בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 4:05 pm
דורך בעל הבית
צווישען באדן די קינדערֿ
העלפן די רעבצין מאכן פרנסה
גיין שאפינג
קביעת עיתים לתורה
מיט פארגרעסרען די משפחה
מיט יו טאב (U TUBE)
קאווע שטיביל
שחרית מנחה מעריב
מיט שמחות יומים טובים יומא דפאגרא"ס סעודה הלולא
מקווה שניידן די נעגל פיס הענט (אנדרע טעג אקסטער די פיס אין אקסטער די הענט)
אין הערן קול מבשר1010 wins Wabc ווי וועט דען זיין צייט פאר נאך איינעם אשר על כן לאז אזוי פליס
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 4:25 pm
דורך בעל הבית
בעל הבית האט געשריבן:צווישען באדן די קינדערֿ
העלפן די רעבצין
מאכן פרנסה
גיין שאפינג
קביעת עיתים לתורה
מיט פארגרעסרען די משפחה
מיט יו טאב (U TUBE)
קאווע שטיביל
שחרית מנחה מעריב
מיט שמחות יומים טובים יומא דפאגרא"ס סעודה הלולא
מקווה שניידן די נעגל פיס הענט (אנדרע טעג אקסטער די פיס אין אקסטער די הענט)
אין הערן קול מבשר1010 wins Wabc ווי וועט דען זיין צייט פאר נאך איינעם אשר על כן לאז אזוי פליס
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 4:36 pm
דורך בדחן
משה געציל האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:גנדי האט געשריבן:איך וועל געבן א דוגמא פון מיין בני בית זאל זיין געזונט. זי הערט קול מבשר אפאר מאל א טאג און דערנאך רופט זי ׳טעל מי׳. די סיבה איז ווייל ווען איך קום אהיים און פארצייל איר נייעס וואס איך האב געהערט אויפן ראדיא. אדער גזעהן אויפן הינטערנעץ. באמערקט זי אז קול מבשר לאזט אויס גאנצע שטיקער נייעס.
א נייע טעלעפאן ליניע וואס איז גרייט ממלא זיין דעם חלל. קען שטארק מצליח. אבער ער דארף האבן זייער א שטארקע ריקן-ביין. אויסצושטיין רדיפות און איטימידעישאן פון די טאליבאנע סיקריקים. וכל מרעין בישין.
לע"ע טראץ אלע רדיפות אויפן ערליכען ארטעדאקסישען אינדענטום זענענן זיי נאך אלץ ידם על העליונה, במילא וועט א נייע טעלפטן לינע נישט האבן קיין שטאקע ריקן- ביין, און וועט נעלם ווערן אווי אלע זאכען וואס איז נישט לרוחם פון די שותומ"צ,
לדוגמא קאווע שטיבל, דו ווייסט ניטאמאל פון אזא זאך צוזאגען.
דהיינו? איך פארשטיי נישט דיין שאלה.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:26 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
בעל הבית האט געשריבן:צווישען באדן די קינדערֿ
העלפן די רעבצין מאכן פרנסה
גיין שאפינג
קביעת עיתים לתורה
מיט פארגרעסרען די משפחה
מיט יו טאב (U TUBE)
קאווע שטיביל
שחרית מנחה מעריב
מיט שמחות יומים טובים יומא דפאגרא"ס סעודה הלולא
מקווה שניידן די נעגל פיס הענט (אנדרע טעג אקסטער די פיס אין אקסטער די הענט)
אין הערן קול מבשר1010 wins Wabc ווי וועט דען זיין צייט פאר נאך איינעם אשר על כן לאז אזוי פליס
כ'זעה ביסט ערנסט ביזי, בעל הבית.
כ'טוה דיר גראטולירן פארן העלפן דיין ווייב מאכן פרנסה, כאטשיג בזעת אפך איז חוה'ס קללה, און אין כתובה שטייט בפירוש אז פרנסה איז אויסדריקלך דעם ווייב'ס התחייבות.
אבער וואס מיינט "מיט פארגרעסערן די משפחה" ? אפשר מיינסטו אז ביסט ביזי זוכן איידעמער און שנירן ?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:28 pm
דורך משה געציל
לץ איינער! ער גייט דאך אין מקוה און עסט קנאבל דריי מאל א וואך! דו ווייסט וויפיל צייט עס פארנעמט?!
