בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 1:40 pm
דורך כוכב
ניין, נישט אביגיל. און זיי מיר מוחל, קיינער ווערט נישט אנגערייצט.
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 2:44 pm
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:איך שיס פאר געלעכטער, ומקורו מאייוועלט.
????
מונח בזכרוני אז ס'איז פון ליבי פאלאק,
קוק דא
viewtopic.php?f=4&t=480
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
אין מער אן ערנסטער מינע, בנוגע מיין לייקס אפעראציע האב איך שוין גערעדט כמה פעמים, דרוש משם.
אבער די עיקר סיבה פארוואס איך האב אנגעצויגן אזא מספר לייקס, איז צוליב די תוכן הדברים.
איך בין לאו דוקא דער בעסטער קאפ, קלוגסטער שרייבער, מערסט תוכנ'דיגע שרייבער, וכו'. אבער איך האב זיכער געשריבן מער ווי סיי ווער דא אין ק"ש [אינקלודינג חברים וואס האבן געשריבן מער תגובות ווי מיר, צומאל אפילו פיר פינף מאל אזוי פיל ווי מיר].
איך האב בכתובים קרוב צו פינף הונדערט בלעטער [!!!], פון זאפטיגע אשכולות און נושאים וואס איך האב אפגעשריבן דא אין קאווע שטיבל. דאס זענען נישט קיין פטפוטי דברים, און אוודאי נישט סתם הערה'לעך. נאר זיי באשטייען פון נושאים וואס איך האב אדורכגעאקערט בדם התמצית, אפגעשריבן שיין און מסודר, קלאר און מפורש ומפורט, און ווי [tag]כוכב[/tag] האט זיך אויסגעדריקט 'תורה מפוארה בכלי מפואר'. און ווי [tag]קאווע טרינקער[/tag] האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז מ'קען ממש זוכן מיט לעכט טעותים אין ספעלינג, אין מיינע תגובות.
אזוי אויך, בין איך ב"ה נישט באגרעניצט צו איין-צוויי סארט נושאים [פאעזיע, שמייכל, אד"ג], נאר איך האב שוין געעפנט אשכולות אין כמעט יעדן פארום אפטיילונג פון קאווע שטיבל. דאס מיינט, אז איך רעד צו א גרעסערע ציבור ווי אנדערע ניקס וואס קענען נאר היסטאריע, אדער חקירה, אדער פאעזיע, אדער אדער אדער... דערפאר איז אויטאמאטיש אז מער ניקס וועלן לייקן און הנאה האבן פון מיינע אשכולות.
א באזונדערע קונץ איז צו קענען גיין צווישן די טראפן. קאווע שטיבל איז ב"ה א פלאץ פאר סיי ווער וואס האט קיין כח איינצוצוימען די מח, צו טראכטן נאר לויט ווי מאנכע האבן מחליט געווען. דאס מיינט אבער נישט אז יעדער איז אין זעלבן מצב אין אידישקייט, השקפה, וכו'. אדרבה, וויבאלד אויף ק"ש געפונען זיך אלע וואס זענען נישט באגרעניצט צו טראכטן דעם 'אנגענומענעם' חרד'ישן וועג, טראכט יעדער אייגנארטיג. רעכטע און לינקע, חסידים און ליטאים, פרומע און קילע. צו קענען שרייבן אויף א וועג וואס זאל נישט צו שטארק אויפרעגן ביידע לאגערן, איז א חכמה ומלאכה פאר זיך. איך וויל דאך אז מ'זאל נישט אפשטעמפלען אז "אדנירם איז 'צו רעכט' אדער 'צו לינק' אז כ'זאל בכלל ליינען וואס ער זאגט" [און אין תוך גענומען, ווייניג ווייסן דאס יעצט!]. דערפאר איז דא א גרעסערע עולם וואס לייקט, פונעם ברייטן ספעקטרום פון ק"ש.
נישט אומזיסט, אז מ'וועט אדורכגיין די
רשימה פון מיינע זעקס און זעכציג אשכולות, וועט מען זען אז רובא דרובא פון זיי האבן געצויגן תגובות מער פון איין בלאט, און געווענליך איז עס נישט געווען איבער נארישקייטן.
אגב, טאקע וויבאלד איך לייג אריין אזויפיל כח און מח אין מיינע שרייבערייען, אז ס'זאל אפעלירן צום גאנצן עולם, האב איך טאקע מער נישט קיין כח נושא בעול צו זיין, און דערפאר האב איך מער ווייניגער אויפגעגעבן אויף שרייבן לאנגע אשכולות ווי אמאל. און שרייבן אויף א שוואכערע לעוול, נישט מסודר, נישט דורכגעקלערט, און נישט באופן שיתקבל בפי רוב העם, איז מיר נישט ווערד. כ'בין צו א גרויסע פארפעקציאניסט.------
כ'האב מיך טאקע שיין מספיד געווען, אבער די סיבה דערפון איז אז מ'זאל וויסן פון וואו ס'נעמט זיך די עיקר מצב פון לייקס. רוב פון מיינע תגובות, זענען נישט סתם ארויס פון ארבל, און דערפאר איז עס גענוג באזעסן אז ס'זאל ווערד זיין א לייק.
