בלאט 2 פון 5

ברוך דיין האמת

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:14 pm
דורך יאסל ראקאווער
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שעשני בלתי מתוקן

Thanks but no thanks

סארא תורות לאקשן דער סעוועדזש קויפט אפ

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:00 am
דורך געפילטע פיש
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:איך בין מקנא דעם יונגערמאן פאר זיין זכיה מקדש צי זיין שם שמים ברבים לאלפים ורבבות.

מיט זיין תמימות אין פשטות איז דער הענרי אנגעקימן גאנץ ווייט...!

מ'קען נישט מקדש זיין שם שמים מיט שקרים. חותמו של הקב"ה אמת.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:10 am
דורך נהורא נפישא
געפילטע פיש האט געשריבן:
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:איך בין מקנא דעם יונגערמאן פאר זיין זכיה מקדש צי זיין שם שמים ברבים לאלפים ורבבות.

מיט זיין תמימות אין פשטות איז דער הענרי אנגעקימן גאנץ ווייט...!

מ'קען נישט מקדש זיין שם שמים מיט שקרים. חותמו של הקב"ה אמת.

וואס איז דער אמת ?

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:14 am
דורך געפילטע פיש
אז די סיבה פארוואס מ'מאכט א ברכה שלא עשני אשה איז נישט וועגן זיי זענען מער "קאררעקטעד" אדער עפעס, נאר ווייל בעיני אנשי כנסת הגדולה וחז"ל זענען זיי פחות דרגא פונעם מאן, אזויווי שלא עשני גוי און עבד, און פארדעם מאכט דער מאן א ברכה.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:20 am
דורך נהורא נפישא
איך גלויב נישט אז די אנשי כנסת הגדולה האבן דאס מחבר געווען, מסתמא איז דאס מזמן האמוראים, כאטש ס'איז געוויס אמת אז חז"ל נישט אנדרעש פון אלע קולטורן האבן באטראכט פרויען אלס א שוואכערע מין. בכל אופן היינט זאגט מען עס ווייל ס'שטייט אין סידור, נישט פאר קיין אנדערע סיבה. הגם ס'איז אוודאי אמת אז די וועג וויאזוי מ' באטראכט פרויען ברויך א תיקון.

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:35 am
דורך ירא שמים
א תיקון מיינסטו די וועג וואו אזוי די פעמיניסטן באטראכטן פרויען האב איך רעכט?

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:37 am
דורך הקטן
ער זאגט אז דער מאן האט דער מעלה אז ער קען טון מער מוצות אין ברענגען א נחת רוח פארן אייבישטער - ער זאגט אבער אז דאס איז נישט ווייל די פרוי איז א נידריגער באשעפעניש, וומכבדה יותר מגופו, נאר זו דארף נישט האבן די תיקון

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:58 am
דורך ירא שמים
בילד
פון אבודרהם.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 2:07 am
דורך געפילטע פיש
שיינע פשטים קען איך נאך אזוי גוט ווי דיר. כ'רעד פון פשוט פשט, וואס די מטבע שטבעו חכמים האבן געמיינט מיט דעם ברכה.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 4:32 am
דורך זבולון
[tag]געפילטע פיש[/tag] איז - לדעתי - הונדערט פראצענט גערעכט, (און ווי איך האב שוין מרמז געווען אין מיין צווייטע תגובה), אז דאס איז ווייט פון פשוט פשט. (האב איך אויך געפרעגט - נטילת ידיים איז צוליב היגיינע?).

יעדער בר-דעת פארשטייט אז עס איז דא אסאך אפאלאגאטישע ארבעט, און אסאך גדולים פון די לעצטע דורות זענען געווען פארנומען דערמיט, יעדער כדרכו. עס איז דא א ריזיגע ליסט פון טעמי המצוות וואס זענען באשאפן געווארן לעצטנס, כדי צו ווערן אדזשאסטעד צו די היינטיגע וועסטערן וועליוס.

מיין שאלה איז נאר, ווער זאגט אז עס איז שלעכט? ווי קומט דא אריין אמת? מ׳מוז עפעס האבן די זעלבע כוונה פון חז״ל אין די מצוות. (אפילו חז״ל אליינס האבן - לכאורה - אדזשאסטעד די באדייט פון געוויסע מצוות לפי זמנם).

איך מיין אז די נושא איז א דעבאטע פאר זיך, און אפשר איז שוין געווען אמאל אן אשכול איבער דעם ענין. אויב איינער ווייסט, ביטע פארצייכענען.

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 9:08 am
דורך דעת תורה
דער אבודרהם האט געדארפט אדזשאסטן צו וועסטערן וועליו'ס?

