אוודאי איז די אשכול געווען אויסגעשטעלט אז מ'זאל מלכתחילה מיינען אז מ'רעדט פונעם ברך משה, און צום סוף אנקומען צום סורפרייז - דער מדובר איז גאר יהושע בן נון. אבער מיין קונץ איז געווען, אז טראצדעם וואס די שפראך, אנעקדאטן, סגנון, האט געפאסט אויפן ברך משה, האב איך אבער זיכער געמאכט אז יעדע פרט פונעם 'הספד' זאל ארויפפאסן אויף יהושע בן נון.
כ'גיי דא ציטירן מיינע לשונות ונקודות, און ווייזן בקצרה די מראי מקומות וואו מיר זעען אז דאס שטייט אויף יהושע בן נון:
יהושע בן נון איז געווען דער לעצטער רבן של ישראל. דהיינו גאנץ כלל ישראל. נאך אים איז די הנהגה צוטיילט געווארן צווישן זקנים, שפעטער נביאים, וכו'.היינט צוטאגס ווערט אפגעצייכנט א גרויסע יארצייט, דער יארצייט פונעם לעצטן גדול וואס קען ווירקליך באצייכנט ווערן אלס 'רבן של ישראל'.
א רבן של ישראל מיינט נישט דווקא איינער וואס האט די מערסטע חסידים, אדער אפילו די גרעסטע צדיק [הגם דאס איז אויך אמת], נאר א רבן של ישראל מיינט איינער וואס האט געהאט אן איבערמונדליכן השפעה אויף גאנץ כלל ישראל. און דער רבי זי"ע איז ווירקליך געווען א רבן של ישראל, און לויט אלע סימנים - די לעצטע רבן של ישראל [כ'דריק זיך דווקא נישט אויס רשכבה"ג וואס מיינט נאר 'של בני הגולה'], עכ"פ ביז משיח וועט קומען.
אזוי אויך איז ער נישט געווען קיין רשכבה"ג, ווייל די אידן זענען געווען אין ארץ ישראל, נישט קיין 'בני הגולה'.
לויט אלע סימנים איז ער טאקע דער לעצטער רבן של ישראל ביז משיח'ס טאג...
רבינו הקוה"ט זי"ע מיינט דאך משה רבינו, וואס 'לא קם כמוהו' - ווי די פסוק איז מעיד, אבער פארט איז ער געווען דער מנהיג ישראל וכו'.אין אזא צייט דארף מען אביסל אריינקלערן אינעם גרויסקייט פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע, וואס איז - טראץ אלע פראבלעמען מבית ומבחוץ - געשטאנען על המשמר, גדר גדר ועמד בפרץ, אז לא ירעו ולא ישחיתו בנחלת עם ישראל. הגם ער איז נישט געווען אזוי גרויס, אזוי הייליג, און אזוי אנגענומען ווי זיין פארגייער, רבינו הקוה"ט זי"ע, איז ער פארט געווען א גענעראל פארן כלל, זייענדיג דער געניטער קאפיטאן וואס האט געפירט זיין שיף איבער ברויזנדע ימ'ען.
חז"ל זאגן אז די זקנים שבדור האבן געוויינט, זיי האבן נאך געזען די הנהגה פון משה און האבן געזען די פני משה כפני חמה ופני יהושע כפני הלבנה.ווי באקאנט, האבן די זקני הדור - וואס האבן עכט מיטגעהאלטן די הנהגה פונעם פארגייער - רביה"ק זי"ע, געהאט א שטיקל פראבלעם צו אנערקענען אז ס'איז א בחינה פון ובא השמש וזרח השמש, אבער ענדגילטיג האבן אלע אנערקענט אז דאס איז געווען דער איינציגסטער, און פאסיגסטער אויסוואל. ס'איז געווען ממש ווי מיר ווייסן אז 'פני משה כפני חמה, ופני יהושע כפני הלבנה'. נאכדערצו, ווען ס'איז באקאנט זיין צוגאנג צום הנהגת כלל ישראל, אז ער האט עס אנגענומען פשוט ווי א פקדון, כדי נישט צו לאזן פאלן די גרויסע עדה הקדושה וואס רביה"ק זי"ע האט אנגעהויבן גלייך נאכן מלחמה. [און ע"פ קבלה איז באוואוסט אז די לבנה איז 'לית לה מגרמה כלום', און אלעס איז אן אפשפיגלונג פונעם זון, אזוי אויך דא איז אלעס געווען בכוחו של אותו זקן, אפילו אין די אויגן פונעם בעל ההילולא].
