בלאט 2 פון 5

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:15 pm
דורך ווייל אזוי
שמעקעדיג האט געשריבן:אויפן פארלאנג פון כמה ניקס, נעם איך ארויס דעם אשכול פון מאחורי.


איך האב שוין געמיינט אז איך בין געווארן געאפגרעידעט צו קענען מיטהאלטן מאחורי :cry:

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:20 pm
דורך געוואלדיג
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:21 pm
דורך זבולון
[tag]הוגה[/tag], ניין איך רעד נישט פון קיין ספעציפישע קעיס, אבער איך זעה אז דו האסט טאקע געשריבן ״כמעט נישט״. הייסט עס אז דו גיבסט אויך פלאץ פאר פעלער ווי עס איז געווען א גוטע געשמאקע מערידזש לייף, און נאך אלס האט דער פרומער בן-זוג / בת-זוג מחליט געווען צו אויפלייזן זיין חיי הנישואים און עס אוועק געבן צוליב זיינע רעליגיעזע פרינציפן. שטייען מיר לכאורה אויף איין פעידזש, ווייל איך בין אויך מסכים אז רוב פון די פעלער זענען נישט אזוי.

בדרך-אגב, ביי די קעיס וואס דו האסט דערמאנט, האסטו אריינגעווארפן ״איהר טאטע״, און דאס איז - לדעתי - אויך א שטארקער גורם, ווען די משפחה מישט זיך אריין.

[tag]mevakesh[/tag], איך בין דא קיינעם געקומען בארעכטיגן, איך ברענג נאר ארויס א פוינט, אז עס דא וואס וועלן/ האבן זיך מוסר נפש געווען פאר רעליגיע. (און זיי קענען זאגן אז עס שאדט פאר זייער רעליגיע, אדער פאר די קינדער).

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:23 pm
דורך שלום על ישראל
געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.

איך הער דיך זייער קלאר, אבער דאס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס. אוודאי איז עס שווארץ און ווייס בינו לבין קונו, אבער פארן ווייב\מאן ווענדט זיך עס אין כמה ענינים שונים.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:31 pm
דורך געוואלדיג
כמובן, איך האב דאס ארויס געברענגט זייער שארף, כדי צו קלאר מאכן א נקודה, נישט צו זאגן כזה ראה וקבל.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:31 pm
דורך הוגה
[justify]
געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.


איין זאך איז זיכער אז אויב האלטן די מאן און/אדער ווייב אזויווי דיר וועלן זיי זיכער נישט קענען לעבן צוזאמען.

אויב אבער האבן זיי א קאפ אויף די פלייצעס און זיי פארשטייען אז מענטשן זענען אנדערש, וויגענס קענען לעבן מיט פלייש-פרעסער טראץ דעם וואס זיי האלטן עס צו זיין אוממאראליש, ווילאנג יענער צווינגט זיי נישט צו עסן פלייש. און פונקט ווי א פארשטענדיגער פרוי פון א קלויזנבורגער שטוב קען פארשטיין אז די מאן וועט עסן איבערגענעכטיגטע אייער טראץ דעם וואס איר רבי האט געזאגט אז עס איז סכנות נפשות. און פונקט ווי א בעלת שכל קען פארשטיין אז טראץ דעם וואס זי איז מקפיד נאר צו עסן פון די התאחדות הכשר קען זי לעבן מיט א מאן וואס עסט OU, ווילאנג ער מאכט איר נישט עסן דערפון. די זעלבע איז מיט שבת. פארוואס דארף זיין פריוואטע גלויבונג און עבודת השם האבן אן אפעקט אויף די שלום בית אויב האנדלט מען פון צוויי גוטע און איידעלע בני אדם?


.[/justify]

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:37 pm
דורך הוגה
[justify]
זבולון האט געשריבן:[tag]הוגה[/tag], ניין איך רעד נישט פון קיין ספעציפישע קעיס, אבער איך זעה אז דו האסט טאקע געשריבן ״כמעט נישט״. הייסט עס אז דו גיבסט אויך פלאץ פאר פעלער ווי עס איז געווען א גוטע געשמאקע מערידזש לייף, און נאך אלס האט דער פרומער בן-זוג / בת-זוג מחליט געווען צו אויפלייזן זיין חיי הנישואים און עס אוועק געבן צוליב זיינע רעליגיעזע פרינציפן. שטייען מיר לכאורה אויף איין פעידזש, ווייל איך בין אויך מסכים אז רוב פון די פעלער זענען נישט אזוי.


