בלאט 2 פון 5

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:04 pm
דורך פליקער
איר מיזט פארשטיין אז דאס איז א מאנרוי באס, און קיין אנדערע שפרייך איז נישט פארהאן
כאפסט א ריק, איך ציפליק דיין ביבער היט, דם העטיך באוואשן, וחולם.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:20 pm
דורך שמעון וואלף
דאס איז אמאל זיכער אז דער יונגערמאן האט גארנישט געטון ראנג מיט'ן זיך נישט אויפשטעלן פאר'ן אלטער מטורף. מפני שיבה תקום מיינט נישט אז מ'דארף אוועקגעבן את פלאץ (עכ"פ ווען דער אלטער קען זיך זעצן ערגעץ אנדערש). קיין חזקה איז אויך נישט שייך דא ווייל דאס איז א פרייוועט קאמפעני און נישט קיין בית מדרש וואס געהערט פאר'ן ציבור.
נאר וואס דען למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז ער האט געהאט צוטון מיט א צעדרייטער וואס מ'קען מיט אזא איינעם נישט געווינען. כ'בין זיכער אז ער האט טויזענט מאל חרטה געהאט אפילו אויב ער איז געווען גערעכט.

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין מקנא דעם אלטען מיט זיין זעלבסט זיכערקייט. ער האט נישט קיין הו"א אז יענער מוז זיך נישט אויפשטעלען. ער קוקט אן דער רויטע אלס דער מאדנע מענטש וואס הייבט זיך נישט אויף! ווי ווערט מען אזוי זיכער מיט זיך? איינשטיין האט שוין א תירוץ, אבער ס'איז נתפעל צו ווערען.

און דער יונגערמאן זעט אויס האט אלס געהאלטען ביים זיך אויפשטעלען, ער האט נאר געפאדערט דאס ביסל רעספעקט אז מ'זאל עס אננעמען ווי זיין החלטה, נישט געצווינגענעהייט. אויך אביסל נעריש, אבער קומט נישט צו צו יענעמ'ס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:44 pm
דורך קינד_אן_קייט
לבי אומר לי, אז דער אינגערמאן האט זיך נישט אויפגעשטעלט צום סוף צוליב דעם זקן נאר צוליב לחץ הסביבה. סיי די ארומיגע און סיי דער דרייווער געבן דעם אלטן גערעכט און שפילן מיט, אן זיך צו בארעכענען אז אולי, אולי, באגייט מען דא אן עולה אויף פארקערט.

ס׳לאזט זיך נישט גלייבן וויאזוי ערוואקסענע מענטשן פארמאגן נישט דאס מינדעסטע השגה בכבוד האדם. אפילו אין סדום, איז כאטש געווען איינער. ר״ל.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:53 pm
דורך יעקב מענטש
קינד_אן_קייט האט געשריבן:לבי אומר לי, אז דער אינגערמאן האט זיך נישט אויפגעשטעלט צום סוף צוליב דעם זקן נאר צוליב לחץ הסביבה. סיי די ארומיגע און סיי דער דרייווער געבן דעם אלטן גערעכט און שפילן מיט, אן זיך צו בארעכענען אז אולי, אולי, באגייט מען דא אן עולה אויף פארקערט.

ס׳לאזט זיך נישט גלייבן וויאזוי ערוואקסענע מענטשן פארמאגן נישט דאס מינדעסטע השגה בכבוד האדם. אפילו אין סדום, איז כאטש געווען איינער. ר״ל.

מיר קוקט אויס ווי זיי האבן גאנץ גוט געכאפט נאר ווי דער כלל לויטעט "זיי קלוג, און נישט גערעכט". דער עולם איז יעצט נישט אינטערסירט אפצוהאלטן דעם באס ווייל דער אלטער האט זיך צופידעלט און האלט נישט ביים זאגן "פליז"

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:56 pm
דורך קינד_אן_קייט
יעקב מענטש האט געשריבן:דער עולם איז יעצט נישט אינטערסירט אפצוהאלטן דעם באס ווייל דער אלטער האט זיך צופידעלט און האלט נישט ביים זאגן "פליז"

ווער האלט אפ דעם באס?

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:04 pm
דורך יעקב מענטש
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:דער עולם איז יעצט נישט אינטערסירט אפצוהאלטן דעם באס ווייל דער אלטער האט זיך צופידעלט און האלט נישט ביים זאגן "פליז"

ווער האלט אפ דעם באס?

