בלאט 2 פון 3

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

נשלח: מוצ"ש מאי 14, 2016 11:51 pm
דורך בר-כוכבא
יישר כוח @הוגה פאר דעם אזוי באלערנדן און וויכטיגן ארטיקל. איך ״גרין״ שוין א שטיק צייט עד שידי מגעת, אבער ס׳איז געווען געטריבן מער פון געפיל. כ׳האב שטארק הנאה געהאט זיך צו באקענען מיט דעם רעיון אין אונזערע מקורות. [emoji106]

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 9:17 pm
דורך הוגה
[justify]יישר כח נאכאמאל פאר אלע מגיבים. איך וויל נאר צולייגן אפאר ווערטער און בעסער מברר זיין א נקודה וואס איך האב שוין בעצם געשריבן אינעם גוף הארטיקל, צו ערקלערן מיין עיקר נקודה ומטרה מיט דער גאנצע באשרייבונג.

איך בין נישט קיין tree hugger און איך האלט נישט אז מ'דארף פלוצלינג איבערדרייען וועלטן צו ראטעווען אונזער וועלט'ל פון אן אפאקעליפס. איך בין געקומען ס"ה צייגן אז עס איז אונזער אחריות צו היטן אויף די בריאה און אלע בריאים. אויך בין איך געקומען צייגן וויאזוי מיט קליינע פעולות מצידנו קענען מיר אויפטון און ראטעווען גאר אסאך. אנדערע האבן שוין ערווענט דא אז רוב וועלדער ווערן פארשניטן פאר האלץ צו בויען הייזער און מעבל, און נישט פאר פאפיר. איז וואס זאלן מיר יעצט טון? זאלן מיר אינגאנצן אויפהערן בויען מיט העלצער? אפשר. אבער נישט דאס זאג איך, ווייל דאס איז צו א שווערע זאך און מ'דארף לעבן. אבער ריסייקלען איז נישט אזוי שווער. נוצן פעיפערלעס בילינג איז נישט אזוי שווער. און די השפעה לטובה איז נישט א קלייניקייט.

מיין ווייב האט מיר לעצטענס אויפמערקזאם געמאכט אז זינט מיר האבן אוועקגעמופט פון א געגענט וואו עס איז נישט דא ריסייקלינג, צו א געגנט וואו עס איז יא דא, און זינט מיר האבן באקומען א דישוואשער מאשין און מיר באנוצן זיך זעלטען מיט פלאסטיק עסצייג, און זינט מיר גיבן שטארק אכטונג צו ריסייקלען וואס מ'קען נאר, האבן מיר נאר פערציג פראצענט פון די גארבידזש וואס מיר האבן אמאל געהאט. דהיינו, מיר פלעגן אמאל האבן בערך 5 גארבידזש בעגס א וואך און יעצט האבן מיר נאר צוויי. דאס מיינט אז היינט ווארפן מיר אוועק כמעט 160 גארבידזש בעגס ווייניגער פער יאר. 160 בעגס פול מיט זאכן וואס גייען איבערגענוצט ווערן. איר קענט אייך פארשטעלן וואס פאר א השחתה דאס איז געווען ביז היינט? ווי שווער איז שוין צו ריסייקלען? פארוואס זאלן מיר עס נישט טון?

די חורבן העולם קומט טאקע אולי רובא דרובא פון גרויסע פאקטאריס. אבער מיר קענען נישט זיין די פאליציי פון די פאקטאריס. מיר קענען אבער זיין מער aware און טון קליינע פעולות וואס מאכן אויס אסאך.


.[/justify]

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 1:28 am
דורך מור וקציעה
ונראה להביא סמוכין לדברי ידידינו @הוגה מפרשת השבוע על פי מש''כ הרמב''ם כי הטעם למצוות שמיטת הקרקע הוא שהקרקע תתחזק, שכן קרקע שאין עובדים בה שנה אחת מתחזקת ומוסיפה יבול,
ובלשונו: (מו"נ ח"ג פל"ט)
"ושתוסיף הארץ תבואתה ותתחזק בעמדה שמוטה"

מובא בכלי יקר (כה ב) וז''ל
"רבים אומרים שהטעם (למצוות השמיטה) הוא שתשבות הארץ כדי שתוסיף תת כוחה לזרוע. ולדעה זו נטה הרב (הרמב"ם) המורה (בספרו מורה נבוכים)"

