בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:51 pm
דורך פרייוויליג
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: האו אבאוט טוהן פונקט פארקערט. זעץ אוועק א מאנקי ביי א טייפרייטער און לאז אים אפהאקן א מספר אותיות און דערנאך מאך אפ אז די ערשטע דריטל פון די אותיות זאל טייטשן Dog, די צווייטע Bites און די לעצטע דריטל Cat.

או כלך לדרך אחרת. טראכט פון אן ענדלאזע גרויסע זו פון מאנקיס מיט אן אין סוף סופליי פון טייפרייטערס. זיי זיצן און טייפן ווי לאנג ס'לאזט זיך נאר. ס'איז נישט מעגליך אז אין איינע פון די אלע שרייבעריי זאלסטו נישט קענען געפונען סיי וועלעכע בוך ס'איז נאר אמאל געשריבן געווארן אדער גייט געשריבן ווערן.

אויב ווילסטו דאס אויספרובירן אליינס, פעלט נישט אויס צו גיין אהין צו יענע אין סופית'דיגע זו. גיי אריין דא און טייפ אריין סיי וועלעכע קאמבינעישן פון ווערטער דיר שמעקט נאר און די וועסט עס געפונען ערגעץ ווי אין זייער'ס א בוך שוין אפגעשריבן.


איך דארף זיין אויפריכטיג, אליבא דאמת זענען ביידע פון די אויבן-דערמאנטע מהלכים נישט די ריכטיגע, פון א מאדערענע פיליזופישען קוק-ווינקל. דאס איז נאר לשבר את האוזן צו ווייזן ווי לעכערליך די סארט אמונות טפילות פון די סארט שפיציגע יהדות לעקטשורערס זענען. דאס איבריגע וועל איך לאזן פון די עיון המעיינים.

איך האב געשמייכלט פון דיין ערשטע ליין, זאגסט נישט שלעכט. אבער די רעיון פון אים איז אויב מען קען געבן שכל פאר א מאלפע. די זעלבע סארט שכל וואס דער מענטש האט. די שכל פון א מענטש וואס האלט אז dog מיינט א הונט, זאל א מאלפע קענען אויסטרעפן..
סא אפילו טויזענטער מאלפעס וועלן טייפן אויף א איין סופי'דיגן טייפרייטער, וועלן זיי קיינמאל נישט קענען אפשרייבן, למשל אזא תגובה וואס איך שרייב יעצט. ווייל טייפן איז שכל. און מיר מענטשן האבן באשלאסן וואס דאס איז.

גראדעמעכעלע האט געשריבן:נאך וואס איך פארשטיי נישט פון הרב מילר, ווי איך געדענק איז ער פון די וואס האלטן אז אידישקייט איז א רעליגיע פון 'אמת' דהיינו די סיבה פארוואס מען דארף דאס אננעמען איז ווייל עס איז באוויזן אז דאס איז אמת, מיט די א.ג. כוזרי הוכחה, צו די צושטאנגעקומענע נבואות וכו' וכו', אויב אזוי פארוואס דארף ער זיך אראפלאזן צו אזעלכע שוואכע זאכן ווי פאסקאל'ס געוועט וואס ביסודה שטייט ספקנות?


ער האלט נאך אלס אז אידישקייט איז די רעליגיע פון אמת. אבער אויב שטעלסטו עס אראפ אין א פארעם פון א קשיא: ווער זאגט דיך? איז דער ענטפער אז עס איז אין בעסטן פאל א ספק קעגן א זיכערע וויסטקייט. אבער לדעתי האט זיין ענטפער גארנישט קריסטעלעזירט. ווייל הרב מילער האט אריינגעווארפן די ווערטער "איבערגעמאכט דורך לערער". סא אויב איבערגעמאכט, קען דאס זיין ביי יעדעם. יא, כהער וואס דו זאגסט אז די מוסלימענער זענען גענגסטער, און קריסטנטום איז שוא ושקר. אבער... זיין שקר איז נישט מיין אמת. לדעת פון די קאטאליקן, פראטעסטאנטן אדער אנדערע ריפלעסמענט טעאלאגישע מאוועמענטס, וואס האלטן אז זיי זענען די אמת'ע און מיר זענען איבערגעמאכט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 7:15 pm
דורך שבת אחים
פרייוויליג,

איך וויל נישט אריינגיין צי טיף אין די ענינים אבער דעס וואס דו זאגסט נאך פון הרב מיללער ז"ל וועגן די שארפע ציינער, איז א אלטע ארגומענט וואס הייסט אין אנדערע ווערטער אז די וועלט, און די בעלי חיים אין איר, זענען בעסיקלי פערפעקט און פארדעם מוז זיין אז ס'איז דא א עפעס א deity אדער א creator, איז קודם כל טשערי פיקינג ווייל א מענטש און בעל חי האבן אויך מיליאנען חסרונות, למשל די wisdom teeth, און ‏‏‏bacteria און ‏וויירוסעס און קרענק און vestigial און אן א שיעור זאכן אין ביאלעדזשי וואלט געוועהן אנדערש ווען א דיזיינער מאכט עס!