ס'קוקט אויס ווי דער דרייווער קען נישט ווייטער פארן אזוי, און אריינגיין אין א דין ודברים מיטן אלטן איז אים נישט געווען צום הארצן, ענדערש זאל דער אינגערמאן אויפגעבן אויף זיין ערליך פארדינטן רעספעקט פאר די טובה פון קהל, דעם אלטן גייט ער במילא נישט לערנען קיין לעססאן דער ברויך נאכמאל געבוירן ווערן, טא, וואס מאכסט דיך נאריש ?

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:09 pm
דורך קינד_אן_קייט
דער דרייווער קען לכאורה פיין פארן אויב ער וויל, ובכגון דא אמרו: Enablers are Secondary Abusers.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:14 pm
דורך חברהמאן
קינד_אן_קייט האט געשריבן:דער דרייווער קען לכאורה פיין פארן אויב ער וויל, ובכגון דא אמרו: Enablers are Secondary Abusers.

ער האט אויך געוואלט מיטהאלטן די סטצענע, אין ער האט נישט געוואלט זייןדי נעקסטע קרבן, די בהמה סטאפ שוין די באס איך וועל דיך דערווערגן!!!!

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:14 pm
דורך סמבטיון
דער יונגערמאן זאמער מוחל זיין, באט ער איז אן ערשט קלאסיגע נער, פאר וועלכע סיבה אין די וועלט איז ער מחיוב זיך אויפצישטעלן? פאר אזא אלטע קאקער וואס בענקט זיך נאך זיין ווייבס ווסת? און וואס רעגט מיר די מערסטע אויף איז דער שכן זיינע וואס איז אים מסביר זיך נישט נעריש צו מאכן נאר אויספאלגן דעם זקן ווי א וואויל יונגעלע. סארא חוצפה!

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:15 pm
דורך ליפא
When in Rome do as the Romans
דער פאקט איז אז דער מאנרא באס איז א אנדערע פלאנעט, פרעג יעדן איינער וואס פארט טעגליך מיט יענע באסעס, דארט האבן מענטשן זיצן וואס איז ווי זייער צווייטע היים, יעדן טאג ביידע וועגן צענדליגע יארן דארט שלאפן זיי דאווענען זיי לערנען זיי און ''אויך'' פארן זיי. גערעכט צו נישט געזעצליך צו נישט וואלט דער זיצער זיך געדארפט אויפשטעלן סיי ווי. פרעג זיך אביסל נאך וועסטו פארשטיין

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל איז די רענט?

#גוטעאיידיע

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:22 pm
דורך קאך_לעפל
ממרים הייתם עם השם אלוקיך... האט דער הייליגער קאצקער געטיישט "ממרים הייתם" "ווידערשפעניגער זענט איר געווען" "עם השם אלוקיך" "מיטן באשעפער אייער באשעפער. איז דער קאצקער מסביר ס'איז פארהאן אמאל וואס עמיצער פארמאגט אויסנאמליכע פארדארבענע מידות. ער איז גאר א גאון עצום במסכת השחתת המידות, און זיין וועזנהייט רופט ארויס אפשיי און עקל ביי די ארומיגע און צושויער. אבער דאס וואלט נאך אפשר מעגליך געווען עטוואס איבערצוטראגען.

נעמליך זענען אבער פארהאן נאך גרעסערע גאונים אין די סיגיא עמוקה פון השחתת המידות. דהיינו מ'נעמט דאך מיט דעם באשעפער אויך. מ'נוצט די מצות התורה צ.ב.ש וואו די מצוה פון הוכח תוכיח את עמיתך יענעם צו דערלאנגען וואו עס דארף צו זיין. דער רשע וועט יענעם אריינזאגען און דערגיין די יארן מיטן גרעסטען סאדיסטישקייט, אזש אז יענער זאל זיך נישט וואגען זיך צו באווייזען זיין רויט-געפארבטען פנים פארן פובלוקום פאר מינימום 2 חדשים. סטייטש? מען מיז דאך יענעם זאגן מוסר. ווער וויל דען אז דער טייוול זאל די נשמה זיינע גליען אינעם הייסען גיהינום אוטודאפע? ממרים הייתם עם השם אלוקיך. מ'נוצט ג-ט פאר די אייגענע פארדארבענקייט.. סארא פארברעך...

אין אונזער פאל. קומט ארויף א יונגערמאן אויפן באס, און צאלט טבין ותקלין פאר א באס-בילעט, ער לייגט ארויף די טאשקע זיינעם, מיטן טלית און תפילין זאק אינעם שופלאד צוקאפענס, און מאכט זיך באקוועם אויף זיין זיץ, און גרייט זיך צו פארכאפן א געשמאקע דרימעל...

