בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 11:07 pm
דורך ליפא
I need in Jersey City please
Re: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 11:28 pm
דורך ירא שמים
איינער קען עס אפשר געבן צו די שמשים און מקוה אידן?
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 12:34 am
דורך קאווע טרינקער
All ready for a good pesach read
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 12:37 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:All ready for a good pesach read
קאווע׳לע לויט וואס די האסט דארט אנגעגרייט וואלט בעלזער רב געשטאנען אונטער דיין פענסטער צו הערן וויאזוי די זאגסט די הגדה
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 12:46 am
דורך [NAMELESS]
בעלזער רב איז נאר געגיינגען צו עמעראצים וואס האבן גארנישט געוואוסט, און נישט צו דער וואס האבן געוואוסט צופיל...
Re: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 10:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין פסח לערנען גרייט פאר יו"ט
Re: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 3:01 pm
דורך טאמבל סאס

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 3:10 pm
דורך קינד_אן_קייט
#פה-סח2
Re: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 3:18 pm
דורך נולד מאוחר
מיז איז סאך אינטערסאנטער וואס די ספרים וואס ווערן באדעקט מיט פה סח.
פליז טוטס פארקערט פה סח זאל זיין באדעקט דרייפערטל און די אנדערע זאל מעןצזען קלאר וואס זיי זענען
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 3:21 pm
דורך ליפא
וואס פארשטייסטו נישט... מיינסט זיי ווילן ווייזן זייער פה סח? נאא זיי ווילן זאלסט זען ווסערע חכמים זיי זענען, זיי זענען דאך אזוי אנגעליינט מיט ענגליש טייטלד ביכער...
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 3:27 pm
דורך ליפא
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 3:44 pm
דורך קאווע טרינקער
ויואל משה האט נאר דריי מאמרים, פהסח האט 25+
Re: מיין
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 5:54 pm
דורך אבי גערעדט

פעלט ניט אויס צו זיין דשעלי, אונטער דעם שיינעם קאווער ליגט ס'אויסגאבע געפרינט אין שווארץ-ווייס, 2 פה סח זייטן אויף יעדן זייט פונעם פאפיר, אידן ווינטשט מיר אן אז איבערס יאהר זאלעך זיך קענען ערלויבן פולי קאלערד.
נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 6:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'זעה אנשטאט גיין גרין, איז דער עולם געגאנגן שווארץ.
מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 2:33 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
[tag]ליפא[/tag]׳ס בילד איז זייער cute..
.
[tag]קאווע טרינקער[/tag]. ווי אזוי לערנט אפ רב יונתן זאקס אין די ״שפוך חמתך על הגוים..״ קטע, זייער נייגעריג..
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] מהאמיר גאנץ אן ענליכען collection,
ווער איז די אמרי אליעזר הגדה.?
פין די תנועת המוסר האב מיר נאך קיין איין נארמאל שטיקל נישט ארויסגענימן, somehow..
והאחרון החבוב די רב׳ס הגדה,, וכמדומה לי איז זיין יארצייט היינט יח ניסן
ווי איז [tag]אחד העם[/tag]. זאל לערנען לעילו נשמתו. אביסל איוב...
Re: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 2:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געקויפט די תנועת המוסר נאכ'ן כאפען א פרומע דזשוק אלס בחור. דער נערישקייט פון מוסר האב איך שוין איינמאל געכאפט זינט דעמאלס (איך שטיי אין דער מוסר קאפיטאל פון די וועלט ווען איך שרייב אט די ווערטער - בענסאנהירסט).
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 6:14 pm
דורך טאמבל סאס
אין דער פרייער וועלט להבדיל איז דער קאמידיען דער בעל מוסר. עכ"פ אויב האלט ער זיך צו זיין תפקיד.
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער נערישקייט פון מוסר האב איך שוין איינמאל געכאפט זינט דעמאלס
ב"ה דו האסט געכאפט די נארישקייט פון עפעס וואס רבי נתן צבי פינקל, רבי ישראל סאלאנטער, און נאך אסאך 'תורה' ריזן האבן נישט געכאפט.
