בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 1:29 am
דורך נהורא נפישא
אז ער ווייסט נישט אז די באנק מחמת כובדו וועט זיכער מאכן א חריצה, ער האט אונטערגעשאצט דעם באנק, אוודאי איז ער א מתעסק.
נאך מער אפילו ער האט צוויי בענק וואס ער ווייסט קלאר אז איינע פון די וועלן מאכן א חריצה, און ער איז מסופק וועלכע, הייסט דאס לדעת הט"ז נישט קיין פס"ר.
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 10:13 pm
דורך שטילע אינגערמאן
דא איז דא א אנדערע פראבלעים וואס קיינער האט נישט דא דערמאנט.
די נייע פרידזערעיטער אין פריזער מעסטען וויפיהל מאל די עפענט אויף, לאמער זאגן יעדער אכטע מאל די עפענסט צינד ער אן א גחלת של מתכת אוועק צו נעמען די אייז וואס איז אריין געקומען דורכן ווארימע לופט וואס איז אריין געקומען דורכן עפענען די כלי ( ווען מעפענט אויף קומט אריין ווארימע לופט אין דאס ווערט צו אייז, אין די גחלת נעמט די אייז אין מאכט עס צו וואסער), דאס איז די עיקור שאלה דא,
ס׳איז א דאורייתא לויט רוב פוסקים
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:דא איז דא א אנדערע פראבלעים וואס קיינער האט נישט דא דערמאנט.
די נייע פרידזערעיטער אין פריזער מעסטען וויפיהל מאל די עפענט אויף, לאמער זאגן יעדער אכטע מאל די עפענסט צינד ער אן א גחלת של מתכת אוועק צו נעמען די אייז וואס איז אריין געקומען דורכן ווארימע לופט וואס איז אריין געקומען דורכן עפענען די כלי ( ווען מעפענט אויף קומט אריין ווארימע לופט אין דאס ווערט צו אייז, אין די גחלת נעמט די אייז אין מאכט עס צו וואסער), דאס איז די עיקור שאלה דא,
ס׳איז א דאורייתא לויט רוב פוסקים
אויף דעם העלפט די שבת מאוד,
Re: עפענען א פרידז שבת
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 11:04 pm
דורך סאשי פיש
אין די עמי האבען זיי געשריבען אז די שבת מאוד העלפט נישט
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 11:05 pm
דורך שטילע אינגערמאן
סתם געהאקט א סטעיטמענט.
די שבת מאוד טוט גארנישט פון די זאכן, בס״ה איז מסופק טאמער ס׳האט א השפעה אויפן קאמפרעסעער, אבער די שבת מאוד טוט זיכער נישט אויפ אויפן גחלת של מתחת אין זיכער נישט אלע אנדערע שאלות ווי sensors, וואס כאפט אפ וופיהל מאל מעפענט אויף וגו׳
כדי מזאל נישט אריין גיין אין קיין ספיקות דארף די פרידז זיין געלאשען אינגאנצען, דאס טוט נישט שבת מאוד.
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 11:20 pm
דורך ירח בן יומו
גערעכט אז די מיט די שבת מאוד ווערען נאך אפגעטון אלע סארט מעסעדשעס אין די קאפמיוטער פון דיי פרידש, און אויף דעם האלט הרב היינמאן פון די סטאר-קעי אז סתם לעקטרישע כוחות (וואס טוען נישט אויפ'ן פלאץ קיין פעולות זענען נישט נאסר געווארן אין שבת.
Re: עפענען א פרידז שבת
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב אנגעפרעגט ביי סטאר קעי און זיי האבן מיר געשריבן אז מיט זייער שבת מאוד ווערט די דיפראסטער נישט נשפע דורך עפענען די טיר,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 11:34 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב אנגעפרעגט ביי סטאר קעי און זיי האבן מיר געשריבן אז מיט זייער שבת מאוד ווערט די דיפראסטער נישט נשפע דורך עפענען די טיר,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
טאמער קענסטו מסביר זיין ווי אזוי, ווייל וויפיהל איך פארשטיי האט מען אריין געלייגט דערין יארן ארבייט אין למעשה די איינציגסטע וועג אז די דיפראסטער זאל נישט נשפע ווערן (ביי די סארט וואס סווערט נשפע אויפן א קאונט, למשל יעדער צענטע מאל) איז טאמער די פרידז איז אינגאצען אויס געלאשען
Re: עפענען א פרידז שבת
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 7:53 am
דורך [NAMELESS]
איך בין נישט באקאנט מיט די טעכנאלאגישע פרטים, מען קען נאכקוקען אויף זייער וועבסייט ווי זיי שרייבן ביי יעדע פרידז וואס די שבת מאוד טוט אויף,
https://www.star-k.org/appliancesSent from my GT-I9192 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 8:31 pm
דורך יהושע חיים
אויף די סאטמער (וומ"ס) האטליין איז דא צוויי שיעורים אויף דער נושא (ארטענער און איינער פאשקעס)
718-506-9054
4 7 #62 #61
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:09 pm
דורך געוואלדיג
סתם לידיעה דער ארטענער איז דער ממציא פון די סמארט קאנטראל, נעמט דאס אין באטראכט ווען מען הערט זיין שיעור.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:45 am
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:טוט זיך טישן אויף בענק, א בעלזא אינגערמאן איז אויפגעקומען אז להלכה טאר מען נישט עפענען די נייע סארט ריפרידזערעיטע אין שבת, ווייל דאס ברענגט צו אז די מאשין זאל ארבייטען,
דער אינגערמאן איז אויפגעקומען מיט א פלאג וואס מען פאברעציט אין טשיינע אין דאס ברענגט צו אז ס׳זאל נישט באקומען די מעסידז ווען די פרידז עפענט זיך אדער פארמאכט זיך, דער פלאג קאסט אפ איבער א מאה, אין ער זאגט אז ס׳דעקט קום די קאסטן,
אסאך רבנים האבן שוין גערעגט דערוועגען ברבים אין געזאגט אז אןדי פלאג טאר מען נישט עפענען די פרידז נאר כלאחר יד.
