי א פארסמ'טע מייזל, איז געווען ווען זיין פרענטשייז איז אפגעלאפן. און ער האט דאס געדארפט באנייען, איז ער ארומגעלאפן צו די אידישע מוסדות אז זיי זאללן אונטערשרייבן די פעטיש'ן צו די סיטי גאווערנמענט אז מ'זאלל למען ה' באנייען זיין פרענטשייז, ווייל אן דעם וועט ח"ו דער אידישער יישוב אין ב.פ.-ווילי חרוב ווערן. איך געדענק איהם נאך אלס דרייווער ווען ער איז געקומען פון א"י, וואספארא ווילדע שטיק ער האט דאמאלס אפגעטון. ווי למשל, ארויפגיין אויפ'ן סיידוואק אויף ראטלידזש סטריעט, ווען א קאר איז געווען דאבל-פארקט. נאר עפעס א רשעות'דיג'ער בוים איז איהם געווען אין וועג. און זיינע טעראריסטישע שטיק, וואס ער האט אפגעטון, ווען ער האט אנגע'מקל'ט אנדערע דרייווערס וואס ס'האטציך איהם געדאכט אז זיי וויללן גיין קאמפעטישן מיט איהם. און זיי געבן ריידס פאר מענטשן. און ווען ר'האטציך ...שוין. מ'טאר נישט רעדן לשון הרע...!
נאר ווען ד'רעולם וועט נעמען מאכן מאסן טעלעפאן קאללס צו די סיטי אדער סיינען א פעטישן אקעיגן איהם און זיין קאמפעני וועט מען הייסן א מסור, לויט די היינטיגע פארדרייטע און פארקרומטע סטאנדארטן פון די אזוי-גערופענע התאחדות הרע-בנים...!
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 10:23 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:פארוואס עפנט מען נישט קיין קאמפיטישאן?
ירא שמים: ווייל מ'ווילל בלייבן לעבן...

נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 10:46 am
דורך בן זכאי
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 11:03 am
דורך כלבאשבוע
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2016 11:40 am
דורך שמעקעדיג
בן זכאי האט געשריבן:http://airconsumer.dot.gov/escomplaint/ConsumerForm.cfm
דיין לינק פירט צו געבן א קאמפלעינט אקעגן אוויאציע טראנספארטאציע.
אפשר מיינסטו צו זאגן אז דער באס פליעט ווי א חי'?
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2016 3:24 am
דורך קלוגע יודל
קל וחומר האט געשריבן:אזוי פיל ווייסעך יא, אז ער האט א גרויסע באס פירמע וואס טראגט און ברענגט מענטשן פון מאנהעטן צום עירפארט וכו', דארט מאכט ער זיין גרויס געלט, די וויליאמסבורג בארא פארק באס איז נאר א צושפייז.
בן זכאי האט געשריבן:צו ווייסט איינער מער פרטים ווער איז דער בעל הבית? עס איז אינטרעסאנט צו וויסן צו איז די קאמפאני טאקע אין אזא שווערע מצב אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן נארמאלע באסעס און דרייווערס וואס נעמען מער ווי מינימום וועידש, איך ווייס נישט ווער די בעל הבית איז [לויט די רעקארדס א געוויסע דשעיקאב מערמעלסטיין] אבער לכאורה איז ער פשוט א געלדגייציגע מענטש וואס זוכט צו פארדינען נאך אפאר דאלער אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל, און ווארשיינליך איז ער ערגעץ וואו אויך א נדבן און באקומט כבוד פאר'ן געבן געלט בשעת ער פייפט זיך אריין אין זיינע קליענטן.
די בעה"ב איז יעקב מערמעלשטיין, ער איז בעה"ב פון אסאך באס קאמפעניס ובתוכם די דאבל דעקערס פון מענהעטען וכו', ער האט געעפנט א קאמפיין צו ענטפערן אמן..
