בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 8:59 pm
דורך הוגה
[justify]
נהורא נפישא האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז גאט'ס פלאן איז פאר יעדן איינעם צו טאן תשובה, אויסדרוקליך נישט. דאס זעלבע מיט זינדיגן, זינדיגן איז נישט אין גאט'ס פלאן פאר די וואס באמת זינדיגן זיי טאקע נישט. די אויסגאנג פון יעדע זאך איז די רצון השם, די רצון השם איז אז טייל מענטשן זאלן תשובה טון און טייל מענטשן נישט.
די אלע אינספראציעס וואס זענען משפיע אויפן אויסגאנג זענען אויך טייל פון גאט'ס פלאן.
כ'האב אמאל געהאט א לענגערע שמועס בענינים אלו מיט א גוטע חבר וואס איז געגאנגן OTD. ער פרעגט מיר וויאזוי א פרומע איד ווי מיך קען זיין אזוי באקוועם מיט א מענטש ווי אים. וויאזוי קען זיין אז עס עסט מיר נישט אויף די פאקט אז ער איז א כופר ועובר על התורה? האב איך אים געענטפערט, וואס האב איך זיך צו בייזערן אויף אים און צו זיין פארווייטאגט? איך גלייב דאך אז ער איז אזוי ווייל די באשעפער וויל אזוי. פרעגט ער מיך צוריק, "אויב גלייבסטו אז די רצון השם קען זיין אז איינער זאל זיין OTD, וואס האלט דיך צוריק פון גיין OTD?" ענטפער איך אים, "די זעלבע באשעפער".
ידידי, [tag]לעיקוואד[/tag] נ"י, האלט אז דער מהלך המחשבה איז נישט אויסגעהאלטן לאמיתו של דבר... אויב וועט די באשעפער וויל, וועט ער קומען דא מסביר זיין פארוואס.
.[/justify]
די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה-סח II)
נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 9:49 pm
דורך ירא שמים
.
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 11:31 am
דורך הקטן
הוגה האט געשריבן:"
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, ר"ל שיכיר ויבין שכל מה שחטא הי' ג"כ ברצון הש"י, כמשז"ל ג' פסוקים כו' ואתה הסבות את לבם ואשר הרעותי וגו', ובטעם ידיעה ובחירה שביאר האריז"ל...". ו
איך ווייס אז יעצט וועט [tag]הקטן[/tag] קומען און ברענגן פון אנדערע פלעצער וואו רבי צדוק שרייבט וועגן תשובה, חרטה, התמרמרות בלב וכדומה און מיט דעם וועט ער וועלן צייגן אז לויט רבי צדוק פעלט יא אויס דער מין תשובה. מיר פלעגט אויך באדערן דער קשיא, אבער נאכן לערנען אסאך ספרי רבי צדוק אין די פארגאנגענע צוויי יאר איז מיר קלאר געווארן וואס רבי צדוק'ס מהלך איז. ואי"ה עוד חזון. אבער וואס איז נוגע לענינינו אונזער שמועס דא, ווען רבי צדוק זאגט אז תשובה מיינט מכיר זיין אז די חטא איז געקומען פונעם אויבערשטער מיינט ער טאקע דאס וזהו.
.[/justify]
נאך צוויי יאר לערנען האסטו זיכער געטארפן ואו רבי צדוק שרייבט טאקע וועגן חרטה, התמרמרות בלב און בעיקר וועגן
עבודת התשובה קען איך קוים ווארעט צו הערען דיין נייער מהלך וואו לאנג דו זאגסט נישט אזא סארט "כאן קודם החטא וכאן אחר החטא" וואו אסך מסלפים ווילען זאגן
און אויך אז רבי צדוק איז מודה און די מציאות פון
בחירה אלס א פאקט אויף דער וועלט און אן
אמת און אויך די מציאות פין ידיעה אלס א פאקט און אן אמת
אויב מעג איך אויך בעטען, נאר אויב סאיז נישט צו שווער, זאלסט מסביר זיין פארוואס פעלט בכלל אויס תשיבה - פארוואס זאל דאס נישט זיין דער אייבישטערס ביזנעס און שוין
און אויך איז נישט דער אייבישטער דער וואס טוט די מוצות תשיבה?
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 2:55 pm
דורך [NAMELESS]
נאך אן אשכולאויף די מהלך.
