בלאט 2 פון 2

Re: זעלבס היפנאזיע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2016 10:15 pm
דורך ביליג
זעלבסט

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 9:17 pm
דורך קל וחומר
פרק ב'

אין דעם פרק וועלן מיר אויסשמועסן אויפן שפיץ גאפל:

הגדרת היפנאזיע.

די חילוק צווישן היפנאזיע און מעדיטאציע (התבודדות).

אן אומריכטיגע בליק וואס מענטשן האבן אויף היפנאזיע.

ווער קען ווערן היפנאזירט.

דרגות אין היפנאזיע.


היפנאזיע איז א מצב אין וואס דער מענטשנ'ס מח איז זיך מצמצם זיך מרכז צו זיין אויף אנצונעמען הצעות/באפעלן (suggestions), זיך אריינלייגן אין מצבים, אננעמען זאכן אז זיי זענען אזוי ווי מ'זאגט זיי זענען.

ס'דא צוויי מהלכים וויזוי צוצוקומען צו דעם מצב, איינס איז דורך צומישן דעם מענטשנ'ס מח מיט א פלוצלינגדיגע איבערפלוס פון איבעראשונג אדער אינפארמאציע וואס דורך דעם ווערט די פילטער 'אוט אוו קאנטראל', אבער ס'וועט אויספעלן פארן היפנאטיסט איבערצונעמען די לייצעס תיכף ומיד, זיכער צו מאכן אז די פילטער גייט נישט צוריק אין קראפט, דהיינו ער וועט דארפן האלטן אין איין געבן באפעלן פארן מענטש און רעדן צו אים אן אויפהער ביז די פילטער וועט ווערן גענצליך אפגעשטעלט.

אן אנדערע (מער באקאנטע) אופן איז דורך בארואיגן דעם מענטש אויף א שטארקע פארנעם, אויף אזוי ווייט אז די פילטער וועט זיך אוטומאטיש אפשטעלן זעהענדיג אז ער קומט נישט צוניץ (בעצם פארן איינשלאפן געשעהט דאס, ס'רופט זיך א 'טראנס') און דאס איז די מהלך וואט רוב היפנאטיסטן וועלן נוצן, ווי אויך ביי זעלבסט היפנאזיע גייט מען מיט דעם מהלך.


עס זענען פארהאן אסאך מיני פארמען פון מעדיטאציע, ביי די מערהייט פון זיי איז דער תכלית דערפון דאס עצם מעדיטאציע, דהיינו, דאס זיין רואיג און זיך זעלבסט טרעפן, א באקאנטע אידישע פארעם פון מעדיטאציע איז וואס די משנה זאגט אז חסידים הראשונים (די היינטיגע חסידים זענען אויך שוהה אבער נישט פאר די זעלבע סיבה) היו שוהים שעה אחת ומתפללים כדי שיכונו את לבם לשמים, (ולפי ר' אריה קאפלאן בספרו Jewish meditation קומט אויס אז דאס גאנצע דאווענען איז (עכ"פ וואלט געדארפט זיין...) איין שטיק מעדיטאציע).

מעדיטאציע איז בעצם היפנאזיע, די חילוק איז אז ע"פ רוב איז די חלק ההיפנאזיע ביי מעדיטאציע א תכלית, משא"כ ביי היפנאזיע איז עס אן אמצעי. (טאקע פארהאן געוויסע מעדיטאציעס וואס זענען אויך אן אמצעי, ואין בינם לבין היפנאזיע אלא קריאת השם בלבד).

אסאך מענטשן האבן א גרויסער טעות אינעם מושג פון היפנאזיע, ביי זיי מיינט היפנאזיע א מצב אין וואס דער מענטש האט נישט קיין שום שליטה אויף זיך, ער איז נישט קאנטשעס, מ'קען מיט אים טוהן וואס מ'וויל, וכו' וכו', זייער טעות קומט פון די סטעידש היפנאזיע שאוי'ס (ווער ס'ווייסט נישט פון וואס איך רעד קען מאכן א סירטש אויף יוטוב (נישט געאייגנט פאר טישעבאוו...)), אין וואס דער היפנאטיסט טוט קודם אויסקלויבן מענטשן וואס ווערן גרינגערהייט היפנאזירט צו א שטארקע דרגה פון היפנאזיע, זיי זענען ע"פ רוב אזעלכע מענטשן וואס מ'קען זיי טרעפן האלב פארחלומ'ט בהקיץ (לדוגמה: בען קארסען וואלט געווען א גוטער קאנדידאט) (פארשטייט זיך אז דאס ווערט געמאכט ביהיינד די סיענס), און זיי קומען דאך ברצון צו מהנה זיין דעם עולם, איז די היפנאזיע פונקט גוט אז ווען זיי זענען מסכים מחפץ לבם מיטצושפילן וועלן זיי זיך באמת שפירן אין אזא מצב וכדו', טאמער אבער וועט דער היפנאטיסט פרובירן צו בעטן פון יענעם א הונדערטער, וועט ער עס נישט באקומען. (ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז אסאך מאל היפנאזירט מען גרויסע עקטערס כדי זיי אריינצולייגן אין די מאוד און אזוי ארום קענען זיי טוהן זאכן וואס סתם אזוי וואלטן זיי נישט געקענט (לדוגמה וויינען וכדו') ואיכמ"ל).