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 3:09 pm
דורך שלי שלך
וויפיל איז די מערסטע לייקס וואס שש האט נאר אמאל באקומען פאר א תגובה?
Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 3:17 pm
דורך [NAMELESS]
דאס, דערווייל שבעים חסר אחת...
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 3:19 pm
דורך טאמבל סאס
.
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 3:23 pm
דורך שלי שלך
איך וואלט דיך ווען געגעבן די איינע לייק אז די זאלסט אנקומען צו זיבעציג אבער וואס זאל איך טון אז מ'קען נישט לייקן צוויי מאל..
Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 3:28 pm
דורך מר. קלונימוס
איך האב עס ערגענצט. יעצט איז עס שבעים ואחד חסר אחת...
נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 1:13 pm
דורך גאנצל
ליכא דלא רמיזא באוריתא
מ'האב מיר די וואך געליינט אין די קריאה
ומאה מכם 'רבבה' ירדופו
----------------
שש איך ווייס באמת נישט פון ווי דו שעפסט די כוחות און געדולד צו שרייבן אזעלכע שיינע און רייכע ארטיקלען אויף אזא שיינע מסורדיגע מקבלין על המוח והלב'דיגן אופן
באט איטס אלל אווער פלעזשור
לייק * 10000
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 2:37 am
דורך [NAMELESS]
[center]יאפס, 10,000 לייקס איז חלק פון די פארגאנגענהייט.
ב"ה כ'האלט שוין ביים 11,000'סטן לייק![/center]
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:58 am
דורך שמעקעדיג
מזל טוב, כן ירבו....
א דאנק פארן מהנה זיין כסדר!
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:23 am
דורך כוכב
אויס מורא פון עין הרע, נעם איך זיך אונטער וגדר גדרתי בעדי נישט צו לייקן שש פאר די קומענדיגע דרייסיג טעג וידינו לא שפכו את הדם הזה.
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:55 am
דורך גר ותושב
איך מיין אז דאס איז די ערשטע תגובה פון שש וואס האט אפילו נישט איין לייק.
viewtopic.php?p=341301#p341301
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 12:33 pm
דורך א איד
איינער האט געמוזט געבן א לייק דארט, פרעג פארוואס.
אבער די אמת'ע סיבה פארוואס עס האט נישט קיין לייק איז ווייל דער עולם האט געטוהן למעשה, און געלייקט דער וועקער נאכדעם.
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 2:05 pm
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:אויס מורא פון עין הרע, נעם איך זיך אונטער וגדר גדרתי בעדי נישט צו לייקן שש פאר די קומענדיגע דרייסיג טעג וידינו לא שפכו את הדם הזה.
כ'גיי אויסזאגן מיין טאטע, און ער האט זייער א לאנגע סטראפ.
וידיו שפכו את דם הכוכב, אויב ער גייט נישט לייקן!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:09 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:[center]יאפס, 10,000 לייקס איז חלק פון די פארגאנגענהייט.
ב"ה כ'האלט שוין ביים 11,000'סטן לייק![/center]
צייט רוקט זיך שנעל...[center]ב"ה כ'האלט שוין ביים 12,000'סטער לייק![/center]
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:19 pm
דורך קאצקע ציקער
אדנירם האט געשריבן:דאס, דערווייל שבעים חסר אחת...
שש קענסט שוין פיקסן דעי ליין ''ובגדול"
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:31 pm
דורך גאנצל
אדנירם האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:[center]יאפס, 10,000 לייקס איז חלק פון די פארגאנגענהייט.
ב"ה כ'האלט שוין ביים 11,000'סטן לייק![/center]
צייט רוקט זיך שנעל...[center]ב"ה כ'האלט שוין ביים 12,000'סטער לייק![/center]
דער איינציגער וואס שרעקט זיך דערפון איז שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
דו קענסט נישט שמעקעדיג...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 4:04 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:[center]יאפס, 10,000 לייקס איז חלק פון די פארגאנגענהייט.
ב"ה כ'האלט שוין ביים 11,000'סטן לייק![/center]
צייט רוקט זיך שנעל...[center]ב"ה כ'האלט שוין ביים 12,000'סטער לייק![/center]
עהההההמממ...
מ'האלט שוין ביים י"ג מכילין דרחמי, אזא י"ג דגלי אהב"ה, און בחינת "בר מצוה בחור'ל".
[center]ב"ה כ'האלט שוין ביים 13,000'סטער לייק![/center]מזל טוב, מזל טוב!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:29 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:צייט רוקט זיך שנעל...
!Wow אזא עניוות, נישט די לייקס רוקט זיך שנעל, נאר די 'צייט' גאר!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 4:17 pm
דורך פארבינדן
14000וועקער/אסיף
נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 4:20 pm
דורך [NAMELESS]
WOW, ניטאמאל באמערקט!
א חידוש אז דו ביזט אזוי ארויס מגדרך, ווען דו ביזט נישט קיין אקטיווער ניק [כ'האב מורא אז מ'גייט חושד זיין אז איך זעלבסט בין דיין ניק...].
האלט מיר שוין ביים מאכן דעם טויזנטסטער מאל א י"ד החזקה.