בלאט 2 פון 2

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 10:30 pm
דורך יידל
א געריכט אין גערמאניע האט ארויסגעווארפן א אנקלאגע אנקעגן סערן'ס לארדזש-היידראן-קאליידער. די אנקלאגע האט געלויטעט אז עס איז דא א ריזיקע אז די קאליידער וועט פראדוצירן א "שווארצע לאך" וואס וועט איינשלינגען און חרוב מאכן די וועלט. די געריכט האט איבערגעקוקט פאפירן איבער די יזכערהייט פונעם קאליידער און איז געקומען צו די מסקנא אז עס איז נישטא קיין שאנס אין די וועלט אז די קאליידער זאל קענען פראדוצירן א שווארצע לאך.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:09 pm
דורך יידל
ווען מ'האט אריגינעל געהאט אנדעקט דעם היגס באסאן פארטיקל, האט מען באמערקט צוויי פראבלעמען מיט די דאטא. מ'איז געווען זיכער אז עס איז נישט מער ווי א סטאטיסטיקעל פלוק אדער א דעפעקטיווע דעטעקטאר, אבער נאכן מער גרינטליכער אנאליזירן די דאטא שטעלט זיך ארויס אז מ'האט מעגליך אנדעקט צוויי סארטן היגס באסאן פארטיקלס, עפעס וואס וועט פונדעמענטאל טוישן אונזער פארשטאנד פון מאסע. גרויסע פיזיקער זענען נאך אלץ גרייט צו וועטן אז עס איז א טעות און די דאטא איז נישט ריכטיג, אבער עס זענען דא ערנסטע שאנסן אז זיי זענען נישט גערעכט. די ענדגילטיגע אנאליז פון די דאטא וועט פארעפנטליכט ווערן קומענדיגן מארץ. http://blogs.scientificamerican.com/obs ... gs-bosons/

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:11 am
דורך יאיר
סייענטיסטן אנטדעקן אז לויט די קאלקולאציעס פון דעם היגס באסאן פארטיקל דארף מעגליך אויסקומען אז אין ביליאנען יארן ארום וועט געשען אן אומסטאבילער וואקיום* וואס וועט ברענגען אז עס וועט געשען אזוי ווי א באבל פון א נייע יוניווערס מיט א קלענער מאס ענערגיע ווי אונזער יוניווערס, און עס וועט זיך דעריבער אויסשפרייטן אין א בליץ שנעלקייט אין די ספיד אוו לייט, און וועט פשוט איבערנעמען אונזער אוניווערס וואס וועט ווערן חרוב אויטאמאטיש. די גוטע נייעס איז אז ביז ווען דאס וועט געשען וועלן מיר שוין לאאאאאאאנג נישט דא זיין, נישט נאר אונז, נאר אפילו נישט אונזערע גזיליאנסטע אייניקלעך, ווייל העכסט ווארשיינליך וועט שוין דער זון אויסברענען פון איר גאזאלין ביז דעמאלט, און דער ערד וועט ווערן קאלט, טונקל, און חרוב. א סקרוך גייט מיר דורך אין די ביינער פאר די אידן וואס וועלן נעבעך מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן ווי די זון שרימפט צוביסלעך איין, מער און מער, און מיטאמאל ווערט ער פארשווינדן, און א כאאס נעמט איבער, דער זון שיינט מער נישט אויף! אלעס ווערט קאלט און פארפרוירן, אן קיין טרייסט, אן קיין מוהט. ביז אונזער גאנצער וועלטל און שפעטער דער גאנצער יוניווערס מיט אלע טריליאנען פלאנעטן ווערט אפגעווישט פון די מאפע. ס'וועט אפילו נישט זיין קיין הרב עובדיה יוסף אדער הרב לעווין צו זאגן צוליב וואספארא עבירה דער עונש איז זיך געקומען. בררררר!
-----
*איך ווייס אויך נישט, מיין קינד.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:15 pm
דורך יידל
דער באקאנטער פיזיקס בלאגער עטאן סג"ל טענה'ט אז עס איז נישט מער ווי הייפ http://scienceblogs.com/startswithabang ... ence-hype/

