נו, אז [tag]טמיר[/tag] בעט -
הגרמ"מ שולזינגער זצ"ל, מח"ס משמרת הלוי און א טשעקאווער גדול פאר זיך [אן עילוי, א קנאי, א זיסע אידל, א ידען נפלא], איז געווען גאר נאנט מיטן בריסקער רב, סטייפלער גאון, און הרב שך.
עכ"פ ער שרייבט אין אפאר אנדערע פלעצער וואס ער האט זעלבסט מקבל געווען מפי הגרי"ז בענין ציפיה לישועה. לדעת הגרי"ז, איז דאס וואס מיר זאגן 'אחכה לו בכל יום שיבוא' נישט קיין חיוב צו 'ארויסקוקן' דערויף, מיט א רצון, השתוקקות, אזא בחינה פון 'מתי יבוא לידי'. נאר פשט איז אז מיר דארפן גלייבן אז ער קען קומען יעדע רגע, און אחכה לו מיינט פשוט מאמין זיין און כאילו 'מחכה זיין' באופן ידיעתי אז ער קען אנקומען סיי ווען [זיין חידוש איז, אז אפילו די זמנים וואס חז"ל האבן געזאגט אז ער קומט נישט, למשל ערבי שבתות וכו', קען ער פארט קומען. אן אינטרעסאנטער נקודה, ויל"ע בזה].
אין א פלאץ שמועסט ער עס אויס נאך שארפער, אז בעצם איז נישטא קיין שום איסור אין האפן 'אז משיח זאל נישט קומען'. אויב ער וויל בלייבן אין אמעריקע און האט נישט קיין נערוון פאר א 'משיח' קאפוויי... דאן מוז ער נישט האבן א רצון אז משיח זאל קומען, און נישט דאס מיינט 'אחכה לו', נאר אז ער דארף גלייבן אז ער קען אנקומען יעדע ליאדע מינוט.