בלאט 2 פון 2
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 12:46 pm
דורך מפוזרי
שמעקעדיג האט געשריבן:פארשוויגן פארוואס ביסטו אוועק פון אייוועלט? גיי צוריק און לאז לעבן.
און ווי גייסטו אין א וואך ארום?
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 12:57 pm
דורך קל וחומר
מפוזרי האט געשריבן:@שטילע יונגערמאן, אין המשל דומה לנמשל. אנדערש ווי דיין קאר, וואלט דער שטיבל נישט געווען קיין געשמאקער פלאץ אן קיין מיטפארער. די אלע וואס האבן דא געשריבן זענען פולע שותפים אין דעם פלאץ און דערזערווען א ריספעקטפול יחס. קעלנער'ס עדיטוט צום ציבור אין יעצטיגן מאמענט איז uncalled און undeserved. דיין אים אויסמשל'ן ווי א גוט הארץ וואס לאזט זיך אויסנוצן פון א באנדע סאקערס איז נאך אסאך מער uncalled און disrespectful!
במחילת כבודך,
די סיבה פארוואס אלע שרייבער האבן דא געשריבן איז זייער א פשוטע, מענטשן האבן ליעב ארויסצוגעבן זייערע טאלאנטן, ידיעות, חכמה וכו', אזוי ווי די באקאנטע מאמר 'יותר ממה שהפר רוצה לינק הפרה רוצה להניק'.
די סיבה פארוואס [tag]קעלנער[/tag] האט מסכים געווען צו זיין פארנומען די אלע יארן מיטן שטיבל איז שוין שווערער מסביר צו זיין, אזויפיל איז זיכער אז ס'קומט אים אן הכרת הטוב פאר אלע זיינע ארבעט און כחות וואס ער האט דא אריינגעלייגט.
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:04 pm
דורך מפוזרי
אמת, ס'קומט אים טאקע הכרת הטוב, אבער אונז האב מיר אויך רעכטן. ס'קומט אונז אויך עפעס, און מ'דארף אים נישט פאלן צו די פיס און זיך בעטן פאר חסד חנם.
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:11 pm
דורך קל וחומר
וואסארע רעכטן פונקט?
אז ער האט געטוען מיט דיר א חסד חינם ביז יעצט און ס'דיר קיינמאל נישט איינגעפאלן צו זאגן יישר כח קומט דיר נאך רעכטן אויך?!? אתמהה.
פארווייטוגט בינעך, טענות קען איך נישט האבן!
בס"ה האט ער אוועקגעגעבן הונדערטע אויב נישט טויזענטע שעות אז דאס פלאץ זאל זיין ריין, באקוועם, רואיג וכו', ער האט דיר בכלל נישט געדארפט דא אריין לאזן, דו ביזט אהערגעקומען פאר דיין הנאה וזהו.
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:42 pm
דורך מפוזרי
אזוי, ער האט מיך בכלל נישט געדארפט אריינלאזן דא, איך הער...
בעצם וואלט ער געוואלט זיך דרייען דא איינער אליין, און רעדן צום ווייב אויפן טעלעפאן, נאר וויבאלד דער עולם האט געהערט אז ער איז א גוטהארציגער האט מען זיך ארויפגעזעצט אויף אים און גענומען א רייד.
נו, ער איז טאקע א גוטער אבער נאך אזויפיל יאר מעג אים נמאס ווערן און זאלן די באנדע אויסנוצערס גיין לכל הרוחות. יא, ממש אזוי...
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:52 pm
דורך קל וחומר
כ'הער,
ווען דו ביזט אריינגעקומען האסטו געוואלט צוליב טוהן קעלנער מחמת איזה סיבה...
קומט דיר טאקע אסאך פארדעם...
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 2:27 pm
דורך מפוזרי
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 2:31 pm
דורך מפוזרי
מפוזרי האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=7#p7
זעה אות א' פון די פרינציפן וואס די מנהלים האבן זיך זעלבסט פארפליכטעט.
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 2:31 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מפוזרי האט געשריבן:אזוי, ער האט מיך בכלל נישט געדארפט אריינלאזן דא, איך הער...
בעצם וואלט ער געוואלט זיך דרייען דא איינער אליין, און רעדן צום ווייב אויפן טעלעפאן, נאר וויבאלד דער עולם האט געהערט אז ער איז א גוטהארציגער האט מען זיך ארויפגעזעצט אויף אים און גענומען א רייד.
נו, ער איז טאקע א גוטער אבער נאך אזויפיל יאר מעג אים נמאס ווערן און זאלן די באנדע אויסנוצערס גיין לכל הרוחות. יא, ממש אזוי...
וואס חזרסטו אן מיין אשכול??? געט די גהינום ארויס פון דא, איין מער מאל כזעה די דא וועל איך עס מוזן נעמען צום נעקסט לעוועל.
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 2:34 pm
דורך מפוזרי
איך פייף דיר אן! איך רייט אויף דיר, סאקער!
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 4:30 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:איך פייף דיר אן! איך רייט אויף דיר, סאקער!
