דער ביליגער ביבי
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זיי האבן אים דווקא יא געלאדענט (טראדיציאנאל, אין אן עלעקשען יאר, לאדענען זיי אלע קאנדידאטן), ער האט אבער אפגעזאט מיטן אויסרייד אז ס'שטימט נישט מיט זיין סקעדזשול. ער האט גראדע זיך אנגעטראגן צו רעדן מיט א הוקאפ, זיי האבן עס אבער נישט אקצעפטירט, האט ער זיי אריינגעשיקט די רעדע וואס ער וואלט ווען געזאגט ווען ער וואלט ווען יא געקענט זיין דארט... וואס שטייט אין אט די רעדע ווייס איך נישט, אבער זיין היינט נאכטיגע דרשה אין יוטא לאזט נישט איבער קיין ספיקות. ער האט איידעלערהייט אריינגעשניטן אין נתניהו ווי אובאמא וואלט געמעגט חלום'ן צו טוהן.
דא איז זיין בריוו צו איפא"ק
און זײן דרשה אין יוטא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=51fy5GzceAk[/youtube]
דא איז זיין בריוו צו איפא"ק
און זײן דרשה אין יוטא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=51fy5GzceAk[/youtube]
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:הרה שם-טוב, וואס זאגסטו צום האנטיגע התנהגות?
זעהט אויס ווי די קאנדיעדאטען האבן געהאט א קאנטעסט ווער קען בעסער קישן ישראל׳ס אונטען.
נאך די היינטיגע טאג איז דער דאזיגע אשכול ללעג ולקלס
כן בנות צלפחד דוברות. מען לעקט אפ מען שיסט לגיונות און מען גייט ווייטער. אזאלעכע שטותים און הבלים צאמצורעדן... אוודאי גייט טראמפ ברענגן די עמבעסי קיין ירושלים... תיכף נאכן ענדיגן די געיט ביי מעקסיקאו... קוק איבער טראמפס דרשה ביים סוף ווי ער זאגט קלאר אז שלום גייט קומען פון וואשינגטאן נישט פון די יו ען און נישט פון איזראעל. יא איזראעל איז אן אמעריקען עליי, א גאר וויכטיגע סטראטידשיקעל פריינד אבער זי קען מער נישט אליינס, און קיין שום פאליסי גייט זיך נישט טוישן מיט א נייע אמעריקאנער פרעזידענט, וויי פאר
איזראעל אז טראמפ גייט זיך איין טאג פארלייגן אויף איר מיט צווינגן זיינע דיעלס מיט די פאלעטינער. ווען סקומט צו עיפעק דרשות זינגט יעדער די זעלבע פזמון, זיך אפיר א יו טוב קליפ פון די עטליכע אבאמא דרשות ביי עיפעק וועסטו זעהן ער רעדט נאך שטארקער פון די אלע יעצטיגע דרשנים. דאס אלעס גייט ביז מען ווערט פרעזידענט און מען באקומט אביסל אינערליכע אינפארמאציע.
די אישו דא מיט ביבי און אבאמא איז פריוואט. די וועג וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט צו אבאמא ביים ערשטן באזוך אין ווייסן הויז און נאכדעם במשך די יארן איז געווען גאר חזריש און עקעלדיג. ער זאל נאר פראבירן צו זאגן פאר טראמפ וואס ער האט געזאגט פאר אבאמא אז ער גייט אים געבן א לעקציע איבער די מידל איסט, טראמפ וועט אים אויפ'אכל'ען ביינאכט ביים סטעיט דינער ביים ערשטן המוציא און דערנאך ארויסטראסקן מיט סעקיוריטי ביז ער בעט אים איבער
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
איזראעל פרובירט שוין ווייטער צו דרייען א קאשע דער טשערמאן פון עיפעק שרייט יעצט אז טראמפ האט פארשעמט אבאמא בקיצור זיי פיקן שוין א נייע פייט יעצט מיט טראמפ.. חא חא חא.. די אפגעפליקטע קארני לצים גייען יעצט פרובירן אלעס אין די וועלט אז איזראעל זאל בלייבן אין די נייעס פונקט ווי די אלטע גוטע טעג ווי צו ווייזן אז זיי קאנטראלן די עלעקשאנס.. מר. טשערמאן מר ביבי אייערע 15 מינוט איז אפ.. אלע קאנדידאטן האבן געלעקט און געקישט, אבער די נייע דאקטערין וואס אבאמא האט איינגעפירט און אלע קאנדידאטן האלטן זיך דערצו איז צו זאגן פאר די מדינה פארדרייט נישט עקסטער קיין קאפ, אלעס איז מסודר מיר וועלן אייך פירן על מי מנוחות זיצט איינגעלייגט דארטן, בלאז וויפיל די ווילסט, שריי זייער הויעך, קיינער איז דיר נישט גוט אבער מיר גייען דיך איגנארן אויף טויזענט.. און פונקט ווי אבאמא וועט א פרעזידענט טראמפ זיך אויך נישט לאזן שאנטאזירן.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:שם טוב, די פארדרייסט די שמועס, האסט אנגעהויבן די אשכול אז קיינער קומערט זיך נישט מיט ישראל אין יעצט זאגסטו אז זיי וועלן נישט אנהאלטען זייערע הבטחות.