דו דערמאנסט מיר פון די סארט אט"ד'ס וואס געבן אן אינטערוויו אין פרייע פרעסע, דערציילנדיג אז 'שוין ביי די פינף יאר אלט' האט ער 'געוואוסט' אז ס'קען נישט זיין קיין גאט אויפן וועלט. ממש גאונות, זיי האבן געכאפט ביי די פינף יאר, דאס וואס דער גאון ופילוסוף דער רמב"ם האט נישט געקענט כאפן כל ימי חייו.
#אביסעלע רעספעקט [הגם איך האלט בנוגע מוסר אזויווי ווי דיר].
Re: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 8:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. תורת המוסר איז א דור שני ערשיינונג, גארנישט מיט ר' ישראל סאלאנטער צוטוהן
ב. די גדו"י מתנגדי המוסר זענען גדו"י בכל אופן. די גדולי המוסר זענען נאר וויכטיג טאמער מוסר איז וויכטיג
ג. ווען דו וואלסט געזען אזויפיל בחורים און יונגעלייט וואס זענען אזוי מאלעסטעד פון מוסר אזוי ווי איך האב געזען, וואלסטו מיר פארשטאנען.
ד. ווען דו וואלסט געקענט די 'אייניקלעך' לבית 'גדולי' המוסר ווי איך קען, וואלסטו מיר אויך געשוינט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 11:03 pm
דורך ירא שמים
דו בוסט קעגן די בעלי מוסר וועגן די תוצאות, אדער וועגן די תורה זייערע?
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
אשיב אל ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
א. תורת המוסר איז א דור שני ערשיינונג? קענסט מיר מסביר זיין וואס דו רעדסט? ר' ישראל סאלאנטער האט איינגעפירט א תקנה, וואס זיינע תלמידים האבן איינגעפירט אין ישיבות וואו זיי האבן געהאט א כח. אבער די מושג פון תורת המוסר האט זיך אנגעהויבן צוזאמען מיט תנועת המוסר.
ב. די גדולי המוסר זענען נאר וויכטיג טאמער מוסר איז וויכטיג? פון וועלכע וועלט ביזטו אראפגעפאלן? איך רעד דייקא פון תורה ריזן ווי ר' ישראל סאלאנטער זעלבסט, זיין תלמיד דער גאון רנ"צ פינקל, און רבי איצעלע בלאזער מפעטערבורג, ר' נפתלי אמסטרדם, ר' אליעזר גארדאן מטעלז, ר' אייזיק שער מסלאבאדקע, און נאך א ליסטע פון דא ביז קאנארסי. הגם תורה ריזן זענען געווען גרעסערע, אבער צו זאגן אז טאמער מוסר איז נישט וויכטיג פאלט אוועק זייער גדלות אלס גדלות? אויב נישט חוצפה, איז טיפשות ע"ג חוצפה.
ג. ווען דו וואלסט געזען וויפיל בחורים און יונגעלייט זענען געווארן 'מאלעסטעד' פון די ליטווישע 'תורה' שיטה, וואלסטו שוין גערעדט ווי א חסיד. סארא מין גערעדעכץ? ווילסט דיך דינגען, געזונטערהייט אבער דאס א הצדקה פאר א שפראך ווי 'נארישקייט פון מוסר'?!
ד. ניטאמאל ווערד א תשובה. איך קען דיר אויך אנווייזן אויף הערליכע אייניקלעך לבית גדולי המוסר. כ'קען דיר אויך אנווייזן אויף 'זון' פון 'גדול הדור' הליטאי הרב שך. #שך-ארטיקל-סומאטוכע.
שעם דיך מיט דיין שפראך, און מיט דיין נארישע/גרויליגע תשובה נאכמער.
Re: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 6:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. ר' ישראל סאלאנטער האט געהאט צען עניינים וכמבואר באור ישראל, וועגען טעגליכע מוסר, מוסר בהתפעלות וכדו'. דאס מושג פון אריינטייטשען אין חז"ל כפי העולה על רוחם, און רודפ'ן און גריבעלען אין די מענטשהייט אז ערשט נאכדעם אנגעקומען.
ב. דיין נעמען זענען אויסגעמישט. מ'נעמט א חריף און גאון ווי ר' אליעזר טעלזער און מ'מאכט איהם פאר א מוסר'ניק?! ער איז דאך מגדולי מתנגדי המוסר געווען. דער פאנאוויעזשער רב'ס מחאות ועוד זענען אלס געווען אונטער זיין פירערשאפט. אנדערע נעמען קען מען אויך צונעמען, אבער איך וויל נישט אריינגעבען בפרטיות. אבער דאס וואס ס'איז דארט געווען א פאר גדולי תורה איז ביי מיר נישט קיין פירכא, וחסידות יוכיח.