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:34 pm
דורך יאיר
אפשר קען מען עפענן א קול מבשר וואס וועט יא מעלדן איבער געבוירענע קינדער פון געשטארבענע מאמעס.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:38 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
בדחן האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:גנדי האט געשריבן:איך וועל געבן א דוגמא פון מיין בני בית זאל זיין געזונט. זי הערט קול מבשר אפאר מאל א טאג און דערנאך רופט זי ׳טעל מי׳. די סיבה איז ווייל ווען איך קום אהיים און פארצייל איר נייעס וואס איך האב געהערט אויפן ראדיא. אדער גזעהן אויפן הינטערנעץ. באמערקט זי אז קול מבשר לאזט אויס גאנצע שטיקער נייעס.
א נייע טעלעפאן ליניע וואס איז גרייט ממלא זיין דעם חלל. קען שטארק מצליח. אבער ער דארף האבן זייער א שטארקע ריקן-ביין. אויסצושטיין רדיפות און איטימידעישאן פון די טאליבאנע סיקריקים. וכל מרעין בישין.
לע"ע טראץ אלע רדיפות אויפן ערליכען ארטעדאקסישען אינדענטום זענענן זיי נאך אלץ ידם על העליונה, במילא וועט א נייע טעלפטן לינע נישט האבן קיין שטאקע ריקן- ביין, און וועט נעלם ווערן אווי אלע זאכען וואס איז נישט לרוחם פון די שותומ"צ,
לדוגמא קאווע שטיבל, דו ווייסט ניטאמאל פון אזא זאך צוזאגען.
דהיינו? איך פארשטיי נישט דיין שאלה.
הגם איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט וועל איך עס נאכאמאל פרובירן מסביר זיין.
ער מיינט צו פרעגן צו קאווע שטיבל איז יא לרוחם פון "ערליכען ארטעדאקסישען אינדענטום".
און אויב נישט, פארוואס לשיטתך ווערט עס נישט נעלם "אזוי ווי אלע זאכן וואס איז נישט לרוחם פון די ערליכע ארטעדאקסישע אידענטום".
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:42 pm
דורך זר זהב
קאווע שטיבל איז אויף דער נעט. א טעלעפאון ליין איז אויפן טעלעפאון, איר זעהט נישט דעם חילוק?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:50 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
לאז בדחן אליין ענטפערן, ער לעבט נאך ב"ה (איי האפ סאו)
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:52 pm
דורך משה געציל
קודם כל איז עס נישט געווען א שאלה, עס איז געווען א סטעיטמענט וואס טוט אונטערשטרייכן די לעכערליכקייט פון דיין פרומע מהלך. לשיטתך דרייסטו זיך צווישן אידן וואס זענען מפקפק אין די ערליכע ארטעדאקסישן לעבענס שטייגער.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:56 pm
דורך גנדי
דוכט זיך דער טעלעפאן ליין פון נ"ר איז נישט אויפן נעט. עס אויך נישט לרוחם. און עס איז נאכנישט נעלם געווארן.
זעהט אויס זאכן וואס האבן א שטאקע ריקן-ביין, ווערן נישט נעלם.
בד"וו, איך וויל וויסן די מראות הצובאות סטאר אויף 111 ליע איז נאך אפן?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:58 pm
דורך זר זהב
רעדסט צו מיר? מיין פוינט איז אז אינגע קינדער האבט נישט צוטריט צום נעט ווי צו א טעלעפאן, איז עס בכלל נישט קיין פארגלייך.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:05 am
דורך נייגעריגער
זר זהב האט געשריבן:קאווע שטיבל איז אויף דער נעט. א טעלעפאון ליין איז אויפן טעלעפאון, איר זעהט נישט דעם חילוק?
און אחוץ דעם, איז דא נאך א ריזיגע נפקא מינה. נעמליך אז אונזער באליבטע קאווע שטיבל איז אלעס אלעס שטארק אנאנים, און כדי צו מאכן א האטליין מוז זיך איינער [אדער באמת א היבשע פאר אידן] ארויסשטעלן בפומבי, און פאר דעם דארף מען אזא מטורף [איך רעד נישט פון זיין ארבעט נאר פון אים] ווי נ"ר, און ס'איז מסתמא נישטא אזוינס!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:30 am
דורך בדחן
משה געציל האט געשריבן:קודם כל איז עס נישט געווען א שאלה, עס איז געווען א סטעיטמענט וואס טוט אונטערשטרייכן די לעכערליכקייט פון דיין פרומע מהלך. לשיטתך דרייסטו זיך צווישן אידן וואס זענען מפקפק אין די ערליכע ארטעדאקסישן לעבענס שטייגער.