מאך צו די אויגן און טראכט אויב דו וואלסט יעצט געקענט באשאפן די וועלט נייערהייט פון אנפאנג, וויפיל זאכן וואלסטו געטוישט? איך וואלט געטוישט די ערשטע זאך אז ס'זאל מעהר נישט זיין קיין אלטערנעט סייט פארקינג מאנטיג און דאנערשטיג :lol: איך וואלט געטוישט אז א מענטש און א בעל חי זאל נישט דארפן צוקומען בכלל צו עסן און טרינקען נאר זאלן למשל באקומען ענערדזשי פון די זון, אזוי דארף נישט איין בעל חי אויפעסן דעם צווייטן אויף אזעלכע שרעקליכע אופנים. איין זאך איז זיכער, אז מאסקיטאס וואלט איך בכלל נישט באשאפן... ס'ארא חוצפה איז דאס צו באקומען פלוצלינג א שטאך פון עפעס א קליינער חוצפניאק! און נאך א זאך, שווייס וואלט איך אינגאנצן אוועקגענומען! ווילסט נישט זיצן אין בעסמידריש לעבן איינעם וואס נעמט נישט קיין שויער אין די דריי חדשים נאכדערצו אין חודש אב ווען ס'איז ביטערליך הייס. און יא, קענסער, ספעציעל פאר קליינע קינדער. און ווייסט וואס נאך? אויגן אין די בעק אויך, מיר זאלן קענען זעהן אויב די וואלד רויבער און די משגיחים קומען!

און אז מ'רעדט שוין פון אויגן, וואלט איך געמאכט אז קיינער זאל נישט דארפן האבן ברילן און יעדער זאל קענען זעהן פערפעקט! (אז היינטיגע סאפיסטיקירטע מאשינען קענען מאכן פערפעקט אויגן, פארוואס זאל נישט דער כל יכול ??) און די ברילן קאסט דאך א מאיאנטעק מיט אידיש געלט... און פונקט ביי דיין משל מיט ציינער לאמיר נישט פארגעסן אז אונז גייען צום דענטיסט, איך למשל האב שוין כמעט אלע פאלשע ציין און איך בין קוים פערציג, ס'האט מיר געקאסט אסאך אסאך געלט און אסאך עדוויל מיט פעין קיללערס מיט שלאפלאזע נעכט! ווען איך באשאף די וועלט וואלט נישט געוועהן קיין דרילן אין די ציין...

און לאמיר נישט פארגעסן נאך איין זאך וואס איך וואלט עלימינירט, שלשול diarrhea... אין מיין וועלט וואלט קיין פעפטא ביסמאל נישט עקזיסטירט...

אונטערשטע שורה, די גאנצע הנחה אז ווייל די וועלט קוקט אויס פערפעקט פארדעם מוז זיין אז ס'איז דא א גאט איז נישט קיין הנחה, ווייל קודם כל די וועלט און די יוניווערס איז ווייט פון פערפעקט! ס'קוקט נאר אויס פאר אונזערע אויגן כאילו ס'איז פערפעקט ווייל אזוי זענען אונז געוואוינט! און דעס איז דער איינציגסטער וועג וואס אונז ווייסן און האבן געזעהן פון קינדווייז אן. שטעלט אייך פאר אז עיליענס פון א אנדער פלאנעט זענען קיינמאל נישט געוועהן אויף אונזער וועלט און איין שיינעם טאג רוקן זיך זיי דא אן אבער זיי ווייסן נישט וואס מיינט לאכן אדער וויינען, ביי זיי עקזיסטירט עס נישט.. וויאזוי וואלטן זיי אנגעקוקט ווען איינער קוילערט זיך פאר געלעכטער אדער איינער וויינט??? און מ'דארף נישט גיין אזוי ווייט ווי extraterrestrials, ס'איז דא מיליאנען באשעפנישן וואס ווען אונז קוקן אן זייער געפיראכטס איז עס עפעס מורא'דיג מאדנע פון אונזער פערספעקטיוו, פארוואס? ווייל אונז זענען נישט צוגעוואוינט צו זייער habitable ענווייראמענט און פאר אונזערע אויגן איז עס מורא'דיג מאדנע! די זעלבע איז מיט אונז מענטשן אליינס, קענסט נישט אריינברענגען א ספינקע חסיד קיין סאולט לעיק סיטי צו א מאמרמען קירכע און קענסט נישט ברענגען קיין בודהאיסט צום קאסובער'ס טיש ווייל ס'איז ווילד פרעמד פאר אים! אבער אלו אלו זענען פונקט אזוי נארמאל, ס'ווענדט זיך אין דיין אויפברענגונג, ענווייראמענט, בעקגראונד, רעליגיע, קולטור, און habitat.