מיטאמאל קומט ארויף אויפן באס א מה יעשניק, ער האט טאקע א ווייסע בארדע, מיט חסידישע ברילן, אבער אין דער ווירקליכקייט איז ער גארנישט מער ווי דעם יונגערמאן, נאר אפשר מיט דעם וואס ער האט געגעסן מער יארן פרענשרייס מיט בארשט און גריווען, און ער נעמט זיך פראקטערצירן זיינע פארשטינקענע מידות, מיט אן גרוילהאפטיגע השחתה, באנאזאם מיט זיין מארמארישע אזיאטישע וואלגארישע אויסשפרוך, און נעמט זיך באזידלען דעם איידעלען אומשולדיגען יונגערמאן... און דער גאצע באס האלט דאס מיט מיט א גלעכטער. און קיינער נעמט זיך גארנישט אן פאר דעם יונגערמאן... סטייטש? מפני שבה תקום... דער וואנזיניגער נוצט נאך ג-ט זעלבסט פאר זיין פינסטערע השחתה...

אין דער ווירקליכקייט איז זיך דער יונגערמאן אליינס שולדיג.. ער וואלט דעם מטורף געדארפט פארוואנדעלן פאר א מרוח אשך אויפן ארט....אזוי אז דער שרייער זאל פארלירען דעם קינדער פראדוצירער זיינעם באלד דארט אויפן ארט. און אז דער יונגערמאן האט דאס נישט געטאן, האב איך מיט אים קיין מיטלייד... נישט בלויז ווייל דער צויושטער באקאווינער ציגיינער איז א פארפוילטען בולוואן. נאר צילוב דעם וואס ער האט נאך די פרעכהייט צו נוצן דעם גוטען ג-ט, געבענטשט זאל זיין זיין הייליגטום פאר זיין שאנדפולע השחתה...

דער קליפ איז דער גרעסטער פארשעמונג פאר די מענטשליכע ראסע.... ס'איז אן עקל און א גרויל... פוי.....

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין דער עולם מיסט די פוינט!!!

ס'איז אירעלעווענט צו דער אינגערמאן הנקרא רויטע קי איז א טיפש ווייל ער וואלט געדארפט וויסן אז מאנרוי באס איז פאר דעי רייזענדע די צווייטע הויז נאך זייער דירה... נאך פאר די באנגעלוי אפי'.

טיפש - שמיפיש. וואלט געדארפט - שמאלט געדארפט. דעיס אלעס קומט נישט דא אריין.

----
דער פרעכהייט פון דעם אלטען איד 'דער ווסת זעהר' וואס ווייסט פון א געהיימער קוואל אז דער אינגערמאן מוז.. מוז.. מוז.. און נאכאמאל מוז פליען פון דאנעט אז נישט פליעט דער קי ארויס פון באס און באקומען א ווסת פאר די רעסט אף היס לייפ. - און דער עולם האט נישט דער מינדעסטן צושטימונג צום נעבעכדיגן אינגערמאן וואס אזל סומקא'ט ווי א קי, איז ביאנד מי. ער בעט זיך ווי קמצא פאר זיין (אנדער) מינימום רעספעקט, וואס קומט זיך פאר א יומען ביאינג, און גארנישט, דער עולם לאכט אים אין פנים, און טאדעלט אים נאך פאר זיין (אומ') רעכט וואס ער באגייט. דער זיידע שיסט וויצען און די שכנים לאכן ווי זיבעלעך. דיסריספעקט במילואו. שעים.

מינימום רעספעקט פאר א יומען ביאינג. אופס, פארגעסן ער איז דאך א קי...




[במאמר המוסגר, ווען צדיקים וואלטן פארפירט מיט דעי קאנפידענט נוסח פון מוז.. מוז.. מוז.. אז משיח זאל שוין קומען; וואלט ער שוין לאנג דא געווען.]

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:When in Rome do as the Romans
דער פאקט איז אז דער מאנרא באס איז א אנדערע פלאנעט, פרעג יעדן איינער וואס פארט טעגליך מיט יענע באסעס, דארט האבן מענטשן זיצן וואס איז ווי זייער צווייטע היים, יעדן טאג ביידע וועגן צענדליגע יארן דארט שלאפן זיי דאווענען זיי לערנען זיי און ''אויך'' פארן זיי. גערעכט צו נישט געזעצליך צו נישט וואלט דער זיצער זיך געדארפט אויפשטעלן סיי ווי. פרעג זיך אביסל נאך וועסטו פארשטיין

ווי אלט זענט איר?? געווען ביים לאגער??? אנדערש פארשטיי איך נישט וויזוי דו קענסט שרייבען די שפראך

