שמעקעדיג: צו ניצן "פינקע"... דאוו זייף איז א חשש פון לא ילבש.
אויך, דער חילוק פון "חרתא" ביז קרתא... איז. די ערשטע איז אן א פינטל. די צווייטע איז מיט א פינטל...
צוריק צום נושא... די חרתא/קרתא'ניקעס האבן פארשמירטע הענט פון אידיש בלוט. צו זיי שמעקן אדער שטונקען.. ביז זייערע פאלעסטינער און אראבישע פריינט וועללן זיי אליין ד----------, וועללן זיי זיך נישט לערנען א לעקציע...!
ביים לעצטן גלות-שטאפל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איך קען ממש נישט איינשלאפן. איך דארף וויסן איינמאל פאר אלעמאל נוטרי חרתי מיט א חי״ת? אדער נטורי תרתי כבין אינגאנצן צוטומלט! קען איינער אויסקלארן די חילוק צווישן חרתי קרתי ברתי און בר קמצא? ס׳איז קריטיש וויכטיג פאר מיין סורווייוועל. און אז מרעדט שוין יא וועגן אונזערע גרעסטע פראבלעמען העומדים ברומו של גולם האב איך געוואלט צולייגן א ענדליכע פארווייטאגטע נושא; נעמליך דו לוחם מלחמת השם הרב צימערמאן האט פארלוירן זיין טייערע קערידזש וואס דעס איז מעהר ווייניגער די הויפטקוואטיר פון זיין קאמפיין, און ווי קראנקע (קראנטע) מקורות געבן איבער זיכט האב צימערמאן צו פינאצירן א ניע קערידזש. ווי אויך געבן אויבער די אינסטעטאצן אז אין אין דעם פארלוירנע קערידזש איז געוועהן קריטיש וויכטיגע קול קורא לאליכער אז הרב שטיינמן איז א גוי! בקיצור ווער ס׳קען אונז העלפן אפירקראצן א נייע דריי און האלב / פיר רעדלדיגע רכב וואס זאל קענען האלטן 16,386 ריזיגע קול קורא לאליכער זאל זיך מעלדן צו די מקוה איד ווי אומשנעלסטן! אזויווי לא עלינו ולא עליכם די עקעלהאפטיגע גוים רח״ל רופן עס ASAP!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ביים לעצטן גלות-שטאפל
בערעל קען נישט אנצייגען איין איד וואס נטרונא צו נטורי קרתא האט געראטעוועט. איך קען נישט אנצייגען איין איד וואס זיי האבען געשעדיגט.
דזשאסט סעיינג
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דזשאסט סעיינג
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ציוניסט'ן מיט די סאטמאריסט'ן ליידען פון די זעלבע מעסיאניסטישע דמיונות.
אונז זע'מיר נישט קיין קראים, עכ"פ איך נישט, און טאמער אין תושבע"פ איז מבואר אז די אלע נבואות וועגען ימות המשיח ווייזען נישט אויף וואס וועט זיין לע"ל, ווייל ס'איז פון מיט סתירות און די זאך איז נאך נישט אויסגעקלארט, ווייסען מיר גארנישט פון די עתידות צו דאס האט מיט משיח צו מיט גלות און די פרטי דברי הנביאים מאכען בכלל נישט אויס. אפשר איז דער מדינה א חלק פונ'ם גאולה, אפשר גאר ווייט דערפון. אפשר גייט משיח קומען דורך דער מדינה אפאראט, אפשר וועט ער נאר קומען מיט'ן ביטול המדינה, און אפשר גאר אויף אן אנדער'ן אופן. די זאך איז באגרעניצט מיט וואס דיין דמיון קען אפירקראצען. דער רמב"ם זאגט אונז קלאר אז ס'איז נישט קיין חלק פון אמונה אין ביאת המשיח, און ס'איז טאקע אומקלאר פאר דער וואס זוכט עס נאך. אלזא דער גאנצע ענין קען מען קיינמאל נישט אויפווייזען הונדרעט פערצענט, און דער וואס טראכט אנדעריש איז נישט קיין אפיקורס צו א שוטה. דער גאנצע זיכערקייט פון דער פותח האשכול איז באזירט אויף זיין ווילען, נישט אויף אן אמת'ן ראיה.
ווען מ'קוקט און טראכט אריין אין די תכלית פון ביאת המשיח און וואס ס'דארף אויפטוהן און איהר אמת'ער באדייט, וואס מ'זעט אין רמב"ם 'לא נתאוו החכמים והנביאים וכו' ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד', זעט מען אז דאס בליען פון די בערג פון יהודה און זיצען פון אלטעלייט אין די געסער פון ירושלים איז גאר א זייטיגע חלק פונ'ם גאולה, נישט דער עיקר. ווען מ'זעט אן אלטיטשקע אין ירושלים האט מען נאך קיין גאולה נישט געקוקט אין פנים אריין. דאס פרוכטבארע עקאנאמיע פון די פעלדער און וועלדער זענען די טפלים שבטפלים פון דער גאולה וואס אונז שטרעבען און בענקען דערצו. אין הקדמה לפרק חלק רעדט דער רמב"ם ארום די טועים וואס נעמען אגדות חז"ל און נבואות הנביאים מיט גשמיות'דיגע אויגען.