איך האב בעיקר געשריבן "כמעט" נאר ווייל לא ראינו אינו ראיה, אבער בעצם האלט איך אז עס איז אלעמאל אזוי. די צווייטע כוונה מיט "כמעט" איז ווייל איך האלט אז די חינוך און אויפברעגונג האט א השפעה אבער נאר אביסל, אוב איז אנגעהאנגן אין מידות און אין די קשר/רעספעקט.


.[/justify]

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:50 pm
דורך mevakesh
@הוגה איך בין באופן כללי מסכים מיט דיין מהלך נאר איין הוספה
חינוך איז א זאך וואס דארט ווערט אסאך פארהאנקערט ווייל אפילו דער אנדערע פארשטייט אז מען איז נישט אחראי אויף יענעםס רעליגיע איז דאס אבער נישט שייך ווען עס קומט צו די קינדער און דעמאלט פארלאנגט זיך צו קאמפראמיסן און מאכן א געהעריגע פלאן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:57 pm
דורך הוגה
[justify]איך רעד נישט ווען עס האנדלט זיך פון חינוך הבנים און שמעקעדיג האט אויך געפרעגט ווען עס איז נוגע נאר אים אליין. פארשטייט זיך אז מ'נוצט כסדר די קינדער אלץ א תירוץ, מ'זארגט זיך פאר די קינדער.

אפילו וואו עס איז יא נוגע די קינדער, דארף מעןמען זיך היטן צו זיין קליג און נישט גערעכט. אסאך מאל קענסטו זיין גערעכט אז דו ווילסט א מער חסידישע חינוך פאר דיינע קינדער. אבער א קלוגער פארשטייט אז ס'נישט דא א בעסערע מיטל פאר א גוטע חינוך ווי א גוטע שלום בית.


.[/justify]

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:58 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
@הוגה מתוק בדבש

סאיז אייביג דא וואס צו צולייגן אי"ה ווען די צייט ערלויבט

אויוועראל מעסיוו ...

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:00 pm
דורך ווייל אזוי
זייער גוט אראפגעלייגט.
איך האב זייער הנאה געהאט פון די ווארט "אויב האט זי מער ליב די טאטע ווי די מאן".

איל איך וויל אבער צולייגן

הוגה האט געשריבן:
עס טרעפט זיך כמעט נישט אז עס זאל זיין ערנסטע שלום בית פראבלעמען אדער גיטין נאר צוליב די מאנ'ס אדער פרוי'ס נישט זיין גענוג פרום. עס איז אלעמאל דא אנדערע סיבות וואס זענען גורם די פראבלעמען און די פרומקייט לעוועל איז נאר א תירוץ. צומאל האט די ווייב פשוט נישט ליב די מאן. צומאל איז ער אן עגאואיסט אדער ער רעספעקטירט איר נישט. צומאל איז זי פארדארבן אין מידות.



אבער די פרומקייט קען צוברענגען א קאלטקייט אין די שלום בית וואס וויבאלד די אנדערע איז פרומער האט מען זיך נישט ליב / רספעקט מען זיך נישט איינער דעם אנדערען און מ'רעכנט זיך נישט מיט יענעם צו סיי וואסערע פראבלעם וואס הרג'ט די שלום בית אלץ א תוצאה פון זיין פרומער.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:45 pm
דורך יעקב מענטש
הוגה האט געשריבן:[justify]
געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.


איין זאך איז זיכער אז אויב האלטן די מאן און/אדער ווייב אזויווי דיר וועלן זיי זיכער נישט קענען לעבן צוזאמען.