פאריאר פסח האט ער געמאכט א גאנצע הכנסת ספר תורה טראסק פאר אלא קינדער פון אמן ואמן, וואס די געלט פאר די הכנסת ספר תורה האט זיך אויסעצאלט מיט די העכערונג אויף די וויליאמסבורג בארא פארק באס....
די DOT וואלט געדארפט געבן די רוט פאר די MTA, און אונז וואלטן געהאט באסעס גענוג און נאך, עס וואלטן געוועהן בעסערע באסעס ווי די יעצטיגע הערליכע וואגאנען וואס פירט אונז קיין וויליאמסבורג, אבער עס וואלט גיקומען מיט א טייערע פרייז פון $2.75, (אנשטאטס די ביליגע פרייס פון יעצט $3.25)
און לאמיר נישט פארגעסן אז די באס רוט איז דא לשם מצוה, ווען די MTA נעמט עס איבער וועלן זיי נאך וועלן מאכן געלט אויף אונזער חשבון 
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 7:36 pm
דורך שלי שלך
נעמט אין אכט!
אנגעהויבן פון די וואך דינסטאג, וועט מען מער נישט קענען ארויף אויפן באס נאר אויב מ'ווייזט דריי גאנצע דאללער מיט א קוואדער פאר'ן דרייווער. אויב קנייטשט מען איין די געלט הייסט עס נישט באצאלט, אזוי אויך וועט מען אייך נישט לאזן גיין ווייטער אויב האט איר נישט די פונקטליכע רעשט, אפי' איר ווייזט אים א צענער וואס איר גייט אויפטוישן. אויב פאלגט איר נישט די תקנות וועט די באס נישט פאר'ן ווייטער. דאס קומט נאכדעם וואס די קאמפאני האט איינגעזען אז א גרויסע עולם צאלט נאר א דאללער אדער דאס אויך נישט, מיט פארשידענע בארעכטיגטע און אימבארעכטיגטע תירוצים.
Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 8:20 pm
דורך גראף
ווי אויך מוז איעדער פאסאזשיר אן כאפען א פענסטער בשעת דער באס פארט כדי עס זאל נישט פארלוירען ווערן ערגעץ אויף די הייוועי. התורה חסה על ממונה של ישראל.
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 8:56 pm
דורך שלי שלך
ס'איז נישט קיין וויץ, אדרבה גייט ארויף אויפן באס וועט עטץ זעהן די באס איז אנגעקלעבט מיט אזעלכע צעטלעך
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 9:44 pm
דורך ענדע צדיק
אפשר עפנט מען אויף א פאטישען ווי דערעולם קען אינטער חתמ'ענען?
א חוצפה פון א גביר אדיר וואס פירט זיך אזוי אויף צו מענטשען.
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 11:55 pm
דורך געשווינד
איך קען א היימשע מענטש פון וויליאמסבורג וואס מיט יארן צוריק האט ער פראבירט צו עפנען א קאמפעטישען, און די בארא פארק וויליאמסבורג באס קאמפאני האט אנגעדרייט מאפינערישע שריט אויף אים, און דערנאך געגאנגען אין קארט און אים נישט געלאזט מנוחה ביז מען האט אים אזוי דערקוועטשט די יארן אז ער האט אויפגעגעבן.
די שאלה שטעלט זיך וואס קען מען טון היינט, זיי קענען נישט טון אויף אזוי ווייט ווי אמאל וועגען די ציבור וועט עס נישט צולאזן, מען דערף נאר א מענטש וואס איז זיך גרייט צו שלאגען מיטן גאנצען כח...
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 11:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
כוכב, ביסט אוועליבעל?
נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 4:08 pm
דורך געשווינד
קיינער איז נישט גרייט ???
נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 4:26 pm
דורך בת קול
אלל ווי ניד איז א באס ענד א באס דרייווער!
נאו וואלאנטערס?
