בלאט 2 פון 4
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 12:20 am
דורך זר זהב
ביזט גערעכט. ביזטע מצליח זיך אזוי צופירן ביי יעדע שוועריקייט אין לעבן אדער נאר ביי מיינער זאכן? איך קען מיך אפשר עפעס לערנען פון דיר!
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 2:31 am
דורך שמעקעדיג
ביי אונז האט מען געוואוסט אז פון לימאן מאכט מען לימאנאדע!
אז די פארשאלטענע בייק לעינס זענען שוין עניוועי היער טו סטעי, לאמיר שוין נעמען עדווענטעזש דערפון און אנהייבן נוצן ביציקלעך! וואו איז די אידישע שכל?
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 9:58 am
דורך יאפטשיק
איך האב א לאנגע צייט געדרייווט א בייק-בייסיק-ביציקל און אסאך עקסערסייז געמאכט טאקע. כ'זאג נישט מ'דארף דרייוון זייער קערפול איבערהויפט אויף די גרויסע גאסן צווישן טרעילערס, און באסעס. אבער ליסן . כ'האב עכט אינדזשויט, און מרוויח געווען דערפון . ביז איין טאג האט מען מיך ג'גנבט די צוויי רעדער, און דעמאלטס האט איך געקויפט א קאר, אבער יעצט בקרוב האף איך אנצופאנגן דרייוון א מאטאר-ביציקל . אבער נישט די קליינע מאו פעד'ס נאר די גראבע גיגאנטישע פראָפער סטאף. מיט די גרויסע ליטער ענדזשינס. מ'דארף אבער קודם נעמען א CBT . נאכדעם א DAS און מ'איז א פארטיגע מאטארבייק נהג.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 11:13 am
דורך יונגערמאנטשיק
שמעלקא, איך האלט אז ס'איז מעגליך אז יארן ארום וועט א בייק זיין נארמאל. מ'זעהט שוין היינט צו טאגס דא דארט א היימישן פארן אויף א בייק. איך האלט אז צוביסלעך וועט דאס יא געשעהן.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 12:21 pm
דורך שמעלקא
אדרבה יונגערמאנטשיק, הלוואי זאל עס פאסירן נאך איידער איך ווער צו אלט צו פירן א ביציקעל.
זר זהב האט געשריבן:ביזט גערעכט. ביזטע מצליח זיך אזוי צופירן ביי יעדע שוועריקייט אין לעבן אדער נאר ביי מיינער זאכן? איך קען מיך אפשר עפעס לערנען פון דיר!
אוודאי נאר ביי דיינע זאכן... וואס דען ביי מייניגע?... בלויז א וויץ.
ווען איך בין ווען מצליח זיך אזוי צו פירן ביי יעדע שוועריגקייט וואלט גוט געווען אבער איך פראביר.
און נעם אין אכט עס איז פארהאן אסאך שווערערע זאכן אין לעבען ווי נישט קענען פירן א ביציקעל.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 11:21 pm
דורך פריינדליך
הלוואי ווען מען קן עס ווען איינפירען, אבער ביז ווי לאנג יעדער:
מוז גיין מיט א GG סוט ווייל יעדער גייט אזוי
מוז גיין מיט א קרויס היט ווייל יעדער גייט אזוי
פרוי מוז גיין מיט .... ווייל יעדער
בעבי מוז גיין 24/7 מיט 40$ אוטפיט ווייל יעדער
יעדער מוז וואינענן אין וומסב"ג ווייל יעדער
דאן וועט קיינער נישט פארען מיט קיין ביייק
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 10:59 am
דורך קאווע טרינקער
כ'ווייס פון איינער וואס איז האט געשריבען א קול קורא לשבח פון דרייוווען א בייק, וועלענדיג איינפירן דאס אין וומ"ס (לכאורה איז יענער במקורו א מאנסי'ער, און ער האט זיך געפילעט "פאני" צווישען אונז חכמים...) בתמימותו איז ער געגאנגען צו ווינער רב שליט"א (משיירי "נארמאלע מענטשען") ער זאל חתמ'נען לטובתו.
דער רב האט אים גע'ענטפערט: איך בין גרייט צו חתמ'נען, אבער קיין צוווייטע רב וועט דאך נישט חתמ'נען, נו, א קול קורא מין איין חתימה איז דאך ליצנות...
אוי ווי גערעכט ער איז. וועלכע רב האט שוין אמאל געחתמט אז "מ'מעג יא".....?
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 3:11 pm
דורך cookies
I never see bechlal rabunim should try to help us, example our diras... (the only thing was chasina tekunas also only 1 rabbi,)
did they ever made a meeting to discus how to help the ppl?
i am not saying it will help but atleast try!!!!!!
when you coming up with isurim you also think maybe it will not help, but you doing it anyway, in other words its a world from pressure on our heimisha comunitty you not allowed this and this and this, but maybe think to help us.... naaaa vus vel ich huben derfin?