דער אינגערמאן האט אריין געברענגט אפאר אלפים פון די פלאגז אין סאיז שוין נישט דא צו באקומען. כלל ישראל לאסט זיך קאסטן אויף שמירת שבת. אזוי אויך לויפט ער ארום אין געבט דרשות איבערן פראבלעימען פון די פרידז אין די רבנים זענען זיך מודה אז סאיז פארהאן א פראבלעים.
איינער מיט עפעס מער פרטים איז מכובד צו זאגן וואס ער ווייסט.
קודם כל וויל איך וויסן אויב ס'האט א השגחה פון די יו.על. אנדעררייטערס לעברעטאריעס. אדער פון די סי. עס.עי. די קענעדיען סטענדערדס עסאסישעישן. ווייל אן דעם האביך מורא דאס צו ניצן. ווייל ס'קען ח"ו מאכן א פייער. ספעציעל אז ס'קומט פון טשיינע.
צווייטנס. רוב גרויסע קאמפאניס וועלכע פאבריצירן עלקטרישע אפלייענסעס לייגן אריין אין זייערע כלים א שבת מאוד. דאס לעשט אויס די לייט און
לעשט נישט אויס דעם סירקולעישן פען ווען מ'מאכט אויף די טיר פון רעפרידזשערעיטער אדער פריזער.
אז א יונגערמאן וויל מאכן געלט, מהיכי תיתי. אבער גריבלען און זוכן נייע חומרות און איסורים אשר לא שערום אבותינו איז נישט אינטרעסאנט...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:42 am
דורך ציבעלע-קיגל
עס איז נישט גענוג, מען דארף נאך אפאר חומרא'לך, אפשר קאן איינער אויפקומען מיט א חומרא אז מען טאר נישט נוצען א טוילעט אןיף שבת?
אה אנטשולדיגט'ס עס איז שוין דא אזעלעכע צאדיקים.
רבותי הערטס אויף צו זיין פרומער פון דער באשאפער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 4:33 pm
דורך איש חזון
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:רבותי הערטס אויף צו זיין פרומער פון דער באשאפער.
וויאזוי האסטע אויסגעפונען ווי פרום דער באשעפער איז?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 7:46 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז נישט גענוג, מען דארף נאך אפאר חומרא'לך, אפשר קאן איינער אויפקומען מיט א חומרא אז מען טאר נישט נוצען א טוילעט אןיף שבת?
אה אנטשולדיגט'ס עס איז שוין דא אזעלעכע צאדיקים.
רבותי הערטס אויף צו זיין פרומער פון דער באשאפער.
ציבעלע קוגל: ס'איז שוין דא אזא רב און קהילה. זיי פלאשן נישט די טוילעטס גאנץ שבת. ווייל זייער טוילעט וואסער וועט טון 2 עבירות. ס'וועט אריבערגיין פון רשות היחיד צו רשות הרבים/כרמלית: אויך וועט עס גיין אויף גראז און ס'וועט פערטילייזן און מאכן וואקסן די גראז...!
איך בין מוחל דעם רבינ'ס חלות און געפילטע פיש און די אנדערע גוטע מאכלי שבת. דער אייבישטער זאלל מיך אפהיטן איך זאלל נישט אריינפאללן דארט אהין פאר א שבת...!
Re: עפענען א פרידז שבת
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:18 pm
דורך גראף
דאכ'ציך אז דעברעצינער רב זצ''ל ענטפערט איינעם ווי עס דארף צו זיין פאר פרעגן וועגן פלאשען א טוילעט אויף שבת.