#טרעוועלערס_וועט _נישט_פעלן
נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 10:52 pm
דורך שלי שלך
ס'איז שייך צו ערלעדיגן אז די 'מאמענט' זאל האבן א אינטערוויו מיט'ן בעה"ב כדי צו הערן זיין צד?
נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 11:24 pm
דורך געשווינד
מען טאר נישט אנהויבען רעדן מיט אים ווייל אפילו מען וועט אים אויפווייזן וואס פארא פורים ער מאכט מיט אונז וועט ער אפשר פאר 2 וואכען צושטעלן נאך אפאר עלטערע באסעס און דערנאך צוריק מיטן אלטען. עס איז דא צוויי ברירות, אדער פאנגט ער אן פון דאסניי און צושטעלן אזעלכע באסעס און סערוויס אזוי ווי ער גיבט פאר זיין דאבעל דעקער פירמע, אדער דארף איינער גיין קאמפטישען.
נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 11:31 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס וויינען און שרייען? הייב אויף א טעלעפאון און רוף 311
נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 11:33 pm
דורך געשווינד
מען האט שוין דאס אויכט פראבירט
מען דארף איינער וואס האט פלייצעס און זאל טון צו דער זאך
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 1:42 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כוכב, ביסט אוועליבעל?
רויטע וואנצעס: נאאא. כוכב איז א איד...מיט איהם (דעם בעה"ב פון די קאמפעני) קען נאר האנדלען דזשאן גאטטי דזשר. ער פארשטייט נאר די שפראך פון די בני עשו. די איטאליענער מאפיא...!
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 1:59 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:אה דאס איז דאך אלס די מלחמה קעגן די ציונים… נישט סתם פאר באקוועמליכקייט! ווייל ווי יעדער ווייסט איז דא מהדרין באסעס בשופי פון אגד.
ירא שמים: ס'הייסט. ביים רעבין זכיסע יאגן אליינע, אינדערהיים אין ארשיווע איז מען נאך געפאהרן מיט מהדרין באסעס. נישט ח"ו נהנה צו זיין פון די פארשאלטענע ציונים...שאל אביך ויגדך. זקניך ויאמרו לך. אונז האבן א גרויסן היסטאריקער און שרייבער, הרב שמואל שלמה טעללער, המכנה (אדער המכין) את עצמו. ..."הרב ש.ב. מרגליות...דער ריכטיגער ממלא מקום פונ'ם פארשטארבענעם גרויסן שרייבער און קנאי, חכימא דיהודאי, הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון ואנחה אויף כלל ישראל...

Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:29 am
דורך קלוגע יודל
שלי שלך האט געשריבן:ס'איז שייך צו ערלעדיגן אז די 'דער וועקער' זאל האבן א אינטערוויו מיט'ן בעה"ב כדי צו הערן זיין צד?
פאראכטן...
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 10:41 am
דורך ירא שמים
בערל כהאב שוין לאנג נישט געהאט פון דיר דיינע אריגענעלע תגובות… לעצטנס בוסטו עפעס געווארן צו אויפגעקלערט[emoji6][emoji39][emoji196][emoji196][emoji49][emoji48]
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 11:49 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:כוכב, ביסט אוועליבעל?
רויטע וואנצעס: נאאא. כוכב איז א איד...מיט איהם (דעם בעה"ב פון די קאמפעני) קען נאר האנדלען דזשאן גאטטי דזשר. ער פארשטייט נאר די שפראך פון די בני עשו. די איטאליענער מאפיא...!
כ'האב נישט אנגעכאפט א גוטן משל. ווייל דזשאן גאטטי דזשר. איז א איד עפ"י הלכה. זיין מאמע איז א איד.
נאר אפשר קען מען לערנען פשט ווי ס'שטייט אין פסוק..."ויתילדו על משפחותם" אז ער ווערט גערעכנט לויט'ן שבט פון זיין טאטע. דאמאלס איז ער א כשר'ער איטאליענער...!