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 4:26 pm
דורך יחיאל יעקבזון
קאך_לעפל האט געשריבן:מיטאמאל קומט ארויף אויפן באס א מה יעשניק, ער האט טאקע א ווייסע בארדע, מיט חסידישע ברילן, אבער אין דער ווירקליכקייט איז ער גארנישט מער ווי דעם יונגערמאן, נאר אפשר מיט דעם וואס ער האט געגעסן מער יארן פרענשרייס מיט בארשט און גריווען, און ער נעמט זיך פראקטערצירן זיינע פארשטינקענע מידות, מיט אן גרוילהאפטיגע השחתה, באנאזאם מיט זיין מארמארישע אזיאטישע וואלגארישע אויסשפרוך, און נעמט זיך באזידלען דעם איידעלען אומשולדיגען יונגערמאן... און דער גאצע באס האלט דאס מיט מיט א גלעכטער. און קיינער נעמט זיך גארנישט אן פאר דעם יונגערמאן... סטייטש? מפני שבה תקום... דער וואנזיניגער נוצט נאך ג-ט זעלבסט פאר זיין פינסטערע השחתה...

אין דער ווירקליכקייט איז זיך דער יונגערמאן אליינס שולדיג.. ער וואלט דעם מטורף געדארפט פארוואנדעלן פאר א מרוח אשך אויפן ארט....אזוי אז דער שרייער זאל פארלירען דעם קינדער פראדוצירער זיינעם באלד דארט אויפן ארט. און אז דער יונגערמאן האט דאס נישט געטאן, האב איך מיט אים קיין מיטלייד... נישט בלויז ווייל דער צויושטער באקאווינער ציגיינער איז א פארפוילטען בולוואן. נאר צילוב דעם וואס ער האט נאך די פרעכהייט צו נוצן דעם גוטען ג-ט, געבענטשט זאל זיין זיין הייליגטום פאר זיין שאנדפולע השחתה...

דער קליפ איז דער גרעסטער פארשעמונג פאר די מענטשליכע ראסע.... ס'איז אן עקל און א גרויל... פוי.....


יעדעס ווארט פערל! Priceless
כ׳קען נישט קומען צו זיך מרוב געלעכטער.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 4:54 pm
דורך שמעקעדיג
ליפא האט געשריבן:When in Rome do as the Romans
דער פאקט איז אז דער מאנרא באס איז א אנדערע פלאנעט, פרעג יעדן איינער וואס פארט טעגליך מיט יענע באסעס, דארט האבן מענטשן זיצן וואס איז ווי זייער צווייטע היים, יעדן טאג ביידע וועגן צענדליגע יארן דארט שלאפן זיי דאווענען זיי לערנען זיי און ''אויך'' פארן זיי. גערעכט צו נישט געזעצליך צו נישט וואלט דער זיצער זיך געדארפט אויפשטעלן סיי ווי. פרעג זיך אביסל נאך וועסטו פארשטיין

לאמיר פארשטיין דיינע ווערטער, מיינסט צו זאגן, ער וואלט געדארפט וויסן אז דארט איז א ZOO, ממילא - גערעכט צי נישט - געזעצליך צי נישט - תורה'דיג צי נישט - דא הערשט נישט קיין געזעצן, נאר אנארכיע, ס'טייטש, ס'איז דאך דער מאנרא באס, אן אנדער פלאנעט, א תיבה פון רשעות און טיפשות אין א מבול פון נארמאלקייט, פרעג זיך נאך אביסל וועסטו פארשטיין.... גוט פארשטאנען??
קאמאן @ליפא, פון דיר האב איך עס נישט ערווארטעט צו הערן, ביסט קלוגער פון דעם! און בכלל האסטו אנגעשמירט א נייסע ליילעך אויף אזויפיל נארמאלע וואוילע אידן וואס פארן יעדן טאג אויף דעם ZOO BUS.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 5:27 pm
דורך יחיאל יעקבזון
גראדעמעכעלע האט געשריבן:פעלט טאקע אויס א אשכול אין קאווע שטיבל צו דעבאטירן א אלטנ'ס אויסברוך אויף א באס?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk


יא. אבסאלוטלי יא!
איבערהויפט ווען ס׳גאנץ ארומיגע איז פארקרומט אין שיטה.
אין אט דעם עקלהאפטיגן עפיזאד ליגן יסודות׳דיגע לימודים אין יהדות. כ׳האלט גאהר אז דאס ברויך אריינגעלייגט צו ווערן אין אונזער קאריקיולום בכדי די יונגווארג זאל צוזעהן וויאזוי ס׳קוקט אויס א מענטש וואס זעהט און פארשטייט נאר זיך — עגאצענטריש. כ׳וואלט אבער געוויזן נאר ביז׳ן מאמענט וואס דער בארויבטער און בא׳עולה׳טע האט זיך נעביך געמוזט אויפהייבן פונעם ארט מיט בושות. מ׳טאהר נישט ווייזן אז טעראר צאהלט זיך אויס. נאו סיר!
צו אלע מיטרייזענדע און ענעיבלערס האב איך איין ווארט: פוי!