יהושע האט אנגענומען די הנהגה ווי א 'פקדון', ווייל ער האט אויך נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה, זאגנדיג פאר משה אויף אלדד ומידד 'אדני משה כלאם', און ס'האט זיך אויסגעפעלט א גרויסע בעטעריי ער זאל מקבל זיין די הנהגה.
די עדה וואס משה האט אנגעהויבן פירן גלייך נאכן מלחמה, מיינט די מלחמה מיט די מצריים.
ער איז געווען א מופלג בענוה, ווי ס'שטייט אין תרגום יונתן פרשת שלח 'כד חמא משה לענוותנותיה דיהושע' וכו'.כאטש ער איז געווען א מופלג בענוה, אויף א משונה'דיגן פארנעם, ווי יעדער ווייסט זיין התבטלות צום פארגייער רביה"ק זי"ע, און שפעטער אויך זיין פשטות און אבנארמאלע ענווה, דאך האט זיך אנגעזען זיין הייליגע עבודה אויף א מורא'דיגן פארנעם, א זאך וואס האט באנומען גאנץ כלל ישראל. אזוי אויך, כאטש ער האט אנגענומען די גאנצע הנהגה ממש בעל כרחו, האט ער דאך באוויזן אוועקצושטעלן דאס הייפעלע ערליכע אידן אויף א געוואלדיגע פארנעם, בויענדיג מוסדות בנינים און פארשפרייטנדיג דאס חסידות בארבע כנפות הארץ, אזוי אז יעדער האט געזען קלאר אז ער איז געווען דער אויסגעליבענער בהשגחה, כדי צו קענען אוועקשטעלן די מוסדות הקדושים באופן מבוסס.
אזוי אויך, זיין התבטלות צו משה איז געווען מורא'דיג, נישט וועלנדיג הערן פון אזא געדאנק 'משה מת, יהושע מכניס את ישראל לארץ'. אזוי אויך, ווען זיין רבי איז ארויף אין הימל נעמען די לוחות, איז ער געבליבן שטיין דארט ווארטנדיג אז משה זאל צוריקקומען [אז ער האט ניטאמאל מיטגעהאלטן מיטן גאנצן מעשה העגל].
טראצדעם, האט ער געפירט באופן נפלא, בויענדיג בנינים וכו' פארשפרייטנדיג כלל ישראל 'בארבע כנפות הארץ', דהיינו ארץ ישראל, וואו ער האט מלחמה געהאלטן מיט די ל"א מלכים און איינגענומען דאס לאנד.
די וואס האבן נישט געפאלגט דעתו, האט ער געפירט קעגן זיי א מלחמת חרמה. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט עכן, וואס האט נהנה געווען פון די גע'אסר'טע געלטער פון יריחו. און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט, ווייל אדאנק עכן זענען אידן אומגעקומען אין שלאכט מיטן שטאט עי.ליידער זענען געווען מאנכע, מבית ומבחוץ, וואס האבן זיך דערוואגט נישט צו פאלגן דעתו הק', און דער רבי האט געוואוסט אז אזוי קען מען נישט פירן קיין עדה, און טראץ זיין הפלא'דיגע ענווה האט ער געפירט א מלחמת חרמה און אפילו זיך באנוצט מיט גאר שארפע מיטלן אנטקעגן די משחיתים. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט די עזות פנימ'ער, און נאר אזוי האט מען געקענט ווייטער פירן די עדה על מי מנוחות, און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט. אזוי אויך האט ער געדארפט פירן נאך אסאך מלחמות, אבער בעזרת השי"ת האט ער אלעמען באזיגט, וזכות רבוה"ק מסייעתו אז ער האט גאר באוויזן צו פארגרעסערן און פארשטארקערן די עדה, יחד שבטי ישראל.