יעצט פארוואס אונז האבן שארפע ציין האט צו טוהן מיט געוויסע ענערזשי Forces וואס אונז פארשטייען נישט פונקטליך דערווייל, און גאנץ מעגליך אז מיר מענטשן זענען נישט ביכולת בכלל צו פארשטיין! פארשטייסט פארוואס ס'איז דא אזויפיל ליידיגע פלאנעטן אין די יוניווערס, יעדע איינע אינגאנצן אנדערש מיט אנדערע ענווייערמענטס? צענדליגער טריליאנען מאהל מעהר וויפיל נומבערס ס'איז פאראן! פוסט און ליידיג, איינס דרייט זיך אהער און איינס אהין, געוואנדן לויט זייער mass און גרעוויטי. ס'איז דא אסאך מיני סארטן ענערדזשי וואס אונז פארשטייען נישט דערווייל פונקטליך וואס ס'איז! וואס איז dark energy? Dark matter, וואס איז פשט פון בלעיק האולס??? און פון וואו קומט עס? וויאזוי האט זיך עס אנגעפאנגען? פארוואס האט עס גאט באשאפן? ער שפילט לעגאוס?

ס'האט לכאורה צו טוהן מיט זאכן וואס איז געשעהן טריליאנען יאהרן צוריק! טראכט אריין וואס מיינט אייביגקייט infinity פאר א מינוט! למשל דער אייבערשטער האט אייביג עקזיסטירט, יא? יעצט טראכט וואס מיינט 'אייביג'. לאמיר זאגן צעהן טריליאן יאהר צוריק, אבער וואס איז געוועהן פאר דעם? און פאר דעם? און פאר דעם? קענסט עס פארשטיין? איך נישט! אויב פארשטייט עס איינער, ביטע זיי עס מיר מסביר!

בקיצור, וויבאלד אונז ווייסן נישט וואס איז געוועהן 14 טריליאן יאהר צוריק איז נישט מעגליך צו וויסן וואס די אלע סארט ענערדזשי איז באמת, און וויאזוי ס'איז זיך צושטאנד געקומען פונקטליך, אבער אויפצומאכן א מעשה כדי זיך זעלבסט צו באפרידיגן איז קינדעריש און נאריש, און זיכער אז ס'איז דא אזוי ווייניג עווידענס און פרוף אויף דעם וויאזוי קען זיין אז א גיהנם זאל בכלל עקזיסטירן אין justification, וואלסט באשטראפט איינעם וואס וואלט נישט געגעמבלט אויף עפעס א פערד גייט געווינען די רעיס אפילו ווען זיין טאטע און זיין זיידע וואלטן געזאגט ער איז די בעסטע פערד און ער גייט געווינען???

עד כאן, איך גיי מעהר גארנישט שרייבן אין די תגובה ווייל איך וויל נישט ס'זאל ארויסגיין פון די ראמען, אויב איינער וויל קען ער מיר שיקן א אישי און מ'וועט ווייטער רעדן דארט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: האו אבאוט טוהן פונקט פארקערט. זעץ אוועק א מאנקי ביי א טייפרייטער און לאז אים אפהאקן א מספר אותיות און דערנאך מאך אפ אז די ערשטע דריטל פון די אותיות זאל טייטשן Dog, די צווייטע Bites און די לעצטע דריטל Cat.

או כלך לדרך אחרת. טראכט פון אן ענדלאזע גרויסע זו פון מאנקיס מיט אן אין סוף סופליי פון טייפרייטערס. זיי זיצן און טייפן ווי לאנג ס'לאזט זיך נאר. ס'איז נישט מעגליך אז אין איינע פון די אלע שרייבעריי זאלסטו נישט קענען געפונען סיי וועלעכע בוך ס'איז נאר אמאל געשריבן געווארן אדער גייט געשריבן ווערן.

אויב ווילסטו דאס אויספרובירן אליינס, פעלט נישט אויס צו גיין אהין צו יענע אין סופית'דיגע זו. גיי אריין דא און טייפ אריין סיי וועלעכע קאמבינעישן פון ווערטער דיר שמעקט נאר און די וועסט עס געפונען ערגעץ ווי אין זייער'ס א בוך שוין אפגעשריבן.