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 1:32 am
דורך DotCom
ווער עס האט שוין אמאל באזוכט אין אנטווערפן האט שוין אוודאי געזעהן אז דארטן האבן זיך די בייק'ס אייינגעגעבן אפילו ביי היימישע אינגעלייט, ס'מיר געווען אינטערסאנט צו צוקוקן ווי די קינדער - אנשטאט די געלע באסעס - פארן זיי מיט זייערע בייק 'ס אין חדר , אויך כולל אינגעלייט און סתם בעלעבאטים גייען דערמיט איבעראל, אינדרויסן פון די פשעווארסקער בית מדרש איז כסדר אנגעלייגט מיט בייק'ס.
אויך איז וויכטיג צוצולייגן אז אנטווערפן איז נאך עני-טיים אזא טמא'נע גואישע שטאט ווי וויליאמסבורג, די אידישע געגנט איז ממש אין סענטער פון שטאט, און ב"ה ס'איז נישט געווארן קיין עיר הנידחת צוליב די בייק'ס.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:30 pm
דורך שנאפס
די אלע זאכן וואס זיי האבן אויפן קאפ איז העלמעטס וואס קוקט אויס ווי הוטן?
עניוועי, די מינוט חרדישע אידן וועלן אנפאנגען נוצן בייקס אין ניו יארק סיטי, וועט די פאליס דעפארטמענט פלוצלונג אנפאנגען א קרעקדאון אויף בייקערס, וועיט ענד סי
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:31 pm
דורך זר זהב
שנאפס האט געשריבן:די אלע זאכן וואס זיי האבן אויפן קאפ איז העלמעטס וואס קוקט אויס ווי הוטן?
עניוועי, די מינוט חרדישע אידן וועלן אנפאנגען נוצן בייקס אין ניו יארק סיטי, וועט די פאליס דעפארטמענט פלוצלונג אנפאנגען א קרעקדאון אויף בייקערס, וועיט ענד סי
מיינסט אוודאי אין ווילי
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:33 pm
דורך שנאפס
אנפאנגען נוצן מיין איך געהעריג נוצן, און דאס איז נישט דא ביזדערווייל ביי חסידישע אידן אין ניו יארק סיטי, אין בארא פארק איז דא אביסל אבער דאס הייסט נישט געהעריג
אין מאנסי נוצט יא דער עולם די בייקס
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:39 pm
דורך יידל
שנאפס האט געשריבן:די אלע זאכן וואס זיי האבן אויפן קאפ איז העלמעטס וואס קוקט אויס ווי הוטן?
עניוועי, די מינוט חרדישע אידן וועלן אנפאנגען נוצן בייקס אין ניו יארק סיטי, וועט די פאליס דעפארטמענט פלוצלונג אנפאנגען א קרעקדאון אויף בייקערס, וועיט ענד סי
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:24 am
דורך חאצקל
שמעלקא האט געשריבן:ניין.
כעל פארשמעלערן דעם משל צו קויפן א פשוטער הויז וואס טויזנטער אידן האבן שוין געטון אבער איך נאך נישט, כאטש איך וויל עס שטארק ווייס איך אז יעצט איז עס נישט בידי איך זאל עס קענען אויספירן און פון קלאגן וועל איך גארנישט פארדינען.
וואנס איך ווייס ביי מיר אז 'דאס איז עס' שטיפט מען עס ארויס פון מחשבה און געגאנגן ווייטער. דאס לעבען קען זיך נישט אפשטעלן ביים הויז אדער ביציקעל, און די ביציקעל אדער די הויז איז מיר נישט גענוג ווערד איך זאל לאזן טרערן דערפאר.
עס איז נישט נאר דער בייק.
דאס מנזר זיין זיך פון בייקס בעת עס האט אזוי פיל מעלות, שפיגלט אפ אנדערע איינגעצוימטקייטן אויף נישט ווייניגער וויכטעגערע זאכן, על לא דבר
על אלה אנחנו בוכיים
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 8:51 am
דורך איחוד פעלד
א בייק איז נישט א גוטע זאך, ווייל מען קען צוקומען צו ווייטערע פלעצער, און עס קען שאטען צו דער תמימות פין אונזערע אינגעלייט און בחורים.
איך ווייס שוין פון כמה קעיסעס פין אינגעלייט און בחורים נאך דעם וואס זיי האבען אנגעהויבען פארען בייקס, ואין פניהם כתמול שלשום, זיי זענען נישט די זעלבע.
פארענדיג אויף נאוסטראנד און צוזעהן די גוי'עשע אויסגעלאסענקייט אין די דלת אמות, שומר נפשו ירחק מזה.
ווער רעדט נאך אויב מען גייט אין פארק, ווי די אומות העולם לייגען זיך אויס אויף די האנטיכער, כמעט אין גאנצן אהן א לבוש, אין צו דעם אלעם ווערט מען נענטער דורך די פארשאלטענע שייגעץ בייקס.
צום אלעם זעהט מען ווי די אלע בייק פארערס וועלען חוזק מאכען פין אידישע מנהגים.