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:31 pm
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:דער באקאנטער פיזיקס בלאגער עטאן סג"ל טענה'ט אז עס איז נישט מער ווי הייפ http://scienceblogs.com/startswithabang ... ence-hype/

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט פון דעם פאוסט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:03 pm
דורך יידל
לכבודך יאיר, האב איך איבערגעזעצט טייל פון זיינע ווערטער אין א פרייע איבערזעצונג:

    "פון עקספיריענס האבן מיר געלערנט אז צום סוף קומט די אמת ארויס. אנדערע עקספערימענטן וועלן איבער'חזר'ן דיין עקספערימענט און אויסגעפונען אויב דו ביסט געווען גערעכט אדער נישט. נאטור'ס פענאמענע וועלן שטימען אדער נישט שטימען מיט דיין טעאריע. און, כאטשיג דו וועסט זוכה זיין צו צייטווייליגע רום און איבערראשונג, וועסטו אבער נישט זוכה זיין צו א גוטע רעפוטאציע אלץ סייענטיס אויב האסטו נישט פרובירט צו זיין פארזיכטיג און אזעלכע סארט ארבעט." - ריטשארד פעינמאן.

האט איר געהערט די נייעס? א נייע מציאות-טוישענדער געשיכטע איבערן אוניווערס איז אט וואס ארויסגעקומען! עפעס גאר גרויס, און גאר אנדערש פון וויאזוי מיר האבן געטראכט ביז היינט און עס וועט רעוואלויאנירן די יסודות'דיגסטע און פונדעמאנטאלסטע גדרים פון אונזער עקזיעסטענץ.

בלא, בלא, בלא. אדער נישט. (הערת המתרגם: כוונתו למאמר העולם "אדער יא, אדער נישט".)

אויסערארדנטליכע טענות ווי דאס האלטן אין איין ארויסקומען: קאסמאלאגישע אינפלאציע פעלט נישט אויס, נוטרינא פארטיקלס קענען לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט, אן עקספערימענט האט געטראפן דארק מעטטער, די פונדאמענטאלע קאנסטענסט זענען נישט ממש קאנסטענט, און אזוי ווייטער. אויב האלט איר אייער אויערן צו דער ערד (אדער אויב איר הערט זיך צו צו די מער ספעקאלוטיווע מקורות), וועט איר מסתמא הערן אזוינס לכה"פ איינס אדער צוויי א חודש.

און זיי זענען כמעט אייביג נישט גערעכט. (און איך בין געווען מסופק צו איך זאל אריינלייגן דעם 'כמעט' אין דעם זאץ.) אט איז פארוואס.

לאמיר זאגן אז איר האט א שטיקל נייע דעטע, אזוינס וואס שטימט נישט מיט די טעאריע וועלכע איז יעצט די בעסטע אנגענומען. די ערשטע אפענסיווע וואס די דעטע מיז דורכגיין איז דאס: איז די אבזערוואציע גענוג גוט?

אין אנדערע ווערטער, וואס וועט פאסירן אויב מען וועט איבערמאכן דעם עקספערימענט אדער איבערקוקן די אבזערוואציע נאכאמאל און נאכאמאל. וועט מען נאך אלץ באקומען די זעלבע רעזולטאטן? וועט מען נאכאמאל זען דעם זעלבן סיגנאל?

נניח אז די ענטפער איז יא, און די עקספערימענט/אבזערוואציע קען ווערן איבערגע'חזר'ט מיט די זעלבע רעזולטאטן, איז דא נאך א טעסט וועלכע די נייע דעטע מוז דורכגיין: צו פארשטייסטו פון ווי דיינע טעותים אין נישט פונקטליכע דעטע קומען?

דאס איז זייער וויכטיג וויבאלד אין דעם נקודה פאלן רוב איבערראשענדע אנטדעקונגען דורך. (דא איז סגל מסביר פארוואס פארשטיין, אדער בעסער געזאגט, נישט פארשטיין די טעותים און אומפונקטליכע דעטע ("נויז" ווי ער רופט עס) קען משפיע זיין אויף די אבזערוואציע און די רעזולטאטן פונעם עקספערימענט).