כזאג נאכמאמאל זיי האבן אלע זיך געשווירען מיט ישראל אלץ ברודער, דאס איז א אפענע פאקט אין אנדריש ווי די האסט אנגעהויבן די אשכול.
קוק איבער איך האב בלויז געזאגט אז מען לאזט זיך מער נישט פון זייערע שטיקעס.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
http://www.nytimes.com/2016/04/15/us/po ... eview.html
[left]?Will Israel matter
In the Democratic presidential primaries of yore, it was essential for candidates competing in New York to demonstrate their energetic and total support for the state of Israel. At times, the issue became deeply divisive: In the 1988 election, Mayor Edward I. Koch harshly attacked Jesse L. Jackson for his views on Israel, widening a racial rift in New York politics
The subject has been far more muted this year, despite marked differences between the candidates. Mrs. Clinton has been a conventional, down-the-line defender of Israel, whereas Mr. Sanders has been a more vocal critic of Israel’s settlements and its use of military force
Unless Israel becomes a matter of dispute on Thursday, it may play no meaningful role in the Democratic race at all. That would be a watershed, of a kind, in New York politics, and perhaps a sign of shifting currents in Democratic politics nationally[/left]
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: דער ביליגער ביבי
ביביס חסידים זענען ממש ערשטוינט פון אובמהס חוצפה צו נישט וועטאירן דעם יו ען רעזאלוציע וואס פארדאמדט די בויען אין די אוקיפרטע געביטן
זיי קענען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי אובמה קען זיין אזא כפוי טובה נאך אלע יארן וואס ביבי האט אלס שווער ארייגעארבייט צו שטיפן פרעזידענט אובמהס אגענדע נישט בלויז לגבי די פאלעסטינער נאר אויך לגבי איראן
עס בלייבט נישט איבער צו זאכן נאר אז דער אובמה איז א וויסטער אנטיסעמיט

-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: דער ביליגער ביבי
אן עקל פון א פארשוין.
מיינט גארנישט קיין שלום.
ער האט בלויז איין אגענדע צו שטופן וזהו.
פון זיין זייט זאל דער איינציגסטער מוסטער פון א דעמאקראטישע לאנד אין מיטל מזרח זיין איינגעהילט אין ווי מער טעראר אלס כדי מען זאל קענען זאגן אז מ'האט געשטופט דעם אגענדע.

ווילסט אפטוהן ביבי פערזענליך כל הכבוד.
אנזייען און גורם זיין טעראר אויף ציווילע בירגער אלס א חשבון פון נקמה איז רשעות מיט טפשות ביינאזאם, און עס ברויך פארדאמט ווערן בכל התוקף.
אנזייען און גורם זיין טעראר אויף ציווילע בירגער אלס א חשבון פון נקמה איז רשעות מיט טפשות ביינאזאם, און עס ברויך פארדאמט ווערן בכל התוקף.
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
סך הכל האלט ער אנדערש ווי דיר אין דעם געביט
דאס יא, אויב האלט ער אזוי ווי איז ער געווען ביז יעצט? זייער פשוט, ביז יעצט האט איהם עס נישט געלוינט פאליטיש
בכל אופן איך פארשטיי דיין בליק אז דאס ברענגט טעראר און עס איז נישט גערעכט (לויט די רעכטע) צו טוהן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז ביבי האט זיך דאס איינגעקויפט מיט די אייגענע הענט, און יעצט קען ער שרייען אנטיסעמיט
דאס יא, אויב האלט ער אזוי ווי איז ער געווען ביז יעצט? זייער פשוט, ביז יעצט האט איהם עס נישט געלוינט פאליטיש
בכל אופן איך פארשטיי דיין בליק אז דאס ברענגט טעראר און עס איז נישט גערעכט (לויט די רעכטע) צו טוהן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז ביבי האט זיך דאס איינגעקויפט מיט די אייגענע הענט, און יעצט קען ער שרייען אנטיסעמיט
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
ביבי האט גארנישט איינגעקויפט.