מפוזרי, כ'בעט דיך איבער אז כ'האב דיר אמאל געהאלטן פאר א נארמאלע מענטש.
איימסארי, כ'האב מיך ביטער טועה געווען.
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 4:45 pm
דורך shem-tov
מפוזרי האט געשריבן:איך פייף דיר אן! איך רייט אויף דיר, סאקער!
מפוזרי דער עולם איז יעצט גענוג אנגעצויגן וואס איז פשט פון די נערישע רייץ. סאיז זיין אשכול גיי דיר ערגעץ אנדערש
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 4:51 pm
דורך shem-tov
שטילע איז הונדערט פראצענט גערעכט אז מען האט זיך נישט גענוג מתבונן געווען במשך די יארן אז יש מנהיג לשטיבל דא איז דא א פריץ וואס לויפט אוועק פון פרסום וכבוד אבער מיר דארפן אים כסדר רימען און דאנקן אזוי ווי כהאב געשריבן גלייך אנפאנג ווען די בשורה איז אריינגעקומען. אבער פון די אנדערע זייט לאמיר נישט זיין בלינד איך בין זיכער אז דא איז דא אן אדשענדע די שאלה איז נאר וואס און ווער כנלענ"ד
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 4:57 pm
דורך shem-tov
שטילע כהאב זייער מורא אז מפוזרי איז דער פארשטינקענר יונגערמאן וואס די נעמסט מיט יעדן צופרי ווייל ער זאגט עפעס וועגן רייטן און דיך אויסאקן. זיי עס מברר
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 7:13 pm
דורך מפוזרי
כאטשיג איינער כאפט די פאן.
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 7:30 pm
דורך מפוזרי
shem-tov האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:איך פייף דיר אן! איך רייט אויף דיר, סאקער!
מפוזרי דער עולם איז יעצט גענוג אנגעצויגן וואס איז פשט פון די נערישע רייץ. סאיז זיין אשכול גיי דיר ערגעץ אנדערש
אנטשולדיקט! ליין איבער וואס איך האב געשריבן פון אנהויב. איך האב געשריבן זייער נארמאל, על אף שחלקתי על דבריו. כ'האב קיינמאל אטאקירט קעלנער, אבער איך האלט אז מיר האבן די רעכט צו האבן א טענה אויף אים.
קומט זיך אן שטילע און עפנט א חזיר פיסקל, האב איך אים געענטפערט כאוולתו. ולדעתי מיט גרויס איינגעהאלטנהייט.
אגב, דיין טענה אז דאס איז 'זיין' אשכול, איז די זעלבע נארישע טענה פון שטילע. דא איז נישט זיין פריוואטע בלאג, ס'איז א ציבור'ישע פארום, און איך מעג זיך קריגן מיט אים, טאקע דא אויף 'זיין' אשכול.
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 7:32 pm
דורך מפוזרי
אדנירם האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:איך פייף דיר אן! איך רייט אויף דיר, סאקער!
מפוזרי, כ'בעט דיך איבער אז כ'האב דיר אמאל געהאלטן פאר א נארמאלע מענטש.
איימסארי, כ'האב מיך ביטער טועה געווען.
מחול לך!
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 1:50 pm
דורך מי אני
קל וחומר האט געשריבן:די סיבה פארוואס אלע שרייבער האבן דא געשריבן איז זייער א פשוטע, מענטשן האבן ליעב ארויסצוגעבן זייערע טאלאנטן, ידיעות, חכמה וכו', אזוי ווי די באקאנטע מאמר 'יותר ממה שהפר רוצה לינק הפרה רוצה להניק'.
ובענין זה ז״ל של הרלב״ג [אין די קאנטעקסט פון נבואה] במלחמות ה׳ (מאמר ב פ״ו), כי טבע השלמות המגיע לבעל השלמות כן הוא רצוני שכאשר היה בשעור שיוכל להשפיע ממנו לזולתו תמצא לו תשוקה על שישפיע ולזאת הסבה יחברו החכמים בספר מה שישיגוהו מן החכמות וזה כי הם לא יחברו הספרים ההם לעצמם אבל ללמד לאנשים חכמתם ובזה נשלם זה המציאות ר"ל מפני תשוקת הנמצאים הנכבדים אל שישפיעו מהשלמות למי שלמטה מהם כפי מה שאפשר על צד החסר והחנינה, ע״כ ע״ש.
קומט זיך טאקע א ייש״כ פאר אלע שרייבערס דא, פעסט ענד פרעסענט, כל אחד בשמו/בניקו הטוב יבורך. ובפרט צו [tag]סדרן[/tag] וואס פירט דאס אן. ייש״כ.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 2:39 pm
דורך הדסים
מי אני האט געשריבן:קומט זיך טאקע א ייש״כ פאר אלע שרייבערס דא, פעסט ענד פרעסענט, כל אחד בשמו/בניקו הטוב יבורך. ובפרט צו [tag]סדרן[/tag] וואס פירט דאס אן. ייש״כ.
א דאנק פאר מי אני און אלע אנדערע שרייבער וואס געבן אסאך צו, און א דאנק פאר די וואס פירן דאס פלאץ.