בלאט 2 פון 7

Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 6:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א סימן שאלה ? מאכט נישט דיין ווערטער פאר א קשיא\שאלה. יא, וויבאלד ער האט זיך באוויזען מיט קלארער אנווייזונגען מיט א פאר טויזענט יאר צוריק, דעריבער דארף מען איהם הארכען. בניחותא.

דיין נישט פארשטייען די פסוקים מיט עשיו׳ס פילגשים ווייזט נאר אויף א מאנגאל פון לערנען. נעם דיר די ספרים און לערן זיך אפ וואס מיינט תורה שבכתב און וואס מיינט תורה שבע"פ, וואס באלאנגט דא און וואס באלאנגט דארט, פארוואס שכר ועונש האבען נישט וואס צו זוכען אין תושב"כ און די פילגשים פון עשיו יא. דאס קומט נישט אויף דער ראדיא צו סתם פון קלערען אין ביה"כ, דאס דארף מען גרונטליך לערנען און אויסארבעטען. לדאבונינו זענען דא אסאך וואס מיינען אז אידישקייט קען מען אפפטר׳ן מיט קינדער מעשה׳לעך און הנהגה׳לעך און לאזען דער לערנען פאר די ליידיגייערס. תורה דארף ארבעט און ס׳קומט זיך ארבעט פאר איהר.
הפך בה והפך בה דכולא בה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 9:04 am
דורך [NAMELESS]
איז דא נאך איינער וואס האט געזעהן אין מיינע ווערטער דאס וואס שבת האט געזעהן?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 11:11 am
דורך שבת אחים
.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 11:58 am
דורך שבת אחים
אמאליגע צייטן האט מען קיינמאל נישט אויסגעמעקט אזא תגובה, סאיז נישט קיין כפירה סאיז סה״כ א קשיא אין אידשקייט, נאר זייט געוואלדיג האט איבערגענומען קאווע שטיבל איז יעדע קשיא אין אידישקייט געווארן ״כפירה״... און אזוי ווילן ענק שמועסן אין ״העמק הדבר״ ווען מ׳מעקט אויס יעדע צווייטע תגובה?

שוין, איך האף ביז געציילטע חדשים צוהאבן מיין אייגענע בלאוג, איך ארבעט אויף דעם, דא איז א שאד די צייט.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:30 pm
דורך שבת אחים
הקטן גיט מארגן! שכוח פאר די לייק, ווי ביסטו געוועהן ביז איצט? האלטס נאכאלץ אז עוועלאציע איז א ליבעראלע האוקס? מהערט שוין נישט פון דיר, מוועט נאך באלד מיינען אז די האסט ענדליך איינגעזהן דעם אמת און אנגעהויבן גלייבן אין ״קאנטעמפארערי סייענס״, און פון [tag]הקטן[/tag] האט זיך ענדליך איוואלאט צו זיין א ״הגדול״

כ׳פרעג נאר?

Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳האט דא אן אשכול וועגען עמעצע׳ס שאלות. ווען איינער קומט פרעגען א שאלה, למשל פארוואס זענען מיר פארפליכטעט צו א גילוי פון אפאר טויזענט יאר צוריק (א שאלה וואס לכאורה האט נישט קיין פשט, וואס האט צייט אפשניט צוטוהן מיט אמת?), און ס׳וואלט זיך אנטוויקעלט א שמועס דערוועגען, וואלט עס געפאסט. נאר די תגובה איז געווען ליצנות אויף די חשבון פון אמונה און פאר דעם קומט זיך מחיקה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:03 pm
דורך דעת תורה
הקטן'ס לייק איז לכאורה געווען אויף דיין עפענען אן אייגענע בלאג...

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 9:29 pm
דורך אור חדש
ריכטיג האט געשריבן:אור חדש, דיין טענה מאכט נישט שווער צו פארשטיין "נהמא דכיסופא" נאר עס מאכט שווער צו פארשטיין "גאט'ס דרכים". נו נו, נישט דער ערשטער זאך אין גאט'ס דרכים וואס מען פארשטייט נישט, דארפסט נישט גיין ביז נהמא דכיסופא, פרעג פארוואס ער האט באשאפן הונגער כדי דער מענטש זאל וויסן אז ער ברויך עסן, זאל ער לכתחילה האבן באשאפן אז דער מענטש זאל נישט ברויכן עסן אויף צו קענען לעבן.