ניין, יאך וועל מיט קיין בייק נישט פארן, און זיך האלטן ערליך ביי די מסורה פון רבי זלעבראכה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:34 am
דורך משה געציל
שטעלט אייך פאר אונזער אינגעלייטלעך וועלן אנפאנגען פארלירן פונטן אין גרויסען א דאנק די ביציקלעך, היש לך חורבן גדולה מזו? דער אינגערמאן איז נאך עלול אריינצופאלן איינמאל א וואך אין דזשים, דאס וועט צוברענגען אז מען וועט נישט דערקענען דעם חילוק פונעם היימישען גאלארעטע אנגעפאשעטער אינגערמאן ביזן ארטיסט פון די נארטס רח״ל!
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:22 am
דורך קרעקער
און ער וועט פארן מיטן בייק קויפן א שטערן רח"ל
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:09 pm
דורך חאצקל
איחוד פעלד האט געשריבן:א בייק איז נישט א גוטע זאך, ווייל מען קען צוקומען צו ווייטערע פלעצער, און עס קען שאטען צו דער תמימות פין אונזערע אינגעלייט און בחורים.
איך ווייס שוין פון כמה קעיסעס פין אינגעלייט און בחורים נאך דעם וואס זיי האבען אנגעהויבען פארען בייקס, ואין פניהם כתמול שלשום, זיי זענען נישט די זעלבע.
פארענדיג אויף נאוסטראנד און צוזעהן די גוי'עשע אויסגעלאסענקייט אין די דלת אמות, שומר נפשו ירחק מזה.
ווער רעדט נאך אויב מען גייט אין פארק, ווי די אומות העולם לייגען זיך אויס אויף די האנטיכער, כמעט אין גאנצן אהן א לבוש, אין צו דעם אלעם ווערט מען נענטער דורך די פארשאלטענע שייגעץ בייקס.
צום אלעם זעהט מען ווי די אלע בייק פארערס וועלען חוזק מאכען פין אידישע מנהגים.
ניין, יאך וועל מיט קיין בייק נישט פארן, און זיך האלטן ערליך ביי די מסורה פון רבי זלעבראכה.
אויב איז אמת וואס דו זאגט אז א יונגערמאן ווערט קאליע דורך'ן ניצן א בייק, דאן פארוואס אין אנטווערפן איז עס נישט אזוי?
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:12 pm
דורך Shmilly
אפשער אסרט מען קאר ווייסט וויא מען קען אלץ אנקומען מיט א קאר??
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:56 pm
דורך נפתלי
איחוד פעלד האט געשריבן:א בייק איז נישט א גוטע זאך, ווייל מען קען צוקומען צו ווייטערע פלעצער, און עס קען שאטען צו דער תמימות פין אונזערע אינגעלייט און בחורים.
איך ווייס שוין פון כמה קעיסעס פין אינגעלייט און בחורים נאך דעם וואס זיי האבען אנגעהויבען פארען בייקס, ואין פניהם כתמול שלשום, זיי זענען נישט די זעלבע.
פארענדיג אויף נאוסטראנד און צוזעהן די גוי'עשע אויסגעלאסענקייט אין די דלת אמות, שומר נפשו ירחק מזה.
ווער רעדט נאך אויב מען גייט אין פארק, ווי די אומות העולם לייגען זיך אויס אויף די האנטיכער, כמעט אין גאנצן אהן א לבוש, אין צו דעם אלעם ווערט מען נענטער דורך די פארשאלטענע שייגעץ בייקס.
צום אלעם זעהט מען ווי די אלע בייק פארערס וועלען חוזק מאכען פין אידישע מנהגים.
ניין, יאך וועל מיט קיין בייק נישט פארן, און זיך האלטן ערליך ביי די מסורה פון רבי זלעבראכה.
האסט פארגעסן די דריי פינטלעך ביים סוף, דער עולם נעמט דיך צו ערנסט...
איך האב שוין עטליכע מאל געקלערט צו ניצן א בייק צו פארן צום ארבעט אבער ביזדערווייל האלט עס נאך אינעם פלאנען פאזע, מיר האפן נאך איין טאג צו טוהן למעשה
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 8:00 pm
דורך געפילטע פיש
ווער וויל דא געבן א שיעור אין הלכות סארקאזם? די עולם זעט אויס האט נישט באקומען די סארקאזם דיטעקטערס וואס מ'האט געטיילט ווען מ'האט געטיילט שכל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:41 pm
דורך חאצקל
איך האב מיר דערמאנט נאך א אידישקיייט פראבלעם וואס דער בייק פארמאגט, און דאס איז אז דער זיץ פונעם בייק דרוקט אויף די...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:55 pm
דורך דבילה
חאצקל האט געשריבן:איך האב מיר דערמאנט נאך א אידישקיייט פראבלעם וואס דער בייק פארמאגט, און דאס איז אז דער זיץ פונעם בייק דרוקט אויף די...
וואס זאגסטו, דער זיץ פונ'ם בייק דריקט אויף די דריי פינטלעך?!? דיינע הויזן האבן אפשר דריי פינטלעך פון אונטן? אשפג