ידעתי גם ידעתי אז דאס איז געווען דיין כוונה, איך האב נאר געטעראכט אז מיטען מאכען זאלסט עס ארויס שרייבען ברחל-בתך-הקטנה וועסטע זיך כאפען אויף די לעכערליכקייט פון דיין טענה אז צו שרייבען אויף קאווע שטיבעל מער גענויגט צום מעין סטרים הייסט עס שוין פארפרומט און נישט אין פלאטץ.
ניין, איך בען נישט קיין פרומער און איך שטעל מיר נישט אהער אלץ פרומער, איך בסך הכל נישט אזוי לינק גענויגט און איך קען באשטיין צו זאגען מיין מיינוג עס איז נישט איינשטומנוג.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:37 am
דורך בדחן
בנוגע די חילוק פון א נעט אדרעס און א טעלפאון ליניע,
עס איז זייער מעגליך אז עס וועט זיך זייער נישט גוט אויסארבייטען פאר א פשוטע סיבה ווייל דער ציבור איז צופרידען מיט קול מבשר.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:38 am
דורך זר זהב
דער גאר פרומער ציבור איז צופרידען? מ'האט געהאקט דערויף גענוג און נאך
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:39 am
דורך בדחן
זיי וועלן זיכער נישט שטיצען קיין נייע קאמפאני
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:02 am
דורך גנדי
מיר קוקט אויס אזוי(אייגענע השערה):
ס'איז דא 4 כתות...
1. גאר עקסטרעם פרומע בעלי בתים, זייער פרומע כלי קודש, עקסטרעמע כולל איגעלייט,עהרליכע בחורים, פאפרומטע פרויען = זיי גלייבן אז קול מבשר איז חורבן הדור, אין הערן בכלל נישט צו דערצו.
2. ארבעטס בעלי בתים וואס קויפן נאך די טיימס וכדומה, טיכטיגע אינגלייט וואס לייענען די נייעס בעיקר אויפן סמארט פאון, פרויען און מיידלעך וואס לייענען די נייעס בעיקר אויפן הינטערנעץ נאכן גיין שאפינג ביי זעפאסס = זיי הערן בכלל נישט צו צו קול מבשר.
3. פרומע בעלי בתים, פרומע כלי קודש, כולל איגעלייט, בחורים, תמימות'דיגע פרויען = זיי הערן קול מבשר און זיי זענען צופרידן אז מ'לאזט אויס שטיקער נייעס. זיי זענען בערך 25% צוהערער.
4. בעלי בתים, כלי קודש, איגעלייט, ליידיגייער בחורים, AVERAGE פרויען = זיי הערן קול מבשר און זיי זענען נישט צופרידן אז מ'לאזט אויס שטיקער נייעס. זיי זענען בערך 75% צוהערער. אויב א נייע גוטע נייעס ליין עפנט זיך אויף, וואס שניידט נישט אויס שטיקער נייעס, וועלן זיי אריבער גיין.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:04 am
דורך זר זהב
איך מיין זאלסט עפלייען פאר א דזשאב ביי ראסמוססען
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:09 am
דורך שעפסעלע
גנדי סתם געהאקט לאטקעס אין קאפ אריין
צו ערשט פון ווי ווייסטו אזוי גיט די פראצענטן, אין צווייטענס דער ווידער פון קול מבשר אין ווארשיינליך נישט קיין נער, אין כ'שטעל מיר פאר אז ער וויל אויך אריינכאפן די מכלומרשטע 75 פראצענט וואס די זאגסט זענען נישט צופרידן, דאן פארוואס טוט ער עס נישט?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:15 am
דורך גנדי
ער טוט עס נישט ווייל ער האט מורא פון די וועם בדחן האט זייער ליעב, און ביזדערווייל איז נישטא קיין קאנקורענץ. (אייגענע השערה)
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:16 am
דורך גנדי
זר זהב האט געשריבן:איך מיין זאלסט עפלייען פאר א דזשאב ביי ראסמוססען
ראסמוססען?
איך ווייס פון ניעלסן...
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:19 am
דורך גנדי
גנדי האט געשריבן:בד"וו, איך וויל וויסן די מראות הצובאות סטאר אויף 111 ליע איז נאך אפן?
איך וויל באמת וויסן אויב די סטאר איז נאך אפן. איינער ווייסט?