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 9:21 am
דורך קאווע טרינקער
אבודרהם העלפט נישט קיין סאך דעם הענערי, ווייל ער זאגט אז שעשני כרצונו איז "מצדיק הדין על הרע..."
איך תוך איז דער מושג אז פרויען זענען מער מתוקן (בפנימיות, און וויאזוי ס'זעהט אויס טאקע בחיצוניות) א לעגעטימע קבלה'דיגע זאך. אבער דאס האט נישט מיט די ברכה צו טון, והראיה מברכת שלא עשני גוי, ועבד

ס'נישט קיין עולה צו adjustען אלטע טעקט צום היינטיגע ווירדען. איז דען דא א חיוב צו מאכן דעם ברכה?

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 9:49 am
דורך זבולון
דעת תורה האט געשריבן:דער אבודרהם האט געדארפט אדזשאסטן צו וועסטערן וועליו'ס?

וועגן דעם אבודרהם ווייס איך נישט פאר זיכער, אבער וועגן דעם [tag]דעת תורה[/tag], ווייס איך יא, און איך האב עס דא געזעהן.

א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 10:07 am
דורך ירא שמים
געפילטע פיש האט געשריבן:שיינע פשטים קען איך נאך אזוי גוט ווי דיר. כ'רעד פון פשוט פשט, וואס די מטבע שטבעו חכמים האבן געמיינט מיט דעם ברכה.

פארוואס האסטו אפגעמאכט וואס איז פשוט פשט? לדעתי איז שטארק מסתבר די פשט ווייל אז סאיז דא א יתרון פונ׳ם מאן איבער א פרוי זאל זיין א סיבה מיט וואס א מאן איז מער.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 10:18 am
דורך נהורא נפישא
איך ווייס נישט וואס די טענות אויף הענרי איז דא, ער טוט דאס וואס אלע חכמי הדורות האבן געטאן. צו פארשן עפעס פון אן היסטארישן שטאנדפונקט איז זייער אינטערסאנט, גראדע דא איז בכלל נישט מאדנע חז"ל'ס בליק איבער פרויען, היסטאריש גערעדט, אין אלע קולטורן האט מען זיי אזוי באהאנדלט, די עצם געדאנק אז פרויען זענען מער ווייניגער פטור פון מצוות איז אויך פאר דעם ווייל פרויען זענען נישט קיין חלק פון גאטעס דינסטע, זיי זענען נאר מחוייב פשוטע ציווילע געזעצן.
לגבי פסח איז אינטערסאנט דאס אז פרויען זענען נישט מיסב, נאר נשים חשובות. דאס איז אויך געווען די פירונג אין די רומישע קולטור, אז פרויען האבן זיך נישט אנגעלענט, נאר די חשובע פרויען.
דאס אז מיר מאכן די ברכה, ווייזט נישט גארנישט, ווייל רוב עולם זאגט דאס ווייל ס'שטייט אין סידור. הגם איך וועל מודה זיין אז אויב מ'איז זיך יא מתבוננן, ווייס איך נישט וויפיל וועלן זיין אפענסיוו.
אלזא ווען איינער דארף פארענטפערן די ברכה, שטייט ער זייער גוט, ס'איז נאר פארהאן א פראבלעם צו טוישן אן אלטע ברכה, ביי די מאדערן ארטאדאקס שאפט די ברכה א היבשער פראבלעם.

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:28 am
דורך ירא שמים
געפילטע פיש האט געשריבן:אז די סיבה פארוואס מ'מאכט א ברכה שלא עשני אשה איז נישט וועגן זיי זענען מער "קאררעקטעד" אדער עפעס, נאר ווייל בעיני אנשי כנסת הגדולה וחז"ל זענען זיי פחות דרגא פונעם מאן, אזויווי שלא עשני גוי און עבד, און פארדעם מאכט דער מאן א ברכה.

נו, אפשר טאקע? האסט אמאל געטראכט פון דעם?

