בלאט 2 פון 4
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:58 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: איך מיין אז דאס ווארט Feat... מיינט ..."אן אקט"...!
בדוו. דו רעדסט דיך אפ אין א פריערידגע תגובה אז דער עולם איז נישט אינטרעסירט. איך בין יא אינטרעסירט. און איך געב דיר א קמפלימענט אויך.
זייט דו ביסט געווארן או.טי.די. לשיטתך. והודאת בעל דין כמאה עדים דמי. האסטו אנגעהויבן צו לערנען ענגליש. ארוןיס פונ'ם שמאלקעפיגקייט. קענמען זאגן אז ס'האטציך שוין כמעט געלוינט...
ס'נישט אז מ'קען נישט לערנען און קענען א גוטן ענגליש ווען מ'בלייבט אן ערליכער איד...!
איך האב אמאל געשריבן פאר אן או.טי.די. אויף אן אנדער'ן בלאג. וועלכער האט זיך געבראכן די ציין אויף ענגליש.אז די צווייטע זאך וואס ער האט געדארפט צו טון, נאכ'ן ווערן או.טי.די. איז זיך לערנען ענגליש....נאכ'ן עסן א טרייפענעם טשיעז בורגער...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 3:13 am
דורך שבת אחים
מ'דארף גארנישט קענען יא אדער נישט צו גלייבן א מעשה, מ'דארף נישט קענען קיין מורה נבוכים, מ'דארף נישט קענען קיין היסטאריע, פילאסעפי, ענגליש, גארנישט! פונקט אזוי ווי מ'דארף נישט קענען די קוראן נישט צו גלייבן אין די נביא שקר מוכאמאד און מ'דארף נישט לערנען קיין cosmology צו גלייבן אין די מולטי-יויניווירעס טעאריע, ס'איז א פשוט'ע בחירה וואס יעדע פשוט'ע מענטש קען/זאל מאכן צי זיי ווילן גלייבן אין דעם.
איך קוק ארויף אויף דיין דערגרייכונג אין שפראכן, א רבי זכרונלברוכה איד ווי אייך! א נקמה אין סענדער דער דויטש...
ערנסט גערעדט, אפשר נעמט איר די לייצעס און נעמט איבער די פארלאזטע אשכול און ברענגט יעדן טאג א ווארט מיט עברי טייטש אויף די היימישע מאמע לשון? עס וואלט געוועהן א גרויסע תועלת פארן גאנצן ציבור און פאר גאנץ כל הקהל הקאווע, לערן אביסל די אומוויסענדע יונגען ווי שבת אחים, איך בין גרייט צו קומען צו דיין טעגליכע שיעור ווילאנג מ'רעדט נאר פון שפראכן און קיין ווארט וועגן סענדער דער וויאזויהייסטנאר, מסכים?
וויפיל לייקס איר ווילט קענט איר פון מיר באקומען, איך בין אויף א unlimited פלאן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 5:15 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: ייש"כ פאר דעם קאמפלימענט. איך וועל טאקע שוין מקיים זיין דיין עצה. אויך דעם תנאי נישט צו דערמאנען ר' סענדער דער וויזויהייסטער. זכותו יגון עלינו...
דאס ענגליש ווארט פאר היינט/נעכטן...(מוצ"ש/זונטאג) איז...Ambiguous...אויף אידיש...צוויידייטיג...יעצט דארף מען מפרש זיין פאר די גרויסע געלערנטע חכמי בראדוועי וואס דאס מיינט...! ווען איינער געט אן ענטפער, אדער מאכט א סטעיטמענט וועלכעס קען ווערן אויסגעטייטשט אויף מער ווי איין אופן...אומקלאר...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 2:11 pm
דורך בנימין
ש'כח [tag]שבת אחים[/tag] פאר דעם נוצליכן אשכול. לאמיך אויך צולייגן עטליכע ווערטער.
affection און love - ביידע מיינען ליבשאפט. love איז א טיפערע ליבשאפט צו א מענטש/זאך, און affection איז ווען מען האט נאר א שטיקל געפיל צו א מענטש/זאך. בין איך גערעכט?
Devise - גוט אויספלאנירן.
Impromptu - אומצוגעגרייט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
אמר ר' בנימן: ייש"כ. ס'איז דא נאך א ווארט אויף ענגליש וואס דער פשט דערפון איז נישט צוגעגרייט...!...Spontaneous...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:13 pm
דורך מאטי
Vassal א רעגירונג וואס איז אונטערדריקט אונטער א גרעסערע מלוכה און פירט זיך בע"כ לויט איר איינפלוס. אויך א לשון מושאל אויף א יחיד וואס איז אונטערן איינפלוס פון א שטערקערע כח.
נישט צו פארטוישן מיט Vessel וואס מיינט "א גרויסע שיף"
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 7:16 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ייש"כ פאר דעם קאמפלימענט. איך וועל טאקע שוין מקיים זיין דיין עצה. אויך דעם תנאי נישט צו דערמאנען ר' סענדער דער וויזויהייסטער. זכותו יגון עלינו...