איך דארף זיין אויפריכטיג, אליבא דאמת זענען ביידע פון די אויבן-דערמאנטע מהלכים נישט די ריכטיגע, פון א מאדערענע פיליזופישען קוק-ווינקל. דאס איז נאר לשבר את האוזן צו ווייזן ווי לעכערליך די סארט אמונות טפילות פון די סארט שפיציגע יהדות לעקטשורערס זענען. דאס איבריגע וועל איך לאזן פון די עיון המעיינים.

איך האב געשמייכלט פון דיין ערשטע ליין, זאגסט נישט שלעכט. אבער די רעיון פון אים איז אויב מען קען געבן שכל פאר א מאלפע. די זעלבע סארט שכל וואס דער מענטש האט. די שכל פון א מענטש וואס האלט אז dog מיינט א הונט, זאל א מאלפע קענען אויסטרעפן..
סא אפילו טויזענטער מאלפעס וועלן טייפן אויף א איין סופי'דיגן טייפרייטער, וועלן זיי קיינמאל נישט קענען אפשרייבן, למשל אזא תגובה וואס איך שרייב יעצט. ווייל טייפן איז שכל. און מיר מענטשן האבן באשלאסן וואס דאס איז.

פתח בכד וסיים בחבית. די ערשטע שאלה דיינע איז געווען איבער א מאנקי זאל קענען אויפטייפן דריי פשוט'ע ווערטער וואס איר sequence זאל האבן א משמעות, און וואס אין נמשל ציהלט, איז צו זאכן אין די בריאה וואס קוקען אויס צו זיין גאנץ פשוט, און די משל פון די מאנקיס דארף ווען צייגן אז דאס איז אויך נישט מעגליך צו "געשעהן" by chance, וממנו ידון על השאר אז כל שכן מער קאמפלאצירטע זאכן איז זיכער אז ס'קען נישט האבן געווארן דורך א נאטורליכע אנגייענדיגע cause and effect.

פיין. יעצט אז מען האט דיר שוין דאס פארענטפערט, מיט צוויי מהלכים במפורש, און, פאר מתקדמים, מיט האום ווארק sheet, שפרינגסטו ארויף א שטאפל העכער און דו פרעגסט פון די קאמפליצירטע זייט, נעמליך שכל, אדער consciousness. דו דארפסט אבער כאפן אז אויב איז טאקע אמת (אויב, א סוגיה פאר זיך צי ס'איז טאקע אזוי) אז די פשוט'ערע באשעפענישן האט א פשט צו האבן געקומען צו איר עקזיסטענס אן אריינמישן דעם אומוויסענד, דאן פאלגט נאך פון איר סאך א גראדערע מהלך צו פארשטיין די מער קאמפליצירטע ברואים. ווייל ווי אלע ראיות און עדות פון די בריאה זעלבסט צייגן צו איז פון פשוט'ע זאכן ווערט אלץ אנטוויקעלט מער קאמפלעצירטע זאכן, און פון זיי, נאך מער קאמפלעצירטער, און נישט פארקערט. יעצט אז אויב נעמסטו א פשוט'ע איינצעלע לעבעדיגע צעל און די לאזט די נאטור גיין איר וועג און דו קומסט צוריק דריי און א האלב ביליאן יאר שפעטער וואלסטו ערווארטערט צו טרעפן סופער-היומען מיט מעגליכקייטן און דעוועלעפמענטס וואס מיר צוריקגעשטאנענע ברואים האבען אפילו נישט קיין השגה אין איר. דאס וואלט געווען די וואונדער, וואו איז דער פארגעשריטנע מענטש? אוואדאי נישט וואונדרען זיך פארקערט פארוואס זענען מיר יא דא. ס'איז דא שטארק צופרידענשטעלענדע ענטפערס אויף די ערשטע קשיא, אבער זיכער נישט אז די צווייטע זאל בכלל זיין א קשיא.

(א משל פון א שטארק קאמפלעצירטע בריאה וואס אמאל האבן מענטשן געגלייבט אז מען וועט קיינמאל נישט פארשטיין וויאזוי זי זאל ווען האבן צושטאנדגעקומען נאטורליכערהייט איז דער אויג. איבריג צו זאגן אז מיר האלטן שוין לאנג דערנאך. אנגעהויבן פון א לאנגע בלעטער הסבר פון טשארלס דארווין, ביז היינט צו טאגס וואס מען האט שוין מצליח געווען במלוא מובן המלה צו טרעפן א רייע ציווישן-באשעפענישן אין פארשידנע שטאפלן און די אנטוויקלונג פון דער אויג וואס דארווין האט פאראויסגעזאגט אז אויב זיין הסבר איז אמת דארף מען זיי קענען טרעפן)

סתם אויף צו צו-צייכנען, די שיטה פון החכם ניעל דיגרעסס טייסאן איבער לעבן אויף אנדערע פלאנעטען (לאו דווקא פון אונזער סאלער סיסטעם) איז שטארק געבויעט אויף די הנחה אז לעבן אויף אונזער פלאנעט איז אזוי לייכט געווען זיך צו פארמירן, אז ס'איז נישט מסתבר אז דאס זאל נישט האבן געשען פונקט אזוי, אויף אירע ספעציפישע פארעמען, אויך אויף אנדערע פלאנעטן.



