בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 12:14 pm
דורך שמעקעדיג
Re: ונפשי יודעת
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 2:05 pm
דורך מפוזרי
ר' שמעקעדיג; פון דער גאנצער אינטעלעקטועלער שמועס דא, האט דיר גארנישט געכאפט אחוץ דעם זעקסטל?
צי ביסטו גאר פון די נישט זעקסטלעך געבער'ס?
Re: ונפשי יודעת
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 3:14 pm
דורך שמערל
נישט קיין חילוק צו יאיר איז גערעכט מיט זיין החלטה עס אראפצונעמען, פארשטיי איך נישט די חוצפה פון א צווייטן צו מפרסם זיין יענעמ'ס א שיר אן רשות. קאווע שטיבל איז נישט קיין פאבליק דאמעין און דאס מפרסם זיין דא עפעס מיינט נישט אז ס'איז הפקר לכל, אויב די בעלי הסייט האבן איבערגעלאזט א רעכט דא צו מעקן, קען קיינער נישט צונעמען די רעכט פון איינעם וואס דיסיידט צו נוצן זיינע רעכטן.
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 3:18 