מזעהט קלאר פון רמב''ם אז די תורה וויל אז מזאל פרעזערווען די ענווייראמענט און איר קוואליטי אגריקולטור

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 10:08 am
דורך תורה ומדע
ווער רעדט נאך פון דער ענין פון שמות לגניזה וואס איז זייער אומפראפעסיאנעל. די שמות וואס ווערט געשאפען פון דרוקען האלבע מחזורים און סידורים פאר תשב"ר וכדו'

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 3:05 pm
דורך כלבאשבוע
א שטיקל אין די דאקומענטערי קלינטאן קעש ווייזט וויאזוי גאנצע וועלדער ווערן אויסגעריסן אפילו אינעם היינטיגן פאליטישן קלימאט און מאוומענט פאר א גרינער פלאנעט און זארג פאר די ענוויראמענט: http://www.youtube.com/watch?v=td2pyyCau30&t=37m23s

די שטיקל ענדיגט זיך בערך ביי 42:08.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 6:53 pm
דורך הוגה
[justify]נאשינאל גיאגראפיק צוזאמען מיט ליאנארדאו דיקאפריאו האבן דעם זונטאג ארויסגעגעבן א העכסט אינטערעסאנטע דאקומענטערי איבער קליימעט טשעינדזש. עס איז נישט סייענטיפיק און עס איז נישט געשטעלט צו איבערצייגן די וואס זענען נישט איבערצייגט דערין. די דאקומענטערי צייגט שטויננדע און האר-אויפשטעלנדע פאקטן איבער ראדיקאלע טוישונגען און געשעענישן וואס קומען פאר ארום דער וועלט צוליב מענטשליכע קאנסומפציע געוואוינהייטן, און נאך אנדערע אינטערעסאנטע פאקטן. די פילם איז געמאכט געווארן פראפעסיאנאל און עס איז גאר ציענד. איין אינטערעסאנטע חידוש וואס איך האב געלערנט יעצט איז אז די פויבסט האט ארויסגעגעבן אן עפנטליכע דעקלאראציע אז די קירכע נעמט אן די סייענטיפישע באווייז אז קליימעט טשעינדזש קומט פאר און עס ליגט אין די הענט פון די מענטשהייט עס אפצושטעלן. וויאזוי געבן זיך די אמעריקאנער קריסטן און אוואנגעליסטן אן עצה דערמיט? זיי זענען דאך שטארק אקעגן אלעס און אלעם וואס איז נוגע קליימעט טשעינדזש.


.[/justify]

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:24 pm
דורך mevakesh
די פויבסט'ס דעקלעראציע איז א פאר יאר אלט שוין און עס איז געווען אין די נייעס דאמאלטס
די אמעריקאנע עוואנגעליסטן זענען פראטעסטאנטן און דער פויבסט מיינט נישט אסאך בי זיי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:41 pm
דורך הוגה
mevakesh האט געשריבן:
די אמעריקאנע עוואנגעליסטן זענען פראטעסטאנטן און דער פויבסט מיינט נישט אסאך בי זיי


און די אלע רעליגיעזע רעפאבליקאנער וואס זענען אנטי קליימעט טשעינדזש, א, שטייגער ווי קרוז און רוביא, זענען עוואנגעליסטן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:17 pm
דורך mevakesh
יא, די עוואננגעליסטן זענען די שטארק קאנסערוואטיווע
גראדע דזעב בוש האט געטוישט צו קאטויליש, דאכט זיך צוליב שלום בית

די אמעריקאנע קאטוילישע זענען אין אלגעמיין היבש ליבעראלער
זעה די לינק
http://www.pewresearch.org/fact-tank/2016/02/23/u-s-religious-groups-and-their-political-leanings

אינטערסאנט אז אפילו די קאטוילישע קירכע איז די גרעסטע רעליגיע אין אמעריקע איז עס נישט אהנגענומען און פאפולער אין גאס למשל עס איז נאר געווען איין קאטוילישע פרעזידענט אין היסטאריע דאס איז קענעדי

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:24 pm
דורך ביליג
וואס איז געבליבן מיט די 5 סענט טעקס אויף די בעגס ?

