בלאט 2 פון 10

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 10:55 am
דורך געוואלדיג
[tag]זבולון[/tag], בכבוד גדול יעדער איז מכובד, דא איז נישטא קיין נייע אדער אלטע דא זענען אלע אייניג, א דאנק.

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 10:56 am
דורך געוואלדיג
אונזער ידיד פון ארגענטינא [tag]berlbalaguleh[/tag] וועט אונז מהנה זיין מיט א ארטיקל.

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 11:01 am
דורך געוואלדיג
[tag]סאו וואט[/tag] וועט זיך אויך משתתף זיין מיט א ארטיקל, א דאנק

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 11:03 am
דורך געוואלדיג
פון אונזערע טיפסטע דענקער [tag]פלאוויוס[/tag] וועט אויך ביישטייערן אן ארטיקל, א דאנק

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 11:04 am
דורך געוואלדיג
איינע פון אונזערע נייע שטערנס ר' [tag]העניך[/tag], וועט באשטייערן אן ארטיקל, א דאנק

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 11:08 am
דורך געוואלדיג
עפעס [tag]א איד[/tag] גייט אויך ביישטייערן א ארטיקל, א דאנק.

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 11:50 am
דורך יואב
כ'האף זיך משתתף צו זיין מיט א שיינעם ארטיקל.

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 12:10 pm
דורך קל וחומר
ס'נאך געבליבן וואס צו שרייבן?

אויב יא, וועלעך פרובירן צו טרייען.

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 12:13 pm
דורך mevakesh
איך וויל שרייבען איך האף איך וועל עספיען

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 12:13 pm
דורך געוואלדיג
כשנמך כן הוא, מאך עפעס א [tag]קל וחומר[/tag] און שרייב אן ארטיקל אז פון א חומר זאל ווערן קל.

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 12:14 pm
דורך געוואלדיג
אז דו ביסט [tag]mevakesh[/tag] וועסטו מצליח זיין..

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 9:06 pm
דורך כוכב
ב"ה מ'מאכט אסאך פראגרעס, א ישר כח פאר אחד מותיקי החברים, (כווייס נישט צי ער וויל מזאל זאגן זיין נאמען) פאר'ן אריינשיקן א מאה'לע צו די קאסע (בניגון הידוע, שטיצט דעם רבינס קאסע פה סח, דער רבי האט צוגעזאגט ערעט נישט שולדיג בלייבן, געטס געלט פאר פה סח און פועלטס אויס אלעס גוטס).
דער ערשטער ארטיקל אריינגעשיקט איז שוין הערליך גראפירט און אויסגעשטעלט גרייט צום דרוק.
חברה, מ'מוז זיך געבן א שאקל, איך בעט זייער פון אלע ניקים וואס האבן זיך אונטערגענומען ארטיקלען זיך צו מזרז זיין, איך וויל מיך נישט טרעפן די לעצטע טאג מיט א בארג ארבעט און נישט קענען נאכקומען, סוועט נאר ברענגען עגמת נפש, איך זוך א נחשון, יעדן טאג וועט מען פרובירן צו מאכן גרייט כאטש איין ארטיקל אזוי וועלן זאכן זיך נעמען פארן.
איך וויל נאמינירן איינעם פאר א טשאלענזש, ווער קען זיך אונטערנעמען אריינצושיקן זיין ארטיקל אויף מארגן?
#חסידישע_איד_לעצטע_מינוט_סינדראם