יעצט דארף מען פרעגען; זענען מיר היינט נענטערער צום גאולה פון די רמב"ם ווי ווייטער? איז דער וועלט אויפ'ן ריכטונג צום 'לדעת את ה' בלבד' צו אויפ'ן פארקערט'ן? אפגעזען פון באוועגונגען און שיטות. דערווייל האט דער וועלט גארנישט באוויזען צו ווערען בעסער אין אלע הינזיכטען, אין מאנכע איז עס בעסער און מאנכע ערגער, און דאס וועלען אז ס'וועט זיין גוט מאכט עס נישט גוט (זאג דיין באבע דאס אויך).
ווען א ראציאנאלע מענטש זעט א מדינת ישראל, זעט ער א קהלה ווי אלע קהלות, מענטשען מאכען ביזנעס, שלאגען זיך, מאכען זיך אפ, גנבנ'ן, טיילען מכות, האבען חתונה, פראדוצירען קינדער, שטארבען און צומאל ווערען בא'ערדיגט, מ'מאכט געזעצען לויט'ן געשמאק פון די איינוואוינער'ס, און מ'ווענט אפ געזעצען לויט די געשמאק פון די ריכטער'ס, מ'וויילט איין א פרעמיער לויט זיין דעהויבענע מדת השחצנות, און מ'וויילט אויס כאווער כנסת'ס לויט זייער פלאמפייערדיגע דרשות מיט געקייטעלטע הענט צו גראבע לאזונגען. גארנישט אנדעריש ווי סיי וואס פאר א לאנד און שטאט אין די גארער וועלט. יעדער האט זיך איהר טעם און איהר שמעק, אבער קיין עמטליכע חילוק איז נישט דא. זאגען אז משיח איז ביים שוועל און די ערשטע טריטען זעט מען אין מדינת ישראל וויבאלד מ'זעט א מדינה, איז פונקט ווי זאגען אז משיח איז שוין אט אט וויבאלד אין אמעריקא עסט מען חומוס אין גרויסען, אזש דער קוקא-קולה חברה האבען אפגעקויפט דער סאברא חומוס פאבריק, און דער וועלט גייט זיך נעמען איינשלינגען חומוס אין די מאסען, וואס דאס איז א חלק פון הפצת המעיינות פון דער רבי ר' תיאודור, וואס נאכ'ן הקמת המדינה גילט עס אויף יעדער שטיק קולטור פון אט דער יודען-שטאט.
ס'איז עולם כמנהגו הולך, יעדער טוט וואס ס'שמעקט איהם, אין כאן לא נבואה ולא פסיעה, לא מרידה ולא כפירה, לא בשורה ולא הכחשה, לא חזרה ולא גאולה ולא הכרה. יש כאן מדינה ויושביה, עסקים ועמליה, גנבים ושוטריה, צדיקים וגבאיהם, וישיבות ויושבי ראשיהם. פונקט ווי אין דער ברייטערע וועלט.
הרחמן הוא ישלח לנו משיחו הולך תמים, ללא עקמימיות מחבלי כרמים, ולא נטעה בדרכינו המיושרים, בדרך המלך נלך בשלומים.
א ציפידיקס, בייסעדיג...
איך גלייב אז טובי' מיט זיין קליקע, די תימנ'ע מתחכמים אקעגן עזרא וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא שרייבער ארויסצוברענגען מציאות על השטח אזוי ווי א רציונליער אטעמט און טראכט...
מיינט איר דען אז די תקופה פון די חשמונאים האט אויסגעקוקט בעסער?
די עקלדיגע מציאות גלעזער איז שווער צו באקעמפן, ווען הלל איז געזאגט געווארן גלייך נאך נס חנוכה, האבן די מציאות אידן זעכער נישט געטראפן דערין קיין שום משמעות
און די עליית עזרא אידן וואס האבן געהאט נשים כנריות האבן אין די געזאנגן פון די נעבעכדיגע מזבח'ל קיין שום נחמה פורתא...
אבער ראויה היה התורה לינתן ע"י עזרא, ותורה נתנה לנו ע"י אברהם יצחק הכהן!!! און מיט דעם וועלן מיר קייגן גיין משיח צדקינו ומלכינו בראשינו אכי"ר נס"ו
און יא ס'נאך געבליבן א קליין הייפעלע אידן צו מקבל זיין אונזער גרויסער קעניג, קוקט נאר א הייפעלע פון די הייפעלע...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HAXBBlmxnA4[/youtube]