ג. איך האב חברים וואס האבען געגלויבט יעדער שטיקל מוסר און היינט קענען נישט קומען צו זיך. יא, פיין. געלערנט א גאנצע טאג בעיון, אבער וואס איז מיט 'בלבב שלם'? געדענק אז אן בלבב שלם איז עס א 'ניגע לריק'. א טובה געטוהן א צווייטען? נו נו. אבער דאס האסטו געטוהן צו שטילען דיין רחמנות, נישט פאר יענעמ'ס טוועגען. איין חבר האט נעבעך באגראבען צוויי שוועסטערס יונגעהייט און ער קען נישט קומען צו זיך פון זעלבסטשולד.
און דער תורה שיטה האט גארנישט אהער. מוסר איז סתם א דמיון, און איך פיהל שטארק דערוועגען זע'ענדיג די שעדליכקייט. לימוד התורה איז א מצוה און א מדריגה. טאמער מענטשען ליידען פון געוויסע אספעקטען פון די אויסשטעל פון די מצוה,דארף מען אן עצה געבען, אבער קיין פירכא איז עס נישט.
ד. אז קינדער דערווייטערען זיך פון א טאטע צו זיידע איז עס נישט קיין פירכא אויפ'ן טאטע צו זיידע. ווען אבער זיי נוצען יענע חינוך, זיי פרעדיגען יענע תורות און לעבען מיט זייער זיידע, איז זייער הנהגה יא א ווייז.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:16 pm
דורך [NAMELESS]
א. דיינע ווערטער זענען טיפשות. ר' ישראל סאלאנטער האט מעמיד געווען תלמידים שהלכו לאורו. אויב זיי האבן משום מה אנגעהויבן אריינקוועטשן זייערע הסברים אין פסוקים ומאמרי חז"ל, האבן זיי דאס אויך געזען ביי זייער רבי'ן. ר' ישראל סאלאנטער האט אבער אלס מייסד השיטה געהאט מער א יסודות'דיגע ארבעט מיט זיין ספר. און אגב, 'תורת המוסר' האט צופיל פירושים צו זיך, נעקסטיים מסביר דיך בעסער.
ב. די פאר גדולי התורה וואס זענען געווען גדולי המוסר, זענען פונקט גענוג אויף צו רעדן דרך ארץ'דיג כלפי ארזי הלבנון, און נישט נוצן אזא שפראך ווי 'נארישקייט פון מוסר'. ס'איז נישט קיין ראי' אז זייער מהלך איז ריכטיג, אבער ס'קען א חיוב צו רעדן מיט רעספעקט, און אוודאי נישט זאגן אז זייער גדלות בתורה פאלט אוועק מיט די אוועקפאל פון מוסר, ווי דו האסט געזאגט.
ג. איך האב חברים וואס האבן געגלייבט אינעם דרך החיים פון 'תוירע' א גאנצע טאג, און קענען היינט נישט קומען צו זיך. יא פיין, געארבעט נקי כפיים'דיג, געווען א נהנה מגיע כפו, אבער וואס איז מיט א 'בן תורה'? געדענק אז אויב נישט קיין בן תורה, איז שוין גארניט ווערט.
און די דמיון צו מוסר איז שוין איינמאל א דמיון, די בעלי מוסר קענען פונקט אזוי אנווייזן אויף מאמרי חז"ל איבערן חיוב גדול פון מוסר, און אנדעם איז די תורה גארניט ווערט, וכו' וכו'. ביי זיי איז עס פונקט אזוי א מצוה. און דיין חילוק איז נאר צוליב דעם וואס דו, אלס ליטווישע מתנגד למוסר, זעסט א מצוה רבה אין לערנען א גאנצן טאג, אבער קיין מצוה אין מוסר.
ד. איך קען די זעלבע סארט לצים וואס פרעדיגן תורה ווי די זיידע, איך קען די זעלבע סארט לצים וואס פרעדיגן חסידות און עבודת ה' ווי די זיידע, און איך זע נאר ווי דאס ווייזט אן אויפן אייניקל, נישט אויפן זיידן.