"גדול אדוננו ורב כוח ולתבונתו אין מספר" איז זיכער אויך כולל אין זיך די געוואלדיגע חכמת הטבע וואס חכמים פון לעצטע דריי פיהר הונדרעט יאר צוריק האבן מצליח געווען מגלה צו זיין. און איז זיכער "נישט" כולל די אלע נארישע באבע תירוצים וואס דארפן ווען ארונטערריקן אלע פיליזופישע שווערעקייטן אונטער אן אומעקזעסטירעדע טעפיך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:45 pm
דורך פרייוויליג
שבת אחים,

דו שרייבסט גוט, אבער איך פארשטיי נישט, אויב האלסטו אז דיין ארגומענט איז גוט, פארוואס אנטלויפן גראד נאכדעם? דיין גאנצע קאונטער טעאריע קעגן די perfection of God איז אומריכטיג, ולא עוד פון דיין ראי' איז גאר א ראי' איבער די עקזיסטענץ פון ג-ט וואס איז מושלם בכל השלמות.

פארשטייט זיך אז דאס איז בכלל נישט מיין אשכול. און מיט מיין ענטפער בין איך גורם, אז פון א דעבאטע אויף אידישקייט וועט עס אריבערקריכן צו א שמועס פארוואס ג-ט האט געמאכט אז מען זאל זיך דארפן ספראווענען מיט פעפטא ביסמאל.

דיין ליסטע פון חסרונות וואס באטרעפט דעם מענטש, איז די גרעסטע הוכחה איבער א געטליכער דעוויין אין-סופי. ווען א בשר ודם דיזיינט עפעס האט עס אייביג שארט קאמינגס, און דער מענטש פראבירט עס אלץ בעסער צו מאכן און אפדעיטן. דאס אז א מענטש האט די זעלבע צוויי לעכער אין די נאז שוין פאר באלד זעקס טויזענט יאר, און דאס אז די הימל איז פארבליבן בלוי אנשטאט א נייע טינקל גרין קאליר, איז די גרעסטע צייכן איבער א ג-ט. אלעס איז געבליבן מיט די זעלבע perfectness וויאזוי ג-ט האט איר געפארעמט אין די ששת ימי המעשה. ג-ט האט נישט געטוויקט די נאז, די אויערן, אדער די פיס, אלעס איז די זעלבע. א פראדוקט פון א בשר ודם באקומט יעדע שני וחמישי נייע קאלירן און איבערגאנגס.

דאס אז דו צערנסט אזוי איבער דעם מאסקיטא, מיינט נישט אז דו פארשטייסט בעסער, נאר דו פארשטייסט בכלל גארנישט. אויב שוין חלומ'ען וואלט איך באשאפן א מענטש פון צעמענט, הארטע שטאל, אדער שטייף ווי בליי. אזוי וואלט א מענטש נישט געדארפט אטעמען, עסן, האבן צו טון מיט די גאל, אדער מיט די כח השמיעה.

די פאראדאקס פון א מענטש וואס האט גוטסקייט גלייך ווי שלעכטקייט, זיסע טעג גלייך ווי ביטערע טעג, זוניגע טעג גלייך ווי רעגנדיגע טעג, איז נישט מער ווי אים צו האלטן אין די גלייזן. א מענטש וואס וואלט געווען געמאכט פון אייזן, אן קיין עסן אדער ביינער, וואלט געווען אומקאנטראלירבאר.

דיין שווייס פון קערפער באלאנסירט דיין הנאות וואס דו האסט געהאט פינף מינוט צוריק. סא אויב דיין בילאגישע חסרונות קרענקען דיך אדער די שפין אויפן פלאר נערווירט דיך, דאן טוב מות מחייך. קענסט גיין נאך טיפער, פארוואס האט מיך ג-ט בכלל באשאפן? דיך צו געבן עונג. וואלט איך געזאגט, געב מיך נישט קיין עונש און נישט קיין עונג. דיסמענטל מיין עקזיסטענץ און לאז מיך פאלן ווי די ליידיגע חלל. לא מדבש ולא מעקץ.