א יעדער נארמאלער מענטש קען ווערן היפנאזירט, אין פאקט ווערט דער דורכשניטליכער מענטש היפנאזירט אפאר מאל א טאג, ווען דו ליינסט א נאוועל, קוקסט א מאווי, וכדו' הגם דו ווייסט אז ס'יז פיקטיוו/געשפילט עכ"ז וועסטו ווערן אנגעצויגן, גערעגט, פרייליך, טרויעריג, וכו', די סיבה דערצו איז איין ווארט 'היפנאזיע', דיין מח לייגט זיך אריין אינעם מצב במשך די צייט און ס'ווערט היפנאזירט, און איז מסכים מרצונו הטוב צו מיטלעבן די מעשה (ווייל אז נישט ווער צווינגט דיר צו ליינען/קוקן?).

מענטשן וואס דרייוון קענען זיך אסאך מאל טרעפן אנגעקומען צו זייער דעסטינאציע און נישט וויסן בחייכון וביומייכון וויזוי זיי זענען אנגעקומען, די סיבה איז ווייטער די זעלבע, ווייל דרייוון דרייווט דאך דער סובקאנטשעס, און די אויגן וואס קוקט אריין אינעם ראוד און זעהט די גאנצע צייט די זעלבע סארט מראות איז גורם אז דער מענטש זאל ווערן היפנאזירט און איז אינגאנצן מסיח דעת פונעם דרייוון (ס'איז צום האפן אז אייער סובקאנטשעס איז א גוטער דרייווער). (משא"כ ביי א נייע דרייווער וואס די קאנטשעס דרייווט וועט דאס נישט געשען).

ס'איז פארהאן אפאר דרגות אין היפנאזיע, מילד, ממוצע, טיעף. רוב מענטשן קענען אנקומען צו דרגת ממוצע גרינגערהייט, אבער באמת איז גענוג אפילו די מילדע דרגה אויף צו קענען טוישן זאכן אינעווייניג.
באמת אמרו אז היפנאזיע איז אויך א סקיל (skill) [אומנות?], דהיינו ווי מער מ'איז עוסק דערין אלס בעסער וועט מען ווערן.

Re: זעלבסט היפנאזיע

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 10:26 pm
דורך ביליג
המשך יבא ?

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 10:39 pm
דורך קל וחומר
אה, שוין אינגאנצן פארגעסן...

מ'האלט שוין כמעט ביי הלכה למעשה, ומכאן הקריאה יוצאת צו די געלונגענע שרייבער וואס קענען א גוטן ענגליש און קענען גוט איבערטייטשן אויף אידיש, ווער ס'וויל האבן א טייל אינעם מצוה זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר אין אישית, כ'וועל אייך בל"נ אויפנעמען ווארעם, און פארשטייט זיך אז די לייקס וועלן גיין פאר אייך.

Re: זעלבסט היפנאזיע

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:31 am
דורך שלי שלך
נו ס'שוין כמעט דריי חדשים!

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk

Re: זעלבסט היפנאזיע

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 12:12 am
דורך ביליג
ג"א מצטרף להנ"ל
הקטן @ביליג

Re: זעלבסט היפנאזיע

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 1:25 am
דורך קל וחומר
מ'גייט זיך נעמען אין די האנט אריין.
איינע פון די חשובע ניקים האט מיר געמאלדן אז ער איז גרייט צו טוהן די עבודה.

Re: זעלבסט היפנאזיע

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:31 pm
דורך ביליג
@קל וחומר, בוזט געווארן היפנאזירט ?
אדער גאר די אנדערע חשוב'ע ניק ?!

Re: זעלבסט היפנאזיע

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:01 pm
דורך קל וחומר
ס'טוט מיר לייד צו זאגן, אבער יענער האט ארויסגעבעקט.

ווער עס וויל די ענגלישע בוך זאל מיך שיקן זיין אימעיל אדרעס אין אישי.

(אויב איינער וועט זיין וויליג (גראמט מיט ביליג..) צו טוהן די איבעריגע ארבעט שכרו כפול מן השמים ויהא חלקו ממזכי הרבים, און פארשטייט זיך צו די זייט מאכן אפאר לייקס פאר עי ליווינג)

Re: זעלבסט היפנאזיע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 9:50 am
דורך שלי שלך
גארנישט געווארן דערפון, הא?