די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה-סח II)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 12:59 pm
דורך מי אני
מ׳קען אפשר פארענטפערן אז רב מאזעסאן לערנט אפ דעם רבי צדוק עפ״י א קאמפעטעביליטיסט מהלך פון/אין בחירה חופשית מיט דעטערמעניזם פון (להבדיל) דר. הערי פראנקפורט. דהיינו, א חלק פון די לאגישע פארמולאציע פון די ידיעה ווס. בחירה פראבלעם, איז אז נאר טאמער מען קען נישט טוהן אנדערש [PAP], נאר דעמאלטס איז די מעשה נישט בחופש. דר. פראנקפורט פרעגט אויף די הנחה (און אז דאס איז נישט מקושר מיט מאראלישע אחריות). ער מאכט א משל דערין אז לאמיר זאגן ס׳איז דא א ניורא-כירורג וואס פלאנצט איין אין א מענטש׳נס מח שלא בידיעתו א טשיפ וואס וועט ארבעטן אזוי: אויב וועט דער מענטש וועהלן מצד עצמו פאר טראמפ וועט עס גארנישט טוהן, אבער אויב וועט ער וועלן וועהלן פאר קלינטאן וועט דאס אים באצווינגען [שלא בידיעתו] צו וועהלן פאר טראמפ. למעשה האט ער געוועהלט פאר טראמפ מדעת עצמו. איז טענה׳ט דר. פראנקפורט אז הגם קיין אנדערע מעגליכקייט(ן) איז נישט געווען (וממילא נישט קיין בחירה חופשית ממש), קען איך נאך אלס האבן טענות אויף אים און אים האלטן פאראנטווארטליך פאר׳ן וועהלן פאר טראמפ מכח בחירתו. (הגם אויף דעם אליין קען מען פרעגן אז זיין ווילן אליין בכלל אויך איז שלא בבחירתו (און אפילו אויף דעם אליין לייג איך די טשיפ וכן הלאה), ואדרבה אפשר בעוד יותר שאת אויב שטעלט מען צו דערצו מאמרו הידועה של שאופענהויער. אין אנדערע ווערטער, אפילו שורש מעשיו איז שלא בבחירתו. ויש עוד קושיות ע״ז.)
איז קען מען דאס אפשר צושטעלן אהער אויך אז איה״נ קיין ברירה האט ער נישט געהאט לגבי מעשה החטא, אבער תשובה טוהן (וואס דאס איז ווייטער מער תלוי ברצונו ודעתו ווי במעשיו) דארף ער אויף זיין אייגענע ווילן דערצו און אחריות דערויף, וואס דעמאלטס נעמט די ידיעה נישט קיין עפעקט. בדרך אפשר.
*
מ׳קען אפשר אפלערנען (אביסל בדוחק) די מהלך פונ׳ם רלב״ג אז עס איז ענליך צו, להבדיל, די דאקטרין פון מיטל ידיעה אינערהאלב מאליניזם (וואס איז אליין קאנטראווערסיאנאל מכח לאגיק). דהיינו, אז בעצם איז ידיעה כולל די בחירה, וכהריב״ש [ער ווייסט יעדע סארט פון outcome לגמרי אויב דאס איז וואס מ׳וועט בוחר זיין] אבער עס קומט אפיר דורך די בחירה פונ׳ם מענטש. אפשר.
(איך געדענק אז אין ליקוטי תורה פונ׳ם בעל התניא אין פ׳ בהר רעדט ער עפעס ארום (הספר את״י כעת) איבער דעם אז ידיעת הקב״ה כביכול איז מקיף ברייטער ארום אלעס און ס׳דא א מער אינערליכע מקיף וואס דארט קלאפט אויס די בחירה און איז נישט קיין סתירה דערמיט ע״ש.
וידוע תירוצו של האוהחה״ק (בראשית ו ה) עפ״י הרמב״ם דהקב״ה כביכול מסתיר ידיעתו, מה שאי אפשר לבשר ודם לעשות דהידיעה הוא חוצה ונפרד ממנו ע״ש.)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 3:55 pm
דורך הוגה
פרעגסט דאך אליינס אפ ד"ר. פרנקפורט, דאן ווילסטו עס נאך אריינקוועטשן אין רבי צדוק?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 12:06 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:איך געדענק אז אין ליקוטי תורה פונ׳ם בעל התניא אין פ׳ בהר רעדט ער עפעס ארום (הספר את״י כעת) איבער דעם אז ידיעת הקב״ה כביכול איז מקיף ברייטער ארום אלעס און ס׳דא א מער אינערליכע מקיף וואס דארט קלאפט אויס די בחירה און איז נישט קיין סתירה דערמיט ע״ש.
אין תורה אור פ׳ וירא רעדט ער אויך ארום דערוועגן. ער זאגט אז די ידיעה פון הקב״ה אויף די מעשים וואס די מענטש גייט טוהן אינ׳ם עתיד, דאס איז אין דעת עליון וואס דאס איז די מקיף און איז נישט פועל אויפ׳ן בחירה פונ׳ם מענטש. דערנאך איז דא די דעת תחתון איז אין שכר ועונש מחמת בחירתו של אדם ע״ש.