אויב דאס איז די אבסאלוטע סיבה פון שלעכטס ווייס איך נישט, און קיינער ווייסט דאס נישט. אבער עס איז גענוג סיבה צו קוקן פאזיטיוו אויף דער וואס האט מיך באשאפן. איך האב פשוט נישט קיין אנדערע הסבר. פארוואס זיך אייביג מוטשענען אויף די אנשיקענדע פארשאלטענע סקאנק, ווען איך קען קוקן אויף די הערליכע בלויע וואסער כוואליעס. מיין עקזיסטענץ איז בעל כרחך, סא באין ברירה דארף איך מיך צופאסן צו איר.

אינפיניטי איז א מיסטעריע ווי די אייביגע רוה, און די לעבן פון א מענטש זינגט און טרויערט אין די זעלבע צייט. אבער עס איז קלאר אז העכער מיך שוועבט א געטליכער גייסט, אן אלמעכטיגער וואס זיין השלמה זעט זיך ארויס פון די בלומען גלייך ווי די דערנער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:25 pm
דורך שבת אחים
איין קליינע הערה ווען די הימל וואלט געוועהן שווארץ אינגאנצן חושך שווארץ וואלסטו זיך צוגעוואוינט צו דעם און אונז וואלטן געהאט אנדערע אין בעסערע vision אזויווי מיליאנען אינטערערדישע פישן וואס קענען מאכן לייט ביינאכט און אפילו טוישן קאלירן!!! קוק עס אויף יו טוב ס׳איז hilarious! אבער צו זאגן אז די הימל איז בלויע(די הימל איז אין אמתן אריין נישט בלוי בכלל ס׳קוקט נאר אויס אזוי פאר אונז) אבער אפילו יא מיינט דעס גארנישט ווייל אונז האבן זיך צוגעוואוינט צו די קאליר ע״כ איז עס שיין פאר אונזערע אויגן! אז דו וועסט נעמען געוויסע acid און מאשרומס וועסטו פלוצלינג אנפאנגן צו זעהן זאכן וואס דו האסט קיינמאל נישט געזעהן, און דו וועסט כאפן ווי נישט פערפעקט די וועלט איז! איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן אבער ס׳איז א באוויסטע זאך! וואס דיין אויג זעהט און וויאזוי דו פילסט מיינט גארנישט, ס׳איז רעלעווענט צו דיר אין א געוויסע צייט און פאר א געוויסע סיבה אבער ס׳מיינט נישט אז דעס איז שיין אדער נארמאל, ס׳איז נישטא קיין Ultimate truth ביי די זאך סווענט זיך פארוועם און פארוואס און ס׳איז א ecosystem וואס ארבעט מיט געוויסע forces of nature וואס אונז ווייזן נישט דערווייל פון ווי פונקטליך סקומט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:44 pm
דורך פרייוויליג
זיכער ביסטו גערעכט אז עס האט מיט געוואוינהייט, אבער דו קענסט מאכן א קליינע עקספערמענט. שטעל דיך אריין אין א שווארצע שטוב פאר א יאר צייט און זאג מיך אויב דו האסט זיך צוגעוואוינט דערצו. די הימל וואס איז טאקע נישט בלוי, אבער זעט אויס ווי בלוי איז נישט נאר זיס פאר די אויגן נאר די ברייטנעס איז צוגענגליך פאר די אויגן. ווען די הימל וואלט געווען אביסל מער ליכטיגער וואלטן דיינע אויגן ארויסגעקראכן. און קוק ווי וואונדערליך ג-ט קאנטראלירט דעם ברייטנעס באר, בשעת ווען עס ווערט נאכט פאלט די ליכטיגקייט צוביסלעך, נישט צו פארטומלען די אויגן. און איך דארף נישט עסן מאשרומס אדער קוקן אויף יוטוב, ווייל נישט נאר די דמיון ווערט געטוישט דורך זאכן נאר די גאנצע שכל ווערט ריסטראקטערט ווען מען ליינט נאוועלס. עס זענען דא מענטשן וואס זענען באיינפלוסט געווארן דורך טשארלס דארווין אז די וועלט האט זיך פארמירט דורך א היס פון א קראקעדייל. די וועלט איז דורכגעפוילט מיט שקר. און ווען עס קומט צו פשוטע זאכן דארף מען זיין בלינד נישט צו זען דעם אייגענעם שאטן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:56 pm
דורך שבת אחים
טשארלס דארווין האט קיינמאל נישט געזאגט אז די וועלט האט זיך פארמירט פון א היס פון א קראקעדייל. איך האב געלייענט זיינע ביכער, ער האט בכלל נישט געקלעימט צו וויסן וויאזוי ס'האט זיך אנגעפאנגען און וויאזוי ס'האט זיך באשאפן! פארקערט, ער האט געזאגט קלאר אז ער ווייסט נישט, טשארלס דארווין און אנדערע אין זיין צייט זענען אויפגעקומען מיט די פראסעס פון עוועלוציע און יעדע קלעים וואס דארווין האט געמאכט חוץ איינס (אז אלעס האט זיך לכאורה אנגעפאנגען פון א סינגל צעל אדער ווי געוויסע סייענטיסטן רופן די abiogenesis theory) שטעלט זיך היינט פאר ביי די גאנצע סייענס קאמיוניטי אלץ אימפעריקל און מעשריבעל פאקטן.