ער האט געפירט נאך אסאך מלחמות מיט די שונאים מבחוץ, דהיינו די פעלקער פון ארץ ישראל, אבער ער האט אלעמען געזיגט בעז"ה, ובזכות רבוה"ק האט ער אפילו פארשטארקערט די עדה, 'יחד שבטי ישראל'.
ער איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זייענדיג דער ארויסגעקליבענער תלמיד פון משה.למותר להאריך איבערן פערזענליכן לעבן פונעם רבי'ן זי"ע, וואס איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן און האט אוודאי גע'פועל'ט אויבן אין הימל, און אזוי אויך האט ער נאך פיל מקבל געווען [בפשטות די מערסטע פון אלע אנדערע חשוב'ע תלמידים] פונעם הייליגן מייסד העדה, רבינו הקוה"ט זי"ע, וואס האט סומך געווען אויף אים שתי ידיו אלס צוקונפטיגער מנהיג ישראל, ווי עס זענען דא פילע עדות'ער אויף דעם.
זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן ווי מ'זעט אין נ"ך.
ער האט פיל מקבל געווען פון משה, בפשטות מער פון די אנדערע, ער איז געווען משרת משה, וואס האט סומך געווען בשתי ידיו אלס מהנגי ישראל, ווי ס'שטייט אין פסוק אפאר מאל.
כאטש וואס משה רבינו, מייסד כלל ישראל [ע"פ דברי המהר"ל אז נאך יציאת מצרים האט זיך אנגעהויבן מציאות 'עם ישראל'], איז געווען מנהיג פאר איבער פערציג יאר [פערציג יאר אין מדבר, און ער האט שוין געפירט אין מצרים], איז יהושע געווען מנהיג פאר פיל ווייניגער יארן, אבער פארט איז זיין השפעה געווען ריזיג.כאטש וואס זיין פארגייער - רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהילה - איז געווען רבי ומנהיג פאר איבער פערציג יאר!, און ער זעלבסט נישט געווען דער מנהיג אזויפיל יארן נאך אים, איז פארט זיין השפעה אויפן כלל געווען ווייטגרייכנד. אין זיין צייט האט כלל ישראל געהאט גענצליך אן אנדערע פנים, שטייגנדיג סיי ברוחניות און אוודאי בגשמיות. ליידער מיט זיין הסתלקות האט מען קלאר געזען, אז פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה, און כלל ישראל פארמאגט נישט קיין רועה נאמן, נאר איז צוטיילט און מ'זעט קלאר ירידת הדורות און א הסתר פנים אויף א שרעקליכן אופן. פון דעם זעען מיר - נאר מיט א בליק אויף צוריק, ווי שטארק דער השפעה פונעם בעל ההילולא זי"ע איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך אין א געוויסע הינזיכט געווען בגדר 'דור דעה'.
כלל ישראל האט געהאט גענצליך אן אנדערע פנים ברוחניות ובגשמיות. בגשמיות האט ער איינגענומען דאס לאנד, און ברוחניות איז ער געווען דער מנהיג ישראל און זיי האבן געדינט דעם באשעפער.
ליידער מיט זיין הסתלקות האט זיך אנגעהויבן די ירידת הדורות, ווען קיין מנהיג יחיד איז שוין נישט געווען, נאר איז צוטיילט געווארן, און מ'זעט קלאר די ירידת הדורות אין נ"ך, ווען זיי האבן אנגעהויבן דינען ע"ז.
פון דעם זעט מען ווי ווייט זיין השפעה איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך געווען בגדר 'דור דעה', ווי חז"ל רופן די דור המדבר, און דא רעדט מען פון זייערע קינדער וואס זענען נאך געווען אין מדבר.
און דא קומט די בליץ:
איך רעד פונעם הייליגן בעל ההילולא, דער רבן של ישראל, יהושע בן נון.
פני משה כפני החמה, ופני יהושע כפני הלבנה...