אויב אבער האבן זיי א קאפ אויף די פלייצעס און זיי פארשטייען אז מענטשן זענען אנדערש, וויגענס קענען לעבן מיט פלייש-פרעסער טראץ דעם וואס זיי האלטן עס צו זיין אוממאראליש, ווילאנג יענער צווינגט זיי נישט צו עסן פלייש. און פונקט ווי א פארשטענדיגער פרוי פון א קלויזנבורגער שטוב קען פארשטיין אז די מאן וועט עסן איבערגענעכטיגטע אייער טראץ דעם וואס איר רבי האט געזאגט אז עס איז סכנות נפשות. און פונקט ווי א בעלת שכל קען פארשטיין אז טראץ דעם וואס זי איז מקפיד נאר צו עסן פון די התאחדות הכשר קען זי לעבן מיט א מאן וואס עסט OU, ווילאנג ער מאכט איר נישט עסן דערפון. די זעלבע איז מיט שבת. פארוואס דארף זיין פריוואטע גלויבונג און עבודת השם האבן אן אפעקט אויף די שלום בית אויב האנדלט מען פון צוויי גוטע און איידעלע בני אדם?


.[/justify]

ס'איז דא אסאך וואס צו קאמענטירן איבער דיין ארטיקל, איך גלייב אז איך וועל נישט אנקומען צו אלעם, וועל איך שרייבן אפאר קורצע נקודות.

1) דו שרייבסט זייער כלליותדיגע טערמינען און די זאכן קענען מיינען ביי יעדעם איינעם עפעס אנדערש.
לדוגמא: דו רופסט אן איינער וואס איז א 'שטילע' מחלל שבת, א 'קל' עפעס וואס איז זיין 'פריוואטע' עבדות ה', און ברויך נישט אפעקטירן די שלום בית פון 'איידעלע בני אדם'.

במח"כ, אויסער צוזאמהאלטן די שטוב פאר די טובה פון די קינדער (וואס איז אויך א גרויסע שאלה צו דאס וועט בלייבן צוזאמען), זעה איך נישט קיין שום סיבה שבעולם פארוואס א פרוי וואס איר שטרעבן אין לעבן איז געווען צו וואוינען מיט א מאן א ערליכע איד וואס נוצט נאר ער"פ מצות צום סדר, זאל בלייבן וואינען מיט איינעם וואס איז א מחלל שבת און א כופר בעיקר ?

2) א גרויס חלק פונעם פראבלעם איז, אז פרויען (און א גרויס טייל מענער) ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם וואס איז א הלכה, וואס איז ענין, און וואס איז א איינרעדעניש, די איינציגסטע וועג וויאזוי זייער מוח קאטעגאריזירט די זאכן איז לויט וויאזוי זייערע עלטערן האבן זיך געפיהרט אינדערהיים, קויפן א $150 דאלערדיגע אתרוג איז געווען זייער שטארק, און זמן תפילה איז געווען עקסטרע קרעדיט, זמן קרי"ש איז יא געווען הארב און מ'האט זיך נוהג געווען עס צו לייענען מיט די פי דזשעיס שבת אינדערפרי.

און זיי ווייסן אויך אז געוויסע זאכן פלעגן אירע פרענדס עלטערן נישט אזוי שטארק מקפיד זיין, ווייל ביי אירע פרענדס הויז פלעגן די בחורים אויך עסן לעידי פינגערס נישט נאר די נקבות, סאו זי 'קען פארשטיין' אויב איהר מאן גייט מקיל זיין אין אריינעסן א הגדה טשיז קעיק, הגם ס'שמעקט איהר נישט, אבער עטליעסט ווייסט זי אז איהר מאן איז א כשרע איד נאר בסך הכל נעמט ער לייף אביסל איזי.

נאכדעם קומט OU וואס דארט קען שוין צומאל ווערן א שטיקל פאנטשער ווייל נישט ביי אירע עלטערן און נישט ביי זיינע עלטערן איז דאס געווען עולה על שלחן מלכים, און קאוק ווערט אנגעקוקט אלץ א קילע זאך וואס איז מער ווייניגער רעזערווירט (דאהי אין אמעריקע) פאר דיפעדי דו אינגעלייטלעך, דאס שטערט איר שוין מער ווייל ס'איז לגמרי נישט וואס זי האט ערווארטעט און איז אינגאנצן אוט אף ליין מיט וואס זי האט געוואלט ארויסזעהן פון די 120 יאר וואס זי לעבט אויף דער וועלט, אבער דא איז דיין עדווייז מער גילטיג, אז ווילאנג די יסודות פון א מערידזש זענען אין טאקט, גייט עס אריבערגיין, ס'איז מעגליך אז איינע פון די 2 וועלן זיך עטוואס טוישן מיט די צייט, והכל על מקומו יבא בשלום.

אויב אבער דער מאן (אדער ווייב) וויל טוישן דינאמינאציע און זיך אנהייבן פיהרן (אפי' נאר אינערליך) ווי א מאדערן ארטאדאקסט צו אפען ארטאדאקס, צו א כופר, איז נישטא קיין וועג וויאזוי צו ערווארטן אז א ספאוס זאל מסכים זיין דערמיט, אדער טוישן זיך ביידע אדער קושט מען זיך גוד ביי.

3) א מערידזש איז נישט אינגאנצן דומה צו ביזנעס פארטנערס, דא רעדט מען נישט פון צוויי מענטשען וואס שטעלן זיך צוזאם צו מאכן געלט, דא רעדט מען פון צוויי 'לעבנס' שותפים, מענטשען וואס האבן א ריכטיגע 'אהבה' (מלשון הב) איינער פארן צווייטן. במילא איז דער שותפ'ס רוחניותדיגע מצב אסאך מער רעלעוואנט און שפילט א גרעסערע ראלע ווען מ'באשליסט אז איך קען שוין נישט וואוינען מיט יענעם, ווען זייערע רוחניותדיגע אינטערעסן טוישן זיך דראמאטיש, איז נישט שייך צו זאגן אקעי איך האב אים נאך אלץ ליעב, און איך בלייב ווייטער זיין/איר שותף, יא! קען זיין איך האב אים פערזענליך זייער ליעב, אבער אויב דיין לעבן האט ביי דיר א העכערע באדייט, און דו ציהלסט צו לעבן א געוויסע רוחניותדיגע סטאנדארט, און יענער איז היפך פון וואס דו ווילסט זעהן אין דיין לעבן, איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן ווייטערדיגע רייבערייען, ווייל די צוויי מענטשען שטימען מער נישט.

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:13 pm
דורך נולד מאוחר
הוגה, דיין מהלך איז גוט אויףן פאפיר, אונזער חינוך טוט זייער אראפקוקען אויף איינער וואס איז נישט פרום, מסתמא אסאך ערגער ווי דער וועדשעטערין קוקט אן די פלייש פרעסער. אויב א גוי שטארבט איז גאנץ גוט. ממילא איז זייער מסבתר אז איין spouse זאל נישט קענען עקסעפטן דעם צווייטען נישט קיין חילוק וואספארא גוטע מענטש דער גוי איז. אזויווי אנדער האבן געשריבען מרעט דא פון מערידש די goal איז אינערליכע קאנעקשן, נישט קיין טעקניקעל זאכן. דאס האט אסאך ציטאן מיט א מענטשס בליק אויף לעבן.
דו פראבירסט מחלק זיין incompatibility און ריליגיע, לענ"ד אויב מיין spouse גלייבט נישט און אזאך וואס איך האלט פאר דעם לעבט מען און פאר דעם שטארבט מען איז דאס incompatible.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:36 pm
דורך נולד מאוחר
יעקב מענטש האט געשריבן:3) א מערידזש איז נישט אינגאנצן דומה צו ביזנעס פארטנערס, דא רעדט מען נישט פון צוויי מענטשען וואס שטעלן זיך צוזאם צו מאכן געלט, דא רעדט מען פון צוויי 'לעבנס' שותפים, מענטשען וואס האבן א ריכטיגע 'אהבה' (מלשון הב) איינער פארן צווייטן. במילא איז דער שותפ'ס רוחניותדיגע מצב אסאך מער רעלעוואנט און שפילט א גרעסערע ראלע ווען מ'באשליסט אז איך קען שוין נישט וואוינען מיט יענעם, ווען זייערע רוחניותדיגע אינטערעסן טוישן זיך דראמאטיש, איז נישט שייך צו זאגן אקעי איך האב אים נאך אלץ ליעב, און איך בלייב ווייטער זיין/איר שותף, יא! קען זיין איך האב אים פערזענליך זייער ליעב, אבער אויב דיין לעבן האט ביי דיר א העכערע באדייט, און דו ציהלסט צו לעבן א געוויסע רוחניותדיגע סטאנדארט, און יענער איז היפך פון וואס דו ווילסט זעהן אין דיין לעבן, איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן ווייטערדיגע רייבערייען, ווייל די צוויי מענטשען שטימען מער נישט.

סגייט נאך א טריט ווייטער לכאורה , ליבשאפט איז נישט עפעס magical, מהאט ליעב א צווייטען צוליב זיין גאנצער ציזאמשטעל. דו רגע וואס איך ווער געוואר אז ער איז נישט דאס וואס איך האב געמיינט אויף זייער א גרויסע און וויכטיגע חלק, וויאזוי קען די ליבשאפט בלייבן?

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:39 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]הוגה[/tag] זייער גוט געזאגט. איך עגרי מיט יעדעס ווארט.

נאר איין זאך וואס איך פארשטיי נאכנישט איז ווי דו ביזט אזוי שנעל מסדר גיטין פאר איינער וואס פירט זיך נישט אינגאנצן אידיש. זאגסט דאך אליין אז ס'איז דא טיפערע סיבות, נו פארדעם איז דאך דא העלפ, אז מ'זאל זען וואס ליגט באהאלטן אינטער די הנהגות. צו ס'מיינט טאקע אידישקייט אדער אנדערע ווייענישען, און אידער וועי זאלן קודם ארבעטן אויף דעם.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.

זיי האבן זיך עפעס געטראפן אין קאלעדזש? די שדכן מיט די רבי האבן זיי דאך צאמגעפארט. וואסארא שותפות איז דאס?

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:50 pm
דורך שמעון וואלף
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב כמה פעמים געהאט ווען איך האב מקיל געווען פאר מיין ב"ב און זי האט חושש געווען צו איך ווייס טאקע וואס איך רעד אדער בין סתם א מקיל, האב איך בפניה כמה פעמים אנגערופן א רב פרעגן די שאלה און נאך וואס זי האט געזעהן אז דער רב זאגט ווי מיר האט זי זיך בארוהיגט משם ואילך.


די האסטיך געמוזט מיאוס פארפאטשקענען אז די ביסט אנגעקומען צו אזא מצב.
א פרוי אין אונזער היימישע געזעלשאפט האט ביי דיפאלט גאר גרויסע טראסט אין די מאן. די עיקר סיבה איז ווייל זי וויל אז ער זאל זיין גוט און ווען איינער וויל עפעס האט ער א נגיעה צו זעהן אז עס איז טאקע אזוי.
איך ווייס פון צוויי מעשיות ווי די מאן האט געגליטשט און די ווייב האט אים נישט געוואלט איבערלאזן אפילו ער איז געווען א מחלל שבת ביז ווען ער האט מחלל שבת געווען ווען די קינדער האבן געזעהן האט זי נישט געהאט קיין ברירה.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:56 pm
דורך שמעקעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן:א פרוי אין אונזער היימישע געזעלשאפט האט ביי דיפאלט גאר גרויסע טראסט אין די מאן.

סארי, ס'ערשטע מאל איך הער דאס!
איך האב אן א שיעור מעשיות לסתור, פונקט קאפויער! ביי דיפאלט טראסט מען נישט.
אמת'ע טראסט נעמט בדרך כלל יאאאאאארן אויפצובויען!

שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס פון צוויי מעשיות ווי די מאן האט געגליטשט און די ווייב האט אים נישט געוואלט איבערלאזן אפילו ער איז געווען א מחלל שבת ביז ווען ער האט מחלל שבת געווען ווען די קינדער האבן געזעהן האט זי נישט געהאט קיין ברירה.

און איך ווייס פון בערך 6,712 מעשיות (כמעט...) וואס פאר די מינדעסטע חשד האט די פרוי איבערגעלאזט דעם מאן און אים פאראומגליקליכט לעולם ועד.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:57 pm
דורך [NAMELESS]
ווען א פרוי טראסט נישט די מאן אין הלכה ענינים מיינט נאך נישט אז זי וויל עם איבערלאזן, זי קען עם נאך אלץ ליב האבן. און אמאל קען אויך זיין וואס ס'פאסט איר נישט אוועקצולויפן ביז ס'קומט צו א מצב וואס זי האט טאקע נישט קיין ברירה (ווי למשל אז די קינדער האבן געזען).

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:58 pm
דורך mevakesh
נולד מאוחר האט געשריבן:הוגה, דיין מהלך איז גוט אויףן פאפיר, אונזער חינוך טוט זייער אראפקוקען אויף איינער וואס איז נישט פרום, מסתמא אסאך ערגער ווי דער וועדשעטערין קוקט אן די פלייש פרעסער. אויב א גוי שטארבט איז גאנץ גוט. ממילא איז זייער מסבתר אז איין spouse זאל נישט קענען עקסעפטן דעם צווייטען נישט קיין חילוק וואספארא גוטע מענטש דער גוי איז. אזויווי אנדער האבן געשריבען מרעט דא פון מערידש די goal איז אינערליכע קאנעקשן, נישט קיין טעקניקעל זאכן. דאס האט אסאך ציטאן מיט א מענטשס בליק אויף לעבן.
דו פראבירסט מחלק זיין incompatibility און ריליגיע, לענ"ד אויב מיין spouse גלייבט נישט און אזאך וואס איך האלט פאר דעם לעבט מען און פאר דעם שטארבט מען איז דאס incompatible.

אוודאי איז דאס נישט אזוי פשוט און נאכדערצו אין אונזער געזעלשאפט און איך מיין @הוגה וועט אויך מודה זיין אז עס קומט נישט פון זיך אליין און מען דארף ארבעטען אויף דעם
אבער די נקודה איז אז דאס איז דער וועג וואס א געזונטע קאפל דארף ארבעטן און מען קען אנקומען צו דעם אפילו אין אונזער געזעלשאפט

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 4:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ליין הוגה'ס מאמר כאילו מ'רעדט אנטראפאלאגיא פון א פרעמד'ן שבט.

איינער וואס ס'שמעקט איהם קלויזענבורג טוט ער עס וועגען זיך. דער צווייטער גלייכט ישיבישע לעבען וועגען זיך. און פאר א ווייב דארף מען מוותר זיין פון זיך.
מוותר זיין אויף תומ"צ איז נישט זיך. ס'איז נישט די פערזענליכע באקוועמליכקייטען וואס ס'האנדעלט זיך, נאר חיי עולם.
דאס צו שטעלען א וועגאן אדער א סאטמארע חסיד צו סיי וואס פארא פערזענליך אויסגעקליבענע לעבענסשטייגער, געווידמעט צו בארואיגען די אייגענע לעבען, איז נישט אין פלאץ.

דאס יא. ווען איינער זוכט אין פרעמדע שטאלען, איז עס אפט ווייל דא איז איהם נישט באקוועם. און דער אומבאקוועמליכקייט גיסט זיך אפט איבער פון שלום בית פראבלעמען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 4:11 pm
דורך mevakesh
ווי שוין ארויסגעברענגט פריער איז זיין פארנומען מיט יענעםס יידישקייט לאו דוקא יידישקייט און עס איז בעיקרון אזוי ווי קלויזענבורג

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 4:19 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער וואס ס'שמעקט איהם קלויזענבורג טוט ער עס וועגען זיך. דער צווייטער גלייכט ישיבישע לעבען וועגען זיך. און פאר א ווייב דארף מען מוותר זיין פון זיך.
מוותר זיין אויף תומ"צ איז נישט זיך. ס'איז נישט די פערזענליכע באקוועמליכקייטען וואס ס'האנדעלט זיך, נאר חיי עולם.


אלס ליטוואק קענסטו אזוי רעדן, ביי חסידים איז עס בכלל נישט אזוי.
קלויזענבורג איז וועגן זיך? אפשר תומ"צ איז אויך וועגן זיך? וועגן שכר ועונש, וואטעווער.
קלויזענבורג איז נאר א פירוש אויף תומ"צ, עס איז געקניפט און געבינדן מיט אידישקייט, לכה"פ ביי רוב המון עם.