אובמה האט שוין פון ערשטן טאג פון זיין אמט אנגעהויבן טיילן צרות פאר ישראל. עס איז נאטירליך אז ביבי זאל אים האסן דערפאר.
ווילאנג די געשלעג גייט פאליטיש אהין און אהער קען מען עס נאך שלינגען.
צו בעוול'ן דעם גאנצן לאנד מיט בארעכטיגן טעראר איז שלא מן העניין ושנאה מקלקלת את השורה.
אובמה האט שוין פון ערשטן טאג פון זיין אמט אנגעהויבן טיילן צרות פאר ישראל. עס איז נאטירליך אז ביבי זאל אים האסן דערפאר.
ווילאנג די געשלעג גייט פאליטיש אהין און אהער קען מען עס נאך שלינגען.
צו בעוול'ן דעם גאנצן לאנד מיט בארעכטיגן טעראר איז שלא מן העניין ושנאה מקלקלת את השורה.
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
צו קומען רעדן אין קאנגרעס אפיציעל קעגן דעם פרעזידענט, איז די גרעסטע מאס חוצפה און אראגאנץ מיט אלע פאליטישע רייבערייען
און ווי געזאגט אובמה האלט נישט אז דאס איז נישט לטובת מדינת ישראל
אבער נאכאמאל מיר פארפארן פון די נושא, סך הכל ברענגט איך ארויס ווי ביביס לאגער האט באמת געמיינט אז זיי קענען טשעפען מיט אובמה און ער וועט זיך לאזן טרעטן ווייל ער וועט מורא האבן זיך ארויסצושטעלן, און זיי זענען ממש איבערראשט אז ער האט געהאט אפאר ביצים

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ביבי האט געהאלטען א שארפע רעדע קעגען א מעכטיגע פרעזידענט.
ער האט דא א פלאן? ער האט א מאכט וואס קיינער ווייסט נישט דערפון? ער האט א צווייטע מדינה וואז קען דא העלפען?
איך ווייס אז די גאנצע מעשה איז לכאורה נישט מער ווי סימבאליש, קיין שום טעראריסט האט זיך נישט אנגעפרעגט ביים או"ם צו ער מעג שיסען, ראקעטען, ווארפען שטיינער. אבער ביבי אלס דער שוואכער פון די צוויי וואלט געמעגט טראכטן אביסל איידער ער הייבט אן.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]דער עולם גולם רעדט אזעלכע שטותים. אמעריקא איז אלעמאל געווען אקעגן בויען אין די שטחים. אמעריקא האט אלעמאל געוואוט אקעגן מדינת ישראל ווען זיי האבן געוואלט שוקן א מעסעדזש. אבאמא ווערט נישט קיין אנטיסעמיט ווייל ער האלט אנדערש ווי די עקסטרעם רעכטע אין מדינת ישראל. ער האט נאך פון די בעסטע רעקארדס פון אלע אמערעקאנער פרעזידענטן סיי מיטן שטיצן מדנ"י מיט געלט און סיי מיט מאראלישע שטיצע.
.[/justify]
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]ביבי מיט זיינע שטיצער רעדן אזוי בא'גדול'ט. זיי דארפן נישט אמעריקא, זיי קענען זיך אליינס אן עצה געבן. זיי האבן צוריק גערופן אמבאסאדארן און געלט שטיצע פון אפאר לענדער, ועוד מעשים טיפשיים כהנה. סיריעסלי? וויאזוי גייט זיך מדנ"י אן עצה געבן אליינס? ווער גייט קויפן אירע produce? וועלכע לענדער וועלן נוצן אירע טעכנעלאגיע? ווער פונקטליך וועט איר באשוצן? פוטין? ווייל ער האט יא א געוואלדיגע רעקארד פון אהבת ישראל, הער איך. ביבי איז א שטארקע מנהיג אבער די לעצטע פאר טעג האט ער זיך אויפגעפירט זייער אומ'אחריות'דיג. עס איז צייט פאר א צווייטע - מער באזעסנע - איבערצונעמען דאס בענקל.
.[/justify]
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל