בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 9:03 pm
דורך [NAMELESS]
מ'קען שוין פארמעקן דעם אשכול
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 11:32 pm
דורך ווייל אזוי
בן אדם האט געשריבן:מ'קען שוין פארמעקן דעם אשכול (חוץ אויב עטץ ווילטס סעיווען ענקער לייקס).
פאר דערווייל.
מארגן גייט קומען נאך א בחור'ל און אויפמאכן נאך א טעלעגראם טשענעל, ס'עפענען זיך טשענעל'ס ווי שוועמלעך נאך א רעגן, ווארט אויף בין הזמנים וועט זיך אויפמאכן טשענעל'ס ווי שוועמלעך נאך א "מבול" און פארשטייט זיך אז יעדער וויל זיין בעסער פון די צווייטע וועט ער געוויס גנב'ענען פון "קאווע שטיבל" און אויב מ'געט קרעדיט פארלירט עס די חשובות פון די ארטיקל .
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:12 am
דורך כוכב
טריביון האט די וואך א בילד פון זשואיש מידיע...
Re: מפרסמים עושי רשעה
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:15 am
דורך סאשי פיש
הגונב מן הגנב פטור...
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:25 am
דורך שלום על ישראל
א שנעלע איבערבליק איבער די צוויי-און-א-האלב טויזענט תגובות דיינע האט באוויזן הונדערטער שטיקלעך וואס דו האסט זיכער נישט אליינס באשאפן, נאר געשלעפט פון וואטסעפפ וכדומה. פרעגט זיך די פראגע (צום וויפילטע מאל), וואס איז מיט די דאפעלטע סטאנדארד?
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:59 am
דורך ווייל אזוי
[tag]שלום על ישראל[/tag] איך זעה אז דו כאפסט טאקע נישט איז לאמיר דיר אביסל מסביר זיין.
ווען איינער שרייבט עפעס אויף וואטס עפפ שרייבט ער עס על דעתא דהכא אז ס'גייט ארומפארן (אפילו ער שרייבט צו "Dont forward") און רוב מאל ליגט אפילו נישט צופיל ארבעט אין דעם.
ווען איינער שרייבט אין א צייטונג, איינמאל ס'איז שוין ארויס האט ער שוין געמאכט זיין געלט, אוודאי קען ער באשטיין צו האבן קרעדיט אבער מהיכי תיתא.
אבער ווען איינער נעמט זיך די מוה און שרייבט א ארטיקל צו וואס אויף "קאווע שטיבל" וויל ער אז ס'זאל זיין אויף קאווע שטיבל און נישט אויף טעלעגראם.
און אויב מ'גנבט שוין יא א ארטיקל פון קאווע שטיבל איז נישט מער ווי יושר צו שרייבן פון ווי ס'קומט.
און אויב מיינסטו אז פון גיין אראפרייסן ניק'ס וועסטו ערגעץ אנקומען בין איך דיר מודיע אז נישט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:18 am
דורך שלום על ישראל
[tag]ווייל אזוי[/tag], פאר דו הייבסט אהן אויפקלערן די וואס כאפן נישט, פארשטיי אליינס וואס מ'רעדט דא.
יעדער פארשטייט אז פאר א ארטיקל וואס איינער שרייבט מעצמו פון דאסניי, דארף מען גיבן דאס פארדינטע קרעדיט. מ'האט דאס שוין איבערגעקייט און זיך פארשטענדיגט. (דיין הנחה אז א שרייבער פאר א צייטונג מעג מען עפעס מער ארומשיקן אהן קרעדיט, איז דוקא לאו, און איז שוין אויך אויסגעשמועסט געווארן די לעצטע טעג.)
יעצט האט מען מער-ווייניגער גערעדט פון בילדער א.ד.ג. הרב [tag]סאשי פיש[/tag] האט
געשריבן "הגונב מן הגנב פטור" אויף די
תגובה פון "טריביון האט די וואך א בילד פון
זשואיש מידיע".
טו מיר נאר די איין טובה, רעד נישט צו מיר וועגן אראפרייסן קיין ניקס, ווען די חברה האבן זיך ארויפגעזעצט רייסן מין ניק, ווען רוב האבן ניטאמאל געהאט די פשוט'ע פאקטן, און קיינמאל נישט געזעהן די טשענעלס. פראביר צו לייענען אביסל
די אשכול וואס בעט טאקע אט דאס.
Re: מפרסמים עושי רשעה
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:35 pm
דורך סאשי פיש
עס טוט זיך יעצט א גאנצע מערכה אויף טוויטער איבער די גרויסארטיגע גניבות וואס גייט פאר
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:38 pm
דורך געוואלדיג
לינק ביטע
Re: מפרסמים עושי רשעה
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 10:57 am
דורך א איד
געוואלדיג האט געשריבן:לינק ביטע
גם אני מצטרף
Re: מפרסמים עושי רשעה
נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=104 ... 0&scat=117מ'האט געטראפען אן עצה פאר פלאגיאריזם
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:05 pm
דורך סאשי פיש
[tag]קאפיטאן[/tag] מיר ווארטען איר זאלט נעמען א שטעלונג
נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:16 pm
דורך סאשי פיש
[tag]העניך[/tag] דא קען מען באריכטען פאר טעלאגראם [tag]שלום על ישראל[/tag] פאר זיינע נאכנאנדע גניבות
שיקט אן אימעיל צו:
abuse@telegram.orgפאר מער אינפא ליינט דא
https://telegram.org/faq#q-a-bot-or-cha ... at-do-i-do