און אז דו פרעגסט שוין יא אויף דעם דוקא, פארוואס הויבסטו נישט אן פריער?, גאט איז עפעס געבינדן צו דעם "חק הטוב" וואס ער האט ווארשיינליך אליינס אוועקגעשטעלט? און לאמיר זאגן אז יא, איז ער דען געבינדן צו דעם "מחק הטוב להיטיב"? אלעס ביז דא פארשטייסטו, נאר דעם "נהמא דכיסופא" איז דיר שווער?

אלא מאי, דער גאנצע נהמא דכיסופא דאקטארינע איז נישט געמאכט צו פארשטיין פונקטליך וואס גאט'ס חשבון איז מצידו, ס'איז נאר געמאכט אז פאר אונז מענטשעלעך זאל דער סיסטעם זיך זעצען אין קאפ, וכבר כתב כן הרמח"ל בפירוש בריש דעת תבונות.


@ריכטיג דיין תשובה איז פראבלעמאטיש. מ׳קען נישט וועלען און מחליט זיין ווען זאכן ברויכן מאכן סענס און ווען מ׳ענטפערט ״נישט אלעס פארשטייט מען״.
איינע פון די גרעסטע אויפווייזונגען אז ס׳דא א גאט איז אט די שאלה ״קען דען זיין אזא קאמפלעצירטע וועלט וואס איז געשעהן ביי טשענס? נאר וואס דען, ס׳מוז זיין אז איינער האט דאס באשאפן! יעצט @ריכטיג אויב גייט מען מיט דיין מהלך אז נישט אלעס ברויך מען פארשטיין קען מען אט די זעלבע זאך ענטפערן אויף די אויבן דערמאנטע פראגע. נאר וואס דען? די סארט גערעדעכטס ״נישט אלעס ברויך מען פארשטיין״ איז אן אזיאטישע מהלך. אונזער יוגענט ברויך מען מער געבן צו פארשטיין פראגעס וואס מוטשען. נישט אוועק ווישען אזוי!

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 9:52 pm
דורך געוואלדיג
די הוכחה צום קיום פון הקב״ה איז טאקע נישט געבויעט אויף דעם נאר אויף מתן תורה, די סארט הוכחות קענען קומען נאר נאך דעם נישט אן קיין מתן תורה.

Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 9:58 pm
דורך קל וחומר
לאו דווקא, אמונה בה' האט זיך אנגעהויבן ביי אברהם אבינו.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:24 pm
דורך אור חדש
די הוכחה פון מתן תורה איז נאר גילטיג פאר די דור פון מתן תורה. מיר גלייבן כמעט גארנישט פון די פרימיטיווע מענטשן פון 3000 יאר צוריק. מענטשן פון 3000 יאר צוריק האבן געטוהן, געטראכט, געהאלטן מאדנע זאכן. ממילא אז זיי זאגן זיי האבן געזעהן גאט איז דאס נישט קיין הוכחה פאר היינטיגע מאדערנע מענטשן.
------
דיסקלעימער - דא רעדט מען פון הוכחות. מיר האבן אלע אמונה פשוטה און גלייבן אפי׳ אהן קיין הוכחות אז
שמע ישראל ה׳ אלוקינו ה׳ אחד

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:56 pm
דורך געוואלדיג
אפשר די מאנקי זיידעס פון וועם געוויסע שטאמען, נישט מיינע זיידעס.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 1:05 am
דורך אישתישבי
שבת אחים האט געשריבן:אמאליגע צייטן האט מען קיינמאל נישט אויסגעמעקט אזא תגובה, סאיז נישט קיין כפירה סאיז סה״כ א קשיא אין אידשקייט, נאר זייט געוואלדיג האט איבערגענומען קאווע שטיבל איז יעדע קשיא אין אידישקייט געווארן ״כפירה״... און אזוי ווילן ענק שמועסן אין ״העמק הדבר״ ווען מ׳מעקט אויס יעדע צווייטע תגובה?

שוין, איך האף ביז געציילטע חדשים צוהאבן מיין אייגענע בלאוג, איך ארבעט אויף דעם, דא איז א שאד די צייט.