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 9:54 pm
דורך נעגעל וואסער
איך בין נישט לאנג צוריק געפארן אויף א שמחה קיין יוראפ, און כ'בין איינגעשטאנען ביי מיינס א נאנטע חבר. אריינשפאצירענדיג אין גארטן זעה איך אן איבער פלוס פון גארבעדזש קענס, יעדעס איינס אן אנדערע קאליר. פינק, גרין, בלוי, ברוין און שווארץ אויב כ'דענק ריכטיג.
זאגט ער מיר אז לעצטענס איז דא א גזירה אז זיי קומען נישט אויף פיקן די גארבעדזש נאר איין מאל אין צוויי וואכן, אנשטאטס יעדע וואך, ממילא פיט במציאות נישט אריין אלע גארבעדזש פון א קינדער געבענשטע פאמיליע קע"ה אין איין קליינעם גארבעדזש קען. איז וואס יא? די רעגירונג שטעלט דיר צו נאך פיר באזונדערע קענס, יעדע איינס פאר א באזונדערע קאטאגאריע.

איך בין פשוט משוגע געווארען דארט.. גייסט און קאך און די וויסט עפעס אוועק ווארפן לצמיתות, דארפסטו האלטן קאפ וואס גייט ווי. די אלע שיריים פון עסן גייט אין איינס. דיין קען קאלע און די צווייטע. די פאפירענע זעקל אין דאס דריטע. און פיינעלי דאס רעשט גייט און די אלגעמיינע גארבעדזש קען.. און נאך איינס איז דא אינדרויסען פאר די גראז און בלעטלעך.

די חעברע גייען נישט בלויז גרין, זיי גייען בלוי, פינק, ברוין און שווארץ!

כ'בין זיכער מיט אזא מין סיסטעם טוהט מען אויף גאר אסאך פאר די ענווייראמענט, אבער כ'וועל לאזן אנדערע טוהן די מלאכת הקודש.. אוודאי וועל איך פרובירן צו באקומען פעיפערלעס בילס, אבער בתנאי אויב א גארבעדזש בלייבט א גארבעדזש כמו שנהגו אבותינו מדור דור..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 11:10 pm
דורך שמערל
די קאטוילישע קירכע האלט אויך שוין יארן אז עוואלושן איז א פאקט, אזאך וואס די עוואנגעליסטן זענען די גרעסטע מתנגדים דערגעגן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:43 pm
דורך [NAMELESS]
לזכות הרבים

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:57 pm
דורך שמעקעדיג
נו, גיימיר אויפקליענען דעם פאסיפיק אקעאן?

https://www.bbc.com/news/amp/science-en ... t-45438736

https://www.usatoday.com/amp/1229694002

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2020 10:01 pm
דורך שמעקעדיג
EcoWatch: Mutant Enzyme Recycles Plastic in Hours, Could Revolutionize Recycling Industry.
https://www.ecowatch.com/mutant-enzyme- ... 86207.html

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2020 10:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב גראדע יו״ט געטראכט פון די אשכול און ארטיקל. מיט די וויירוס אפשטעלונג פון די וועלט, דארף מען זען עפעס א שינוי אין די אלע עניינים. די געסער זענען אבער פול מיט פלעסטיק הענטשקעס, אשר השליך ארם בהחפזם. אבער מ׳נוצט אסאך ווייניגער געאזלין און ע ס׳איז כמעט נישט דא קיין פליגעס

גיי גרין! (פה-סח 2)

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 4:19 pm
דורך מי אני
די קוואליטעטיוו שטודיע רעדט ארום איבער דאס אז אסטראנאטן וואס זעהן דעם ערד קוגל פון די הויכע ספערן, און באקומען אן אָווערוויוּ עפעקט, ווערן זייערע געפילן מער באיינפלוסט צו היטן אויף די ענווייראמענט. דאס היטן אויף דעם ״והארץ נתן לבני אדם״ ווערט באיינפלוסט ווען מ׳האט א פערספעקטיוו פון ״השמים שמים״.

ס׳איז א שאד אז ״טראמפ״, וואס איז מיט׳ן כולל גימטריא ״אסטראנאט״, איז נישט אזוי.