עד כאן אומרים בשבת הקטן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:01 pm
דורך פרייוויליג
א דאנק,
עס איז געזאגט געווארן סארקאסטיש :lol:

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 11:32 am
דורך יעקב מענטש
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די סיבה פארוואס ער לייגט אריין אזויפיל הוכחות אינעם טענה איז לכאורה כדי ארויס צונעמען פונעם equation אלע אנדערע רעליגיעס, צו שטעלן דעם ספק נאר צווישן יהדות אדער גארנישט,

למעשה ארבעט די טענה נאר פאר איינער וואס האט אנערקענט אין הבל הבלים הכל הבל, פאר אזא איינעם קען מען אפשר טענה'ן אז עס לוינט צו נעמען א שאנס צו באקומען חיי נצח און פארמיידן עונש, אבער פאר איינער וואס האט זיך פארליעבט אינעם יפיתו של יפת, אדער אין די גשמיות'דיגע הנאה פון די די סעקולארע וועלט, פאר אים איז די וועלט נישט בלויז a whole in the ground, נאר די וועלט איז 'אלץ' , ממילא דאס אויפצוגעבן דארף מען האבן מער ווי א ספק,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

וועלכע גלויביגער האלט נישט אז הכל הבל ?, ס'איז בכלל נישט קיין סתירה מיטן ליעב האבן עולם הזה, אז איך ווייס שוין אז די עיקר איז חיי נצחי תורה ומצוות, מיינט דאס שוין אז איך גלוסט שוין נישט קיין סושי ?

Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 11:48 am
דורך [NAMELESS]
פאסקאל'ס געוועט איז צו ווייזן פאר איינער וואס האט נישט קיין הוכחה אז רעליגיע איז די עיקר און חיי נצחי, אז דאך זאל ער בוחר זיין בדת, און אויף דעם האב איך מיר באצויגן.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 6:44 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב געזען אזא בילד ערגעצוואו אויף די טריפה'נע אינטערנעט. איך האב עס נאכנישט אפגעלערנט אבער לויט ווי איך פארשטיי פון אויבן אויף רעדט עס פון פאסקאל'ס וועידזשער.

Untitled1.png



Untitled3.png

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 9:50 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך גלייב אין גאט, און איך גלייב אז ער האט צוגעגרייט א גיהנם פאר אלע שלעכטע מענטשן, אריינגערעכנט די אלע וואס פייניגן אכט טאגיגע קינדער ועוד ועוד, ביזטו גרייט צו נעמען די ריסק?

Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 11:27 pm
דורך קל וחומר
אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 11:47 pm
דורך ברוך שפינוזה
קל וחומר האט געשריבן:אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?


ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 7:38 am
דורך הקטן
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?

ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.

איז עס?

מן הסתם איז דא אזעלכע וואס ביי זיי איז דאס אזא ספק, די האבן א פראבלעם מיט די דילעמע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:21 pm
דורך ברוך שפינוזה
אויב דיין אידישקייט איז געבויעט אויף א ספק, דארפסטו חושש זיין צו דעם אויך. סימפל עז עי פיקל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:42 pm
דורך ברוך שפינוזה
שבת אחים האט געשריבן:http://youtu.be/H_ATC2y5PRI
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאלט פון די קליפ אבער ס׳איז אינטערסאנט וואס ער האט צו זאגן אבער Pascal's wager

טויזענט לייקס :like :like :like :like :like

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 5:54 am
דורך רביה''ק זי''ע
אז מ'רעדט שוין פון pascals wager. https://youtu.be/GScdUIYXglA

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 11:14 am
דורך מי אני
לגבי פאסקאל׳ס געוועט טוהט דר. יהושע גאלדינג (אין זיין בוך Rationality and Religious Theism) עס פרובירן אביסל צו מאדיפיצירן, אז בעצם זענען די פעי-אפ(ס) פאר׳ן גלייבן אין/טוהן די געבאטן פון ג-ט יא פיניט. בנוסף לזה זענען די סארט רעליגיעזע יוטיליטיס בכלל מער קוואליטעטיוו אין נאטור, לעומת די אנדערע [סעקולארע] וואס זענען מער קוואנטיטעטיוו אין נאטור.