דאס ענגליש ווארט פאר היינט/נעכטן...(מוצ"ש/זונטאג) איז...Ambiguous...אויף אידיש...צוויידייטיג...יעצט דארף מען מפרש זיין פאר די גרויסע געלערנטע חכמי בראדוועי וואס דאס מיינט...! ווען איינער געט אן ענטפער, אדער מאכט א סטעיטמענט וועלכעס קען ווערן אויסגעטייטשט אויף מער ווי איין אופן...אומקלאר...!
ר׳ בערל וו״י וואנ״ט מאו״ר. א ווארט א טאג.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:13 pm
דורך berlbalaguleh
Bondage..: עבדות/שיעבוד...אונטערטעניגקייט...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:59 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:Bondage..: עבדות/שיעבוד...אונטערטעניגקייט...!
ר׳ בערל היקר, איבעיא להו.
געווענטליך נוצט מען עס אין א פראוואקעטיוו סעקסיואל טערמין צי אין BDSM. קען מען עס נוצן אין אנדערע טערמינען אויך? אפשר דארף מען אריינקוקן אין נטעי גבריאל. ווי איז די פירוש חי׳ מיט די בילדער ווען מ׳דארף עס האבן? הא???
וואס איז טאקע די חילוק פון submission ביז Bondage?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:22 am
דורך berlbalaguleh
ר' שבת אחים היקר: זיכער. מ'קען עס נוצן פאר עראטישע און פארנאגראפישע צוועקן אויך. אבער איך. אני הקטן האב נאר געוואלט אויפקלערן דעם עולם וואס דאס ווארט מיינט פאר אנשטענדיגע מענטשן.
פונקטליך דאס איז די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען. קיין שום זאך איז נישט גוט אדער שלעכט כשהוא לעצמו. ס'ווענדט זיך נאר וויאזוי און פאר וואספארא צוועק מ'נוצט עס. אט דאס איז א לימוד אויף אינטערנעט און סמארטפאונס. די שרייערס און טומלערס. די וועלכע ווילן העלפן דעם באשעפער, כביכול פיהרן די וועלט, שרייען און טומלען פאר גארנישט. ווייל א יעדער ערוואקסענער מענטש. א נארמאלער מענטש, דארף נישט קיין שום פילטערס. אויך קען ער/זי נוצן די סמארטפאונס אן קיין שום באגרעניצונגען. די וועלכע טומלען און שרייען, זענען אדער היפאקריטן מיט אן אגענדא פון געלט אדער כבוד. אדער תמימי לב וועם מ'האט גע'ברעינוואש'ד. זיי זענען אזוי ווי דער דאן קיכאטע אדער קויקזאטע פון די מעשיות, וועלכער איז געווען א תמימות'דיגער אידעאליסט. און ר'האט געדרייט ווינד מיללן. דאס איז ממש דער ריכטיגער משל. זיי שרייען און טומלען איבער גארנישט. און זיי טוען גארנישט אויף...!
איי, זיי טענה'ן אז מ'דארף די פילטערס פאר די אייגענע שמירה...אויף דעם איז דא א גמרא וואס זאגט/פרעגט רעטאריש..."אטו בשופטני עסקינו"...!
Re: English -A word a day
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:43 pm
דורך טרויבן88
די שפראך און די טערמינען זענען זייער נישט פאסיג, און וואס איז די סיבה פאר אזא שמועס???
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
טרויבן88: וואס איז נישט פאסיג?. איך האב געגעבן אן ערקלערונג פון א ווארט. האט ש.א. געזאגט אז מ'קען דאס ווארט אויך נוצן פאר נישט אנשטענדיגע צוועקן. האביך איהם געזאגט אז איך האב עס נאר אויפגעברענגט מפרש צו זיין א נארמאל ווארט.
דער איצטיגער שמועס איז ממש פון וואס איך האב גערעדט. דיין שאלה איז געווען נישט אויפ'ן פלאץ. איך האלט אז דו ביסט נישט אזוי אומוויסנד צו פארשטיין דעם תוכן פונ'ם שמועס. וואס דו טוסט הייסט אינטעלעקטועל נישט האנעסט/ערליך...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 2:50 am
דורך שבת אחים
טרויבן
וואס מאכסטו א גאנצע פשעטעל פון גארנישט?