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 11:47 am
דורך כוכב
מזל טוב מזל טוב, דער נאמינירטער פון היינטיגן טאג איז אונזער נייער חבר [tag]שלום שטיסל[/tag] (חופק"ק מאה שערים) וועלכער האט אריינגעשיקט א צוקער זיסער ארטיקל ממש זיך צו באלעקן די פינגער און די וואנצעס, (דיסקלעימער: נישט אפיליאירט מיט די [tag]רויטע וואנצעס[/tag] וואס איז א רעגיסטרירטע טרעידמארק פאר רויטע וואנצעס ענד קא.).
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס איז געשריבן געווארן דורך נישט קיין אנדערער ווי ר' שלום גופא פון ירושלים, און מיט דעם ווערט ער באקרוינט מיט'ן "נחשון" מעדאל פאר'ן היינטיגן טאג.
גיטס אלע א הילכיגן האנט פאר ידידינו ר' שלום (שטייצעך אין א פארעם פון א לייק פאר מיין קעשענע).
#נו_נו_רשעים_ארורים_מאמע_דאס_בין_איך_שלום_קוש_אין_ט***ס

הייסע ווארע

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 12:44 pm
דורך געוואלדיג
רבותי [tag]איש עברי[/tag] הצילני, א דאנק.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 1:40 pm
דורך גאנצל
אע"פ שאיני כתבן וועל איך פראבירן צו מאכן א פאזיע פון אונזער בקשה צו ליבן דיך ד'

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 6:22 pm
דורך כוכב
מיר נעמען אן אנאנסן און אדווערטייזמענטס, ווילט איר אז אייער ביזנעס זאל געזען ווערן במשך יום טוב דורך טויזנטער , פארבינד אייך מיט די רעדאקציע. איר האט יעצט א געלעגנהייט צו טארגעטן א ריזיגן קליענטל וואס לאו דוקא אז איר קענט אנקומען צו זיי דורך איד, בלאט, וויקלי לינק, אדער אונטער'ן פלעי.
צוגענגליכע פרייזן און צופרידנהייט גאראנטירט. ווערט א פה-סח II ספאנסאר היינט!
(פאריאר האבן מיר געהאט עטליכע אנאנסן).

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 6:34 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
ברענגט אראפ די קוואלעטי, אמאל געזעהן א ספר מיט א עדד?

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 8:25 pm
דורך כוכב
שאקינג נייעס גראד פון 770: דער אלעמען באקאנטער וועלט בארימטער שרייבער, דענקער, חסידישיסט, היסטאריקער, פאעטיקער, מרן שר התורה והיראה והחכמה [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט אריינגעשיקט זיין צווייטע ארטיקל, אזאנס און אזעלכעס, אז ממש איך שפרינג פון די הויט. יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד.
חברה, איך דארף א "נחשון" פאר מארגן, שאדט נישט אפילו צוויי, ווער נעמט זיך אונטער אריינצושיקן זיין ארטיקל ביז מארגן מיטאג?

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:08 am
דורך געוואלדיג
שמעו נא רבותי כתבנים מומחים, כבר היה לעולמים וואס א כותב איז נישט געווען צופרידן פונעם תוצאה פון זיין ארטיקל גראפיק, און איינע פון די סיבות איז געווען ווייל מען האט דערהאלטן זיין ארטיקל אין די לעצטע מינוט, אונז ווילן צושטעלן א תורה מפוארה בכלי מפואר, אבער עס איז אין ענקערע הענט, ווי פריער מען שיקט אריין די ארטיקל אלס איז דא מער צייט זיך צו אפגעבן מיט דעם, מי לה' אלי צו אריין שיקן זיין ארטיקל היינט!!

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:42 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
מיר וועלען נישט נעמען קיין פרעשור, מיר זענען חסידישע אידן אין אויפגעהאדערוועט אז מווארט ביזן לעצטע טאג בין השמשות.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:52 am
דורך געוואלדיג
שמעתי מאחורי הפרגוד [tag]בת קול[/tag] אומר גם אני נמנה לדבר מצוה, כה לחי.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:01 pm
דורך ירח בן יומו
געוואלדיג האט געשריבן:שמעתי מאחורי הפרגוד [tag]בת קול[/tag] אומר גם אני נמנה לדבר מצוה, כה לחי.

מאחורי ?

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:02 pm
דורך געוואלדיג
אישי קען נישט ווערן אנגערופן מאחורי?