און גראדע איז מיין טענה אז געוואלדיג נעמט זיך אהן פאר דיר צופיל.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 2:01 am
דורך [NAMELESS]
אור חדש, וואס איז דער פארגלייך בכלל? דער מושג "גאט'ס דרכים" איז by its very nature עפעס וואס איז למעלה מן הטבע און ממילא למעלה מן השגתינו, אלזא איינמאל מען קומט צו בהכרח אז ער עקזעסטירט איז נישט מעגליך צו יורד זיין לעומק מציאותו און א ודאי נישט לעומק דרכיו, קיינער האט זיך נאכנישט מתיימר געווען דאס צו פארשטיין, און אויב דו וועסט יא געפונען אזא איינעם איז יענער טאקע אן אזיאטישער מארעמארעשער (א שאד מען האט איהם פארמעקט...), נישט איך... קלוג איז דער וואס ווייסט זיינע לימיטס, און אויב די היינטיגע דור רעדט זיך איין אז ס'איז נישט דא קיין לימיטס און זיי קענען פארשטיין פונקטליך א געטליכע חשבון איז דאס א נער'יש דור. אויב וואלסטו מיר גרינטליך געלייענט - אן דיין הנחה אז עפעס וואס מען קען נישט פארשטיין איז אזיאטיש - וואלסטו מיר נישט באשולדיגט אין "אוועקווישן", אדרבה, איך פראביר קלארצושטעלן דעם לימיט.

דער מושג "קאמפלעצירטע וועלט" איז בהכרח יא עפעס וואס איז בהשגתינו ווייל מיר לעבן אין דער טבע און מיר קענען די טבע, און ווייל מיר קענענלערנען די טבע פארשטייען מיר טאקע אז "טבע" קען נישט זיין קיין ענטפער צו דער קאמפלעצירטע וועלט, אלזא איז דער מסקנא אז די בריאה מוז טאקע קומען פון עפעס וואס איז למעלה מן הטבע. דאס איז די צורת הדברים פון דעם הוכחה וואס דו דערמאנסט, און טאקע אדרבה, די מסקנת הדברים פון יענע הוכחה איז ווייטער אז עס איז למעלה מן השגתינו וכדאמרן. די אטעאיסטישע ווערסיע פון עוואלוציע פראבירט זיך צו ספראווענען דערמיט דורך פראבירן אויפצוווייזן אז עס איז יא שייך דורך טבע. (דערווייל מיט ווייניג הצלחה, אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס).

אלזא, איך האב נישט "געוועהלט און מחליט געווען" וואס מען קען פארשטיין און וואס נישט, ס'איז א פשוט'ע אנאליטישע חילוק.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 3:47 am
דורך שבת אחים
דעת תורה האט געשריבן:הקטן'ס לייק איז לכאורה געווען אויף דיין עפענען אן אייגענע בלאג...


ווייל איך נוטיג מיך טאקע זייער שטארק אין זיין לייק ספעציעל ווען סאיז נאך דא א גאנצע פירוש חי מיט צעהן הסברים אויף דעם לייק, איך דארף נישט קיין שום לייקס!, אין מיינע אויגן איז די לייק נאר געמאכט ווייל געווענטליך ווען מענטשען האבן א שמועס קען מען זעהן יענעמס ריאקציע דורך פשוט קוקן זיי אין פנים אריין, אבער אויף בלאוג ווי דו זעהסט נישט די אנדערע מיט וועמען די שמועסט איז וויכטיג צו וויסן די ריאקציע פון די מענטשען.

איך שרייב אויף ק״ש ווייל איך האב הנאה דערפון און ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן צו איינער לייקט מיך אדער נישט, איך ווייס זיכער אז אסאך מענשטען באלעקן זיך די פינגער מיט יעדע ווארט וואס איך שרייב, און איך ווייס אויך זיכער אז סאיז דא מענשטען וואס ווילן מיך אויפעסען לעבדיגערהייט פארן שרייבן מיינע בויך-וויי, איך גיי מיר אליינס, סוועט נעמען אביסלע צייט אבער איך האף בקרוב צו זיך מאכן שבת פאר זיך און עפענען א אייגענע בלאוג ווי קיינער וועט מיך נישט באלבעטעווען מעהר! ווייל איך קען נישט ליידן ווען מ׳זאגט מיר וואס צוטוהן, איך קען נישט איינהאלטן ענקערע ראולס דא אין ק״ש, עכ״ז האב איך שטארקע געפיל פאר ק״ש און פאר זייער הנהלה פארן זיך אויפפירן גאנץ מענטשליך צו מיר אפילו איך בין וואס איך בין און מיינע שיטות זענען נישט אין איינקלאנג מיט זייערס, און פון א ברונע וואס מ׳האט געטרינקן קטנ׳ט מען נישט צוריק אריין...

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 7:57 am
דורך אור חדש
געוואלדיג האט געשריבן:אפשר די מאנקי זיידעס פון וועם געוויסע שטאמען, נישט מיינע זיידעס.

