שבת אחים: איך מיין אז דאס ווארט Feat... מיינט ..."אן אקט"...! בדוו. דו רעדסט דיך אפ אין א פריערידגע תגובה אז דער עולם איז נישט אינטרעסירט. איך בין יא אינטרעסירט. און איך געב דיר א קמפלימענט אויך. זייט דו ביסט געווארן או.טי.די. לשיטתך. והודאת בעל דין כמאה עדים דמי. האסטו אנגעהויבן צו לערנען ענגליש. ארוןיס פונ'ם שמאלקעפיגקייט. קענמען זאגן אז ס'האטציך שוין כמעט געלוינט... ס'נישט אז מ'קען נישט לערנען און קענען א גוטן ענגליש ווען מ'בלייבט אן ערליכער איד...!
איך האב אמאל געשריבן פאר אן או.טי.די. אויף אן אנדער'ן בלאג. וועלכער האט זיך געבראכן די ציין אויף ענגליש.אז די צווייטע זאך וואס ער האט געדארפט צו טון, נאכ'ן ווערן או.טי.די. איז זיך לערנען ענגליש....נאכ'ן עסן א טרייפענעם טשיעז בורגער...
מ'דארף גארנישט קענען יא אדער נישט צו גלייבן א מעשה, מ'דארף נישט קענען קיין מורה נבוכים, מ'דארף נישט קענען קיין היסטאריע, פילאסעפי, ענגליש, גארנישט! פונקט אזוי ווי מ'דארף נישט קענען די קוראן נישט צו גלייבן אין די נביא שקר מוכאמאד און מ'דארף נישט לערנען קיין cosmology צו גלייבן אין די מולטי-יויניווירעס טעאריע, ס'איז א פשוט'ע בחירה וואס יעדע פשוט'ע מענטש קען/זאל מאכן צי זיי ווילן גלייבן אין דעם.
איך קוק ארויף אויף דיין דערגרייכונג אין שפראכן, א רבי זכרונלברוכה איד ווי אייך! א נקמה אין סענדער דער דויטש...
ערנסט גערעדט, אפשר נעמט איר די לייצעס און נעמט איבער די פארלאזטע אשכול און ברענגט יעדן טאג א ווארט מיט עברי טייטש אויף די היימישע מאמע לשון? עס וואלט געוועהן א גרויסע תועלת פארן גאנצן ציבור און פאר גאנץ כל הקהל הקאווע, לערן אביסל די אומוויסענדע יונגען ווי שבת אחים, איך בין גרייט צו קומען צו דיין טעגליכע שיעור ווילאנג מ'רעדט נאר פון שפראכן און קיין ווארט וועגן סענדער דער וויאזויהייסטנאר, מסכים?
וויפיל לייקס איר ווילט קענט איר פון מיר באקומען, איך בין אויף א unlimited פלאן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים: ייש"כ פאר דעם קאמפלימענט. איך וועל טאקע שוין מקיים זיין דיין עצה. אויך דעם תנאי נישט צו דערמאנען ר' סענדער דער וויזויהייסטער. זכותו יגון עלינו...
ר׳ בערל היקר, איבעיא להו. געווענטליך נוצט מען עס אין א פראוואקעטיוו סעקסיואל טערמין צי אין BDSM. קען מען עס נוצן אין אנדערע טערמינען אויך? אפשר דארף מען אריינקוקן אין נטעי גבריאל. ווי איז די פירוש חי׳ מיט די בילדער ווען מ׳דארף עס האבן? הא???
וואס איז טאקע די חילוק פון submission ביז Bondage?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
טרויבן88: וואס איז נישט פאסיג?. איך האב געגעבן אן ערקלערונג פון א ווארט. האט ש.א. געזאגט אז מ'קען דאס ווארט אויך נוצן פאר נישט אנשטענדיגע צוועקן. האביך איהם געזאגט אז איך האב עס נאר אויפגעברענגט מפרש צו זיין א נארמאל ווארט.
דער איצטיגער שמועס איז ממש פון וואס איך האב גערעדט. דיין שאלה איז געווען נישט אויפ'ן פלאץ. איך האלט אז דו ביסט נישט אזוי אומוויסנד צו פארשטיין דעם תוכן פונ'ם שמועס. וואס דו טוסט הייסט אינטעלעקטועל נישט האנעסט/ערליך...
געוויסע ווערטער האט מען באשאפן פאר געוויסע צוועקן און מ׳ניצט עס דוקא נאר אויף געוויסע טערמינען, די ווארט וואס ר׳ בערל האט דערמאנט האב איך נאר געזעהן אז מ׳נוצט עס אין ״פופציג שאוטענס פון גרעי״ וכיוצא בהן,וכדומה, היות איך האב נישט געליינט קיין ענגליש רוב חלק פון מיין לעבן האב איך געפרעגט אונזער ״שפראך מייסטער״ דער בעל עגלה קדישא צי מ׳קען עס ניצן אויף יעדע מין טערמין.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמעקעדיג: ייש"כ. דאס ברענגט מיר צוריק אלטע (גוטע? לאו דוקא) זיכרונות. איך האב אמאל געארבעט אין א געוויסן מוסד. אלס בעל עגלה/באס דרייווער. די רביצן פון יענעם מוסד האט זיך באנוצט מיט די ארבעטערס פונ'ם מוסד, כאילו זיי זענען איהרע פערזענליכע קעניגליכע באדינערס. איין טאג בעט זי אז איך זאלל אפפיהרן די בעקעלעך (פון די קאקאש קעיק) צוריק צו איהר מאמע'ס הויז. און אויפ'ן וועג זאלל איך אפ סטאפן אין דראג סטאר אויפפיקן די מעדיצין פאר די קליינע קינדערלעך...אויך זאלל איך מאכן א סטאפ אין גראסערי ברענגען 2 באטלעך מילעך, עמערדזשענסי. וכו' וכו'. דאמאלס האביך גוט פארשטאנען וואס די ווארט ..."ערראנד" שליחות מיינט...!