געוויסע ווערטער האט מען באשאפן פאר געוויסע צוועקן און מ׳ניצט עס דוקא נאר אויף געוויסע טערמינען, די ווארט וואס ר׳ בערל האט דערמאנט האב איך נאר געזעהן אז מ׳נוצט עס אין ״פופציג שאוטענס פון גרעי״ וכיוצא בהן,וכדומה, היות איך האב נישט געליינט קיין ענגליש רוב חלק פון מיין לעבן האב איך געפרעגט אונזער ״שפראך מייסטער״ דער בעל עגלה קדישא צי מ׳קען עס ניצן אויף יעדע מין טערמין.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:32 pm
דורך אייז קריעם
Clichés-אויסגעדראשענע זאצן למשל, אודך כי עניתנו, מפטירין כדאתמול
Jargon- יעדע פראפעשן האט זיך ווערטער וואס נאר דער וואס איז און דעם פראפען איז באקאנט מיט דעם. מוזיקאנטן ווייסן פון minor and major, soprano, tenor
Idiom-פאטעיטע קאפ, מיינט נישט ממש די קאפ איז געמאכט פון פאטעיטאס, נאר א נאר. פארדארבענער מיינט נישט ממש פארדארבן.
Slang-גאסן יונג, שיק יונגל, נעבעך, כזית קאפל, טונא בייגל. דאס איז זאכן וואס מען דארף האבן אויפגעוואקסן מיט די יודישע שפראך צו פארשטיין.
Euphemism- מילד גערעדט, מען זאגט יענער איז אוועק אנשטאטס צו זאגן געשטארבן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 6:14 am
דורך שמעקעדיג
Predicate
.
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 1:26 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: מ'קען (און מ'נוצט) אויך אן ענליך ווארט צו באשרייבן אן ענליכן מצב...Stipulate/d...!
זיך אויסנעמען. נאר אויף א געוויסן אופן/תנאי...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 8:00 am
דורך שמעקעדיג
Errand
.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 1:39 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. דאס ברענגט מיר צוריק אלטע (גוטע? לאו דוקא) זיכרונות. איך האב אמאל געארבעט אין א געוויסן מוסד. אלס בעל עגלה/באס דרייווער. די רביצן פון יענעם מוסד האט זיך באנוצט מיט די ארבעטערס פונ'ם מוסד, כאילו זיי זענען איהרע פערזענליכע קעניגליכע באדינערס. איין טאג בעט זי אז איך זאלל אפפיהרן די בעקעלעך (פון די קאקאש קעיק) צוריק צו איהר מאמע'ס הויז. און אויפ'ן וועג זאלל איך אפ סטאפן אין דראג סטאר אויפפיקן די מעדיצין פאר די קליינע קינדערלעך...אויך זאלל איך מאכן א סטאפ אין גראסערי ברענגען 2 באטלעך מילעך, עמערדזשענסי. וכו' וכו'. דאמאלס האביך גוט פארשטאנען וואס די ווארט ..."ערראנד" שליחות מיינט...!
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 2:58 am
דורך שבת אחים
וויאזוי וואלט מען פארטייטש אין אידיש
Ominous?
1)גזירה
2)שלעכטע בשורה
3)שווארצע וואלקענס
4)שלעכטע נבואה
5)פארזאגן-שלעכטס
איז דא א אנדערע/ בעסערע אפטיישט?
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 12:20 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: #4 און #5 טוען די בעסטע אפטייטשן דאס ווארט. די איבריגע האבן אנדערע אפטייטשונגען אויף ענגליש...!
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 12:29 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: #4 און #5 טוען די בעסטע אפטייטשן דאס ווארט. די איבריגע האבן אנדערע אפטייטשונגען אויף ענגליש...!
ניטאמאל 4, נאר 5.
די שאלה איז, וואס פונקטליך ער מיינט מיט #2
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:14 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: #4 און #5 טוען די בעסטע אפטייטשן דאס ווארט. די איבריגע האבן אנדערע אפטייטשונגען אויף ענגליש...!
איך וויל וויסן אויב סאיז דא א ווארט אין קאנטעמפארערי אידיש (נישט אין ענגליש) וואס אט דאס איז די ריכטיגע אפטייטש. זעהט זיך אויס אז נישט!
דאס ווייסט מען דאך אז אין ענגליש האבן זיי הונדרעטער באזונדערע אנדערע אויסדרוקן פאר יעדע אומשטאנד און צופאל, האבן זיי געמאכט אנדערע ווערטער מזאל פארשטיין די פונקטליכע מצב.
דער באקאנטער linguist פראפעסאר נועם כאמסקי (אוהב ישראל ושונא מדנ״י
) זאגט אז אונז האבן געמאכט גענוג ווערטער מזאל זיך קענען אויסדרוקן שיינערהייט און זיך מסביר זיין. נאר שרייען און קריגן זאל מען נישט. מיר האבן גענוג וועגן זיך אויסדרוקן אונזערע געפילן און פארשטיין געבן פאר די ארומיגע וואס סדרוקט יענעם. אבי זיך נישט קריגן...
העלפט עס דען?
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:01 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: ווי ס'זעהט אויס איז אויף אידיש טאקע נישט דא א דעפינישן פאר דעים ווארט. איך האב נאכגעקוקט אין גוגל טרענסלעיט ביי דייטש. אויף דויטש זאגט מען .."דרויליך"...!. מ'קען עס צולייגן צו אידיש..."דרוי-ליך"...(באדראענד.)...!