דיינע זיידעס פון פאר 3000 יארן צוריק זענען נישט געווען פרימיטיוו?

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 8:24 am
דורך געוואלדיג
נישט בדעת,

איבעריגס וועט קיינער (אן קיין אגענדעס) נישט אפלייקענען א עדות פון אזוי פיל מענטשן, די גאנצע מענטשליכע היסטאריע איז אויף אזא וועג געבויעט.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 12:22 pm
דורך אור חדש
אונז האבן נישט קיין דירעקטע מסורה ביז מתן תורה. מיר ווייסן די מעשה פונעם תורה אליינס און פין דארט פארציילט מען עס ווייטער. ס׳ געווען א צייט וואס כלל ישראל האט אלעס אלעס פארגעסן.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 12:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי זיכער. פון מיין עלטערען האב איך אנדערש געהערט. מ'האט מעגליך פארגעסען געוויסע זאכען, אבער אז דער אויבישטער האט אויסגעוויילט דער פאלק ישראל צו היטען זיין תורה איז אייביג געווען באקאנט.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 12:54 pm
דורך געוואלדיג
אויב דיינע עלטערן האבן דאס נאר געלערנט פון די תורה דאן גאו אהעד און דראפ אלעס, מיינע עלטערן האבן מיר אנדערש געלערנט מפי זייערע עלטערן עד מתן תורה וכדברי ליטוואק.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 4:32 pm
דורך אור חדש
ח״ו. איך גלייב ווייל אזוי האט גאט באפוילען. נישט ווייל כ׳האב מברר געווען. דאס מיינט אמונה פשוטה!

Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 4:44 pm
דורך קל וחומר
דיין פראגע אידעך אבער 'מי ה' אשר אשמע בקולו'.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 4:47 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:הקטן'ס לייק איז לכאורה געווען אויף דיין עפענען אן אייגענע בלאג...


ווייל איך נוטיג מיך טאקע זייער שטארק אין זיין לייק ספעציעל ווען סאיז נאך דא א גאנצע פירוש חי מיט צעהן הסברים אויף דעם לייק, איך דארף נישט קיין שום לייקס!, אין מיינע אויגן איז די לייק נאר געמאכט ווייל געווענטליך ווען מענטשען האבן א שמועס קען מען זעהן יענעמס ריאקציע דורך פשוט קוקן זיי אין פנים אריין, אבער אויף בלאוג ווי דו זעהסט נישט די אנדערע מיט וועמען די שמועסט איז וויכטיג צו וויסן די ריאקציע פון די מענטשען.

איך שרייב אויף ק״ש ווייל איך האב הנאה דערפון און ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן צו איינער לייקט מיך אדער נישט, איך ווייס זיכער אז אסאך מענשטען באלעקן זיך די פינגער מיט יעדע ווארט וואס איך שרייב, און איך ווייס אויך זיכער אז סאיז דא מענשטען וואס ווילן מיך אויפעסען לעבדיגערהייט פארן שרייבן מיינע בויך-וויי, איך גיי מיר אליינס, סוועט נעמען אביסלע צייט אבער איך האף בקרוב צו זיך מאכן שבת פאר זיך און עפענען א אייגענע בלאוג ווי קיינער וועט מיך נישט באלבעטעווען מעהר! ווייל איך קען נישט ליידן ווען מ׳זאגט מיר וואס צוטוהן, איך קען נישט איינהאלטן ענקערע ראולס דא אין ק״ש, עכ״ז האב איך שטארקע געפיל פאר ק״ש און פאר זייער הנהלה פארן זיך אויפפירן גאנץ מענטשליך צו מיר אפילו איך בין וואס איך בין און מיינע שיטות זענען נישט אין איינקלאנג מיט זייערס, און פון א ברונע וואס מ׳האט געטרינקן קטנ׳ט מען נישט צוריק אריין...


טעיק איט איזי, שבת. אונז דארפען דיך דא פונקט ווי א יעדער אנדערע ניק געט צו צום פלאץ. קענסט מאכן אן אנדערע בלאג אבער דארפסט נישט אנטלויפן פון דא, און די זעלבע זאך פארקערט, נעם נישט צום הארצן וואס אנדערע שרייבן אפילו ס'שמעקט דיר נישט. יא'ל געט אווער איט. אביסל אהבת ישראל און א ביסעל געדולד.

תגובה זו נכתבה לע"נ הרה"ק ר' ישראל ב"ר ברוך זי"ע מוויזניץ