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 5:50 pm
דורך שלום על ישראל
איך בין מיט די וואס זאגן אז דעם עולם דארט טוט אפשר א גרעסערע עוולה ווי דער אלטער פרא אדם.

אבער לבי אומר לי אז די גאנצע קליפ איז נישט די גאנצע געשיכטע. ווי אזוי איז בייגעפאלן פאר איינעם צו נעמען ווידיא? ס'איז הויך מעגליך אז די מחלוקה גייט שוין אהן פאר עטליכע עפיזאדן וכדומה, אהין און צוריק, אז ס'איז צוגעקומען צו די מצב.

נאכאמאל: עס בארעכטיגט נישט דעם אלטן רשע און אויך נישט די ארומיגע, אבער ס'קען געבן א שטיקל פראספעקטיוו.

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 7:47 pm
דורך גראף
קאך_לעפל האט געשריבן:ממרים הייתם עם השם אלוקיך... האט דער הייליגער קאצקער .... ס'איז אן עקל און א גרויל... פוי.....


אשפ''ג אזא שפראך?! [emoji23] [emoji23]

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 8:23 pm
דורך טאמבל סאס
פארקערט, אויב איז דער סכסוך און אזוי אויך דאס פאטאגראפירן אויספלאנירט געווען גראטילור איך הערשט דעם אינגערמאן פאר'ן מקדש שם שמים זיין און שטעלן אין פלאץ דעם אלטן סעקסיסט פארץ. גענוי ווי ראזא פארקס בשעתה (ווען זי האט געכאפט די ווסת [emoji23] ) אנישט וואלט איך דעם אינגערמאן דן געווען פאר'ן נישט אויפגעבן דאז פלאץ און אבי געזונט מאכן א סצענע. לאמיר אלע אפלאדירן דעם היראו. קודאס! מפני שיבה תקום - זאלט איר רעוואלטירן!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 8:42 pm
דורך ליפא
שמעקעדיג האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:When in Rome do as the Romans
דער פאקט איז אז דער מאנרא באס איז א אנדערע פלאנעט, פרעג יעדן איינער וואס פארט טעגליך מיט יענע באסעס, דארט האבן מענטשן זיצן וואס איז ווי זייער צווייטע היים, יעדן טאג ביידע וועגן צענדליגע יארן דארט שלאפן זיי דאווענען זיי לערנען זיי און ''אויך'' פארן זיי. גערעכט צו נישט געזעצליך צו נישט וואלט דער זיצער זיך געדארפט אויפשטעלן סיי ווי. פרעג זיך אביסל נאך וועסטו פארשטיין

לאמיר פארשטיין דיינע ווערטער, מיינסט צו זאגן, ער וואלט געדארפט וויסן אז דארט איז א ZOO, ממילא - גערעכט צי נישט - געזעצליך צי נישט - תורה'דיג צי נישט - דא הערשט נישט קיין געזעצן, נאר אנארכיע, ס'טייטש, ס'איז דאך דער מאנרא באס, אן אנדער פלאנעט, א תיבה פון רשעות און טיפשות אין א מבול פון נארמאלקייט, פרעג זיך נאך אביסל וועסטו פארשטיין.... גוט פארשטאנען??
קאמאן @ליפא, פון דיר האב איך עס נישט ערווארטעט צו הערן, ביסט קלוגער פון דעם! און בכלל האסטו אנגעשמירט א נייסע ליילעך אויף אזויפיל נארמאלע וואוילע אידן וואס פארן יעדן טאג אויף דעם ZOO BUS.

אויף עפעס א וועג האב איך געמוזט געוואר ווערן אז איך בין קלוג, האט זיך עס געלוינט ;)

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:10 pm
דורך פרייוויליג
ווען ג-ט ב״ה איז ארומגעגאנגן צווישן די פעלקער און געפרעגט: ווילט איר מקבל זיין די תורה? האבן די פעלקער געזאגט: געב מיך א סעמפעל פון א איד, איך וויל זען אויב עס לוינט מיך, האט דער אייבירשטער ארויסגעצויגן ׳דעם מארמארישע איד׳ פון די באס און געזאגט האי לך! האבן די פעלקער געזאגט: ניין!