דערמיט טוהט ער אויף אז די מטרה איז צוצוקומען צו א ״גוטע רילעישענשיפ מיט ג-ט (כביכול)״ [וואס איז מער קוואליטעטיוו כנ״ל און וואס ער טערמינט רעליגיעזע טעאיזם]; דאס איז בהנחה אז די ״גוטע רילעישענשיפ מיט ג-ט״ קומט צושטאנד דורך א רעליגיעזע מהלך החיים. און דאס אז מ׳האלט די יוטיליטיס פיניט העלפט און טוהט (אביסל) פארענטפערן די טענה אנטקעגן די געוועט אז מ׳ווייסט נאך אלס נישט די ריכטיגע וועג פון וואס ג-ט כביכול וויל מ׳זאל אים דינען [ווייל מיט דעם קען מען קאמפערן (עכ״פ כלפי די פערספעקטיוו פונ׳ם אינדיווידואלן מענטש) די פיניט פעי-אף וועליוס פון די פארשידנארטיגע דרכים/רעליגיעס וכו׳, וואס ברענגט אים/איר נענטער צו די ״רילעישענשיפ״].

א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 8:07 pm
דורך מי אני
עס איז אינטרעסאנט אבער הרב דר. נתן (דזשארדזש) שלעזינגער און דר. וויליאם לייקען, אינ׳ם קאנטעקסט פון פאסקאל׳ס געוועט, ווילן נוצן אקאם׳ס רעיזאר (וואס איז שוין מערערע מאל ערווענט געווארן דא אין שטיבל) צו פארענטפערן די געוועט פון די קשיא אז מ׳ווייסט נאך אלס נישט וועלכע גאט צו דינען אא״וו. זיי זאגן אז אין די קאנטעקסט וואס פאסקאל האט אויסגעשטעלט די געוועט איז די פשוט׳סטע אנצונעמען די אבראהאמיק (וואס איז שוין כעין די פילאזאפישע) ג-ט (און אים נאכגיין - הגם, כמובן, בתוך דעם אליין ווייסט מען נאך אלס נישט קלאר וואס מ׳האט צו טוהן; מ׳רעדט אויפ׳ן חלק פון פשוט גלייבן במציאותו).

Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2024 1:44 am
דורך גברא דלא עביד
האו אבאוט טוהן פונקט פארקערט. זעץ אוועק א מאנקי ביי א טייפרייטער און לאז אים אפהאקן א מספר אותיות און דערנאך מאך אפ אז די ערשטע דריטל פון די אותיות זאל טייטשן Dog, די צווייטע Bites און די לעצטע דריטל Cat.

או כלך לדרך אחרת. טראכט פון אן ענדלאזע גרויסע זו פון מאנקיס מיט אן אין סוף סופליי פון טייפרייטערס. זיי זיצן און טייפן ווי לאנג ס'לאזט זיך נאר. ס'איז נישט מעגליך אז אין איינע פון די אלע שרייבעריי זאלסטו נישט קענען געפונען סיי וועלעכע בוך ס'איז נאר אמאל געשריבן געווארן אדער גייט געשריבן ווערן.

אויב ווילסטו דאס אויספרובירן אליינס, פעלט נישט אויס צו גיין אהין צו יענע אין סופית'דיגע זו. גיי אריין דא און טייפ אריין סיי וועלעכע קאמבינעישן פון ווערטער דיר שמעקט נאר און די וועסט עס געפונען ערגעץ ווי אין זייער'ס א בוך שוין אפגעשריבן.

לדעתי איז דער תירוץ אין רוב מקרים אסאך פשוטער. צב"ש לגבי עוואלוציע ווערט אין יעדע דור געשריבן נאר אפאר אותיות און פון דעם איז נאר דא א המשכה אויב איז א ווארט געשריבן געווארן. (איך אווער-סימפליפיי אסאך אבער די נקודה אז א פראצעדור דארף נישט זיין אדער אינגאנצן random אדער אינגאנצן ביי דעזיין, עס קען זיין אז די נאטורליכע חוקים שטעלן אויס א מציאות און וואס סדר קומט ארויס אפילו אן קיין דעזיינער).

א באוואוסטע משל פון אזוינע חוקים איז קאנוועי'ס געים אף לייף וואס מיט בלויז דריי פשוטע חוקים קומט ארויס א גאר קאמפלעצירטע און אומ-פרעדיקטעבאלן סימולאציע וואס כפי הנראה, איז אזוי קאמפלעקס אז ווען אונז טרעפן ווען א run פון די סימולאציע, וואלטן מיר עס אטרוביוטעד צו א דעזיינער.

ביטע זייט מוחל אויף די שלימזל'דיגן וועג פון קוואטן דער כעלמער, איך בין ניי דא.