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:55 am
דורך ירא שמים
נהורא נפישא האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די טענות אויף הענרי איז דא, ער טוט דאס וואס אלע חכמי הדורות האבן געטאן. צו פארשן עפעס פון אן היסטארישן שטאנדפונקט איז זייער אינטערסאנט, גראדע דא איז בכלל נישט מאדנע חז"ל'ס בליק איבער פרויען, היסטאריש גערעדט, אין אלע קולטורן האט מען זיי אזוי באהאנדלט, די עצם געדאנק אז פרויען זענען מער ווייניגער פטור פון מצוות איז אויך פאר דעם ווייל פרויען זענען נישט קיין חלק פון גאטעס דינסטע, זיי זענען נאר מחוייב פשוטע ציווילע געזעצן.
שקר, די גמרא אין קידושין לערנט עס ארויס פון פסוקים
לגבי פסח איז אינטערסאנט דאס אז פרויען זענען נישט מיסב, נאר נשים חשובות. דאס איז אויך געווען די פירונג אין די רומישע קולטור, אז פרויען האבן זיך נישט אנגעלענט, נאר די חשובע פרויען.
דאס אז מיר מאכן די ברכה, ווייזט נישט גארנישט, ווייל רוב עולם זאגט דאס ווייל ס'שטייט אין סידור. הגם איך וועל מודה זיין אז אויב מ'איז זיך יא מתבוננן, ווייס איך נישט וויפיל וועלן זיין אפענסיוו.
אלזא ווען איינער דארף פארענטפערן די ברכה, שטייט ער זייער גוט, ס'איז נאר פארהאן א פראבלעם צו טוישן אן אלטע ברכה, ביי די מאדערן ארטאדאקס שאפט די ברכה א היבשער פראבלעם.

ב״ה איך דארף נישט פארענטפערן די ברכה און איך שטיי זייער גוט.

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:34 pm
דורך דעת תורה
דוקא ביי פסח איז דא דער ראבי"ה אז כהיום זענען שוין אלע פרויען בגדר חשובות, וואס איז גאר א שטארקע מקור צו פעמיניזם בהלכה. לויט דעם ראבי"ה קען מען זייער גרינג הערן אז היינט איז שוין יא א כבוד הציבור צו הערן א פרוי ליינען די מגילה / עולה זיין לתורה וכן הלאה על זה הדרך.

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:59 pm
דורך ירא שמים
זיי זענען בגדר חשובות וואס אנבאלאנגט הסיבה וואס האט צוטוען מיטן מנהג, און אז היינט איז נישטא קיין חילוק צווישן חשובות און נישט חשובות בנוגע הסיבה זענען זיי אזוי וואו חשובות אז זיי זענען מחויב בהסיבה, אגב נשים חשובות זענען אויך נישט עולה לתורה אלס כבוד הצבור.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 1:24 pm
דורך נהורא נפישא
מדינא דגמרא דארפן נשים זיך נישט מיסב זיין, נאר נשים חשובות. אויף דעם ברענגט מען פון מרדכי אז אלע אונזערע נשים זענען בגדר חשובות נאר פונדעסטוועגן פארלאזט מען זיך אויפן ראבי"ה וואס האלט אז היינט וואס איז נישט די סדר מער זיך מיסב צו זיין, האט נישט דאס מיסב זיין א משמעות, דערפאר לגבי נשים פארלאזט מען זיך אויף דעם.
האב איך געהערט א שיינע הסבר, אז די סיבה איז א פשוטע ממה נפשך, אויב קוקסטע די נארמע פון זמן התלמוד, וואס איז געווען די סדר מיסב צו זיין, דאן זענען נשים פטור ווייל זיי זענען נישט בגדר חשובות. ווילסטו קוקען לויט די היינטיגע נארמע וואס מ'באטראכט שוין יא נשים אלס חשובות, האט אבער די הסיבה נישט קיין משמעות פון חירות היינט צו טאג.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 1:35 pm
דורך גאלד
איך האב אלס אזוי געוויסט דער פשט פאר א פשטות, ס'מיר נישט בייגעפאלן עפעס אנדערש,

שלא עשני אשה - אז מחויב במצוות עשה שהזמן גרמא,
שלא עשני עבד - איז די זעלבע, א עבד איז מחויב במצוות ווי א אשה,
שעשני כרצונו - אז מ'איז דער סארט בריאות האדם כפי רצונו, מיט מער שלימות,


דאס איז נישט קיין חסידישע פשטלעך, דאס פשט אין נושאי כלים אין שו"ע ע"פ הראשונים

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 1:58 pm
דורך ליפא
גאלד האט געשריבן:איך האב אלס אזוי געוויסט דער פשט פאר א פשטות, ס'מיר נישט בייגעפאלן עפעס אנדערש,

שלא עשני אשה - אז מחויב במצוות עשה שהזמן גרמא,

פארוואס אבער? פארוואס מענער יא מחויב און זיי נישט

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 2:08 pm
דורך הקטן
ווייל אזוי האט גאט געזאגט פאר משה!
פאוואס מענער יא און מלאכים נישט? ווייל אזוי האט גאט געזאגט!

בענעפיטס וואס איינער האט נאט נישט מיט חשיבות צי טון.
דו מאן מאכט א ברכה אויף דעם עקסטער בענעפיט וואס ער האט


און קבלה ווערט געברענגט אז פויען דארפען נישט דעם תיקון וואס דער מאן דארף