אלזא, עס איז אייביג דא הייפ וואס גייט ארום וויבאלד מענטשן ווערט איבערגענומען פון נייע רעוואלוציאנערישע געדאנקן. איך קען זיי נישט בלעימען דערפאר; איך טו די זעלבע זאך. אבער דאס איז סייענס און מיר פארלאנגן הויעכע סטאנדארטן פון עווידענס! לדוגמא, אויב וועט איר טענה'ן אז די אוניווערס וועט זיך בקרוב ענדיגן וויבאלד די קוואנטום וועקיום איז נישט סטאביל, זאלט איר -אויב ווייסט איר וואס איז גוט פאר אייך - מאכן זיכער אז די קוואנטום וועקיום איז טאקע אומסטאביל (עס איז אייגענטליך גאר סטאביל, אזוי ווי סייענטיסטן טענה'ן שוין פאר יארן).

די היגס באסאן איז גענוי די מאסע וואס עס דארף זיין צו סטאבילעזירן די סטענדערד מאדעל, ארויף ביז צו גאר הויכע ענערגיעס, און באקוועם אין די "טעות באר" פון אלע געמאסטענע מאסעס פון פארטיקלס*. אלזא, איר קענט ליינען וויפיל הייפ ארטיקלן איר ווילט אבער זיי זענען נאך אלץ נישט אמת.

(דא פרעדיקט סגל סארקאסטישערהייט די קומענדיגע סייענטיפישע פיזיקס הייפ).

געדענק: אויסערארדנטליכע טענות פארלאנגן אויסערארדנטליכע באווייזן.

פאר א סייענטיפישע טעאריע, מיינט דאס אז

  • די נייע טעאריע דארף שטימען מיט אלע אבזערוואציעס וועלכע זענען געקומען פאר איר.
  • עס דארף קענען מסביר זיין די נייע אבזערוואציע.
  • עס דארף קענען פרעדיקטן א פענאמענע וועלכע מ'קען אבעזערווירן און טעסטן היעמדו דברים או לו.

נאר דאן איז עס סייענס און נישט הייפ.

* ניין מיין קינד, איך ווייס נישט וואס דאס מיינט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:23 pm
דורך יאיר
א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך נעמען די מיה צו ווערן דער מתורגמן. ס'נאר א שאד אז דו האסט נישט געקענט אביסל מאריך זיין ביי דעם שטערנדל, וואס איז מיר געווען אומפארשטענדליך און דארף לכאורה צו זיין דער עיקר חידוש פונ'ם פאוסט, אבער אנשטאט דעם גיסט ער אויס א גאנצע שיסל הייפ פארדעם און נאכדעם.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:10 pm
דורך יואליש
https://www.youtube.com/watch?feature=p ... A-EZXSN1yg

ניו יארק טיימס האט היינט געפאוסט דיזע ווידיאו צו היילייטן די מענטשן און די מענטשליכע עלעמענט אונטערן געפינס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:36 am
דורך ודי למבין
היינט דאנערשטאג איז אויפגעוויזן געווארן כמעט מיט א זיכערקייט די עקסיזטענץ פון די געטליכע פראטאקאל די היגס באזאן,

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:23 am
דורך געפילטע פיש
זיי זענען אביסל דיסאפוינטעד אז זיי האבן געטראפן פונקטליך וואס זיי האבן פרעדיקטעד, און ס'האט פעסטגעשטעלט די היגס פיעלד מאדעל וואס מ'האט יעצט, ווען מ'טרעפט ווען אפאר אנאמאליס וואלט עס געווען מער פאן. גיי פארשטיי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:47 pm
דורך ונבנתה העיר
אלען מינצער, איינער פון די משתתפים אין די געפינס, איז א תלמיד פון ישיבת חתן סופר אין בארא פארק.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cxQKXRi_ezA[/youtube]