ביי די סארט נושאים דארף מען סתם אזוי אפבאכט גיבן נישט אריינצופאלן אינעם טרעדזשעדי אָוו די קאַמאַנס. דאס הייסט מ׳דארף זיך וואטשן נישט זיך צו נעמען טראכטן, ״אַה. מיין פּיצעלע חלק טוהט נישט אפ, און מיין זיך צוריקהאלטן וועט ממילא נישט אויפטוהן.״ מ׳דארף אין אכט נעמען אז די פראבלעם קומט צושטאנד מכח דעם טאקע וואס יעדער טראכט אזוי. מ׳דארף געדענקען אז יעדער דארף טוהן וואס ער קען און זיין חלק, ופרוטה ופרוטה מצטרפת.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 9:19 am
דורך מי אני
איך האב געקלערט אז דער רלב״ג זאגט אין מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״ב סופ״ד) אז די קאליר גרין [ירוק] איז די ממוצע בין הצבעים ע״ש. איז דאס דער רמז טאקע אין ״גיי גרין״, ווייל ווי באקאנט זאגט דאך דער רמב״ם (דעות א ד) אז מ׳דארף גיין בדרך הממוצע/בינונית.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 4:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לאמיר צולייגן מיינע צוויי צענט, איך בין דייקא יא א שטיקל tree hugger און איך וואלט געקענט ביישטיין צוריקצוהאלטן אן עפאקאליפס ווען איך האלט ווען אז ס׳איז מעגליך. איך פלעג שטארק מקפיד זיין אויף ריסייקלינג ביז איך האב מיך דערוואוסט אז אלעס ווערט געדאמפט אויפ׳ן זעלבן פלאץ סייווי, און ס׳דא נאך אסאך בעלאוני אין די אלע זאכן. איך האלט נישט אז די וועלט וועט אונטערגיין, די וועלט קען נאך אנגיין פאר א לאנגע צייט, ס׳נאר דאס מענטשהייט וואס וועט אפגעווישט ווערן, ס׳איז א פראגע פון צייט אבער ס׳גייט געשעהן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 5:42 pm
דורך הוגה
[justify]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פלעג שטארק מקפיד זיין אויף ריסייקלינג ביז איך האב מיך דערוואוסט אז אלעס ווערט געדאמפט אויפ׳ן זעלבן פלאץ סייווי


איך בין אויך שטארק אנטוישט געווארן ווען כ'האב לעצטענס געליינט אן ארטיקל אז די גאנצע רעסייקלינג ביזנעס איז א פארנעפלטע פרשה. די רייכע לענדער שוקן עס אפ צו דריטע-וועלט לענדער, וואו ארימע מענטשן פארברענען עס אין ריזיגע קעמיקאל פייערען וואס מאכן קראנק די ארטיגע איינוואוינער און געבן צו צו די וואקסענדע pollution.

איז וואס איז די ענטפער? זאל מען יעצט אויפגעבן? איך ווייס באמת נישט.

אבער מיין אפיניאן איז אלץ געווען אז די ענטפער ליגט אין נידערן consumption ווי איידער אין רעסייקלינג.


.[/justify]

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 5:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מיר האט אמאל א גויאישע בחור פון טעקסאס געזאגט אז ער האט געזעהן מיט די אייגענע אויגן ווי די ריסייקלינג ווערט געדאמפט אין א לענדפיל, זינט דאן בין איך זייער שטארק מקיל אין די זאכן, איך מיין אז די בעסטע עצה איז זיך מחזק צו זיין מיט די דא״ח פון דשארדש קארלין...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 7:29 pm
דורך קורקלענד
אמאל געזען א דאקומענטרי פון סטאססעל ווי ער ווייזט אז רוב פלאסטישע פלעשער שיקט מען אפ קיין אינדיע און מ'לאזט עס דארט ליגן און פארפעסטיקונג.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 7:30 pm
דורך קורקלענד
הוגה האט געשריבן:[justify]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פלעג שטארק מקפיד זיין אויף ריסייקלינג ביז איך האב מיך דערוואוסט אז אלעס ווערט געדאמפט אויפ׳ן זעלבן פלאץ סייווי


איך בין אויך שטארק אנטוישט געווארן ווען כ'האב לעצטענס געליינט אן ארטיקל אז די גאנצע רעסייקלינג ביזנעס איז א פארנעפלטע פרשה. די רייכע לענדער שוקן עס אפ צו דריטע-וועלט לענדער, וואו ארימע מענטשן פארברענען עס אין ריזיגע קעמיקאל פייערען וואס מאכן קראנק די ארטיגע איינוואוינער און געבן צו צו די וואקסענדע pollution.

איז וואס איז די ענטפער? זאל מען יעצט אויפגעבן? איך ווייס באמת נישט.

אבער מיין אפיניאן איז אלץ געווען אז די ענטפער ליגט אין נידערן consumption ווי איידער אין רעסייקלינג.


.[/justify]

נאך א ברירה איז נישט צו רעסייקלן און אזוי גייט עס כאטש אריין אין א לענדפיל און ס'פארפעסטיגט נישט די וועלט.