בלאט 2 פון 3
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:12 pm
דורך נעגעל וואסער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קען נישט זע'ען ווער ס'קויפט. און מ'קען נישט זע'ען ווער איך בין
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מ'קען זעהן פון וועלכע לאנד, מיין איך.
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון ליטא צו אונגארען!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 11:09 am
דורך יאסל ראקאווער
מיינד יו, פינעף און צוואנציג טאללער איז גאנץ ביליג פאר א קאלירטע פה-סח full size
קענסט אונז אפשר מיטיילן וויפיל שטיק ס'האט זיך שוין פארקויפט? די רענקינג איז גאנץ שטארק.
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 11:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פינף און פינף. ווען ס'וואלט געווען גרייט פריער, וואלטען פיהל מער זיך פארקויפט. זעסט דאך אז מאנכע האבען באצאלט פופצען פאר א שווארץ און ווייסע קאפי
ליהוי ידוע, אז די שווארץ און ווייסע האט א קאלירטען טארבעל.
איך דארף מאכען הונדרעט דאללאר רווח אז אמאזאן זאל מיר געבען דאס געלט. פון אנדערע זאכן וואס איך האב פארקויפט, שטיי איך יעצט ביי אונגעפער זיבעציג.
שיקט'ס ארום אין וואטסעפפ וכדו' אז מ'זאל עס כאטש קויפען אויף חוה"מ
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 6:59 pm
דורך Bpjew
.
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 7:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז אליינס געדרוקט, נישט אמאזאן
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 12:16 am
דורך לעיקוואד
סאיז אנגעקומען. נאר משום מה איז דער דעקל די דעקל פון תשע"ה. שוין, אל תסתכל בקנקן..
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 6:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
את חטאי אני מזכיר, איך האב געמאכט אין א בהלה און טועה געווען. דער שווארץ און ווייס ווערזיע פון פה-סח האט דער דעקעל פון די תשע"ה אויסגאבע. איך האב עס געטוישט יעצט און יעדער איינער וואס קויפט פון היינט און ווייטער וועט האבען די נייער. ווי אויך די קאלירטע, וואס האט פארקויפט אכט שטיק ביזדערווייל, איז אויך אינדערארדנונג. איך ווייס נישט וויאזוי, אבער אמאזאן האט געמאכט א סעיל, און די פרייז איז אראפ צו ניין דאללאר און צוויי און צוואנציג מיט א האלב דאללאר. כאפט'ס וואס שנעלער
דאאון צו דער וואס האט געקויפט דער פה סח פון פאראיאר. איך האב עס געקויפט און ס'איז אנגעקומען אויסגעמאגערט. זיי האבען נישט געדרוקט די לעצטע פערציג דפים פון די אויסגאבע. איך האב זיך מיט זיי פארבונדען און געפאדערט זיי זאלען עס אויפטוישען, אבער נאכקוקענדיג איז עס קלאר זייער גרייז נישט מיינס.
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 11:08 am
דורך קינד_אן_קייט
אויך באקומען, די קאלירטע ווערסיע, זייער שיין געבינדן אבער די דפים זענען אפגערוקט (דער מפתח הייבט זיך אן אויפ׳ן לינקן זייט, ס׳דארף זיך אנהייבן אויפ׳ן רעכטן זייט גראד אונטער׳ן דעקל).
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 11:31 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, אזוי דארף עס זיין. קוק אין יעדער ספר צו וואס
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 11:40 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:את חטאי אני מזכיר, איך האב געמאכט אין א בהלה און טועה געווען. דער שווארץ און ווייס ווערזיע פון פה-סח האט דער דעקעל פון די תשע"ה אויסגאבע. איך האב עס געטוישט יעצט און יעדער איינער וואס קויפט פון היינט און ווייטער וועט האבען די נייער. ווי אויך די קאלירטע, וואס האט פארקויפט אכט שטיק ביזדערווייל, איז אויך אינדערארדנונג. איך ווייס נישט וויאזוי, אבער אמאזאן האט געמאכט א סעיל, און די פרייז איז אראפ צו ניין דאללאר און צוויי און צוואנציג מיט א האלב דאללאר. כאפט'ס וואס שנעלער
דאאון צו דער וואס האט געקויפט דער פה סח פון פאראיאר. איך האב עס געקויפט און ס'איז אנגעקומען אויסגעמאגערט. זיי האבען נישט געדרוקט די לעצטע פערציג דפים פון די אויסגאבע. איך האב זיך מיט זיי פארבונדען און געפאדערט זיי זאלען עס אויפטוישען, אבער נאכקוקענדיג איז עס קלאר זייער גרייז נישט מיינס.
יא יא, אלעס גייט גרייזיג ביי דיר, וביניהם דאס רב שך ארטיקל
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 11:47 am
דורך קינד_אן_קייט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין, אזוי דארף עס זיין. קוק אין יעדער ספר צו וואס
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נ״ל שטעות בידך, די פעידזש נומבערס קומען אינדרויסן, נישט אינעווייניג.
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 11:47 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'דארף ליטוואק אזוי אנפאטשען ברבים. דאס איז זיין פרעספעקטיוו. איינער האלט אנדערש, שרייב אפ אן ענטפער ארטיקל.
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 11:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט געענדיט רעדן מיט די דרוקעריי. זיי האבען טאקע גענומען אחריות פאר'ן טעות פון די פאראיאריגען פה סח און זיי נעמען זיך אונטער דאס צו פאררעכטען
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:00 pm
דורך קלוגע יודל
וואס פארא סארט פאפיר איז עס געדריקט אויף?
וואס פארא סארט פאפיר איז די דעקל?
האט מען גע'בליד' (bleed) די בלעטער?
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:59 pm
דורך גר ותושב
גייט די נייע מאגעזין זיין צו באקומען אויף עמעזאן?
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 6:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. די פה סח איז נישט גע'בליד', די פאפיר איז נארמאלע פאפיר פון א בוך, נישט קיין מאגאזין. די דעקעל איז אזוי ווי א קונטרס וואס מ'דרוקט, הארט אבער בייגבאר
ב. אי"ה מ'פלאנט ארויפצולייגען 'דער וועקער' אויף עמעזאן. פרייזען וועלען זיך ווענדן לויט די אומשטענדן
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 2:45 pm
דורך קלוגע יודל
וואס פארא סארט ביינדינג?
אפשר מאכט מען א אפציע פאר נאך אפאר דאללער, מיט א 'בליד'?
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 3:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביינדינג איז גלו. איך קען דיר שיקען די פיילס און דו וועסט טוהן כהבנתך
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 3:25 pm
דורך קלוגע יודל
אדרבה.
תודה למפרע
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:25 pm
דורך Bpjew
ווען גייט עס זיין
כ'וויל נאך פרינטען פאר שבת
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווארשיינליך ס'וועט נישט זיין מעגליך פאר שבת
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 7:51 pm
דורך גר ותושב
שבת וי נפש און מען ווארט און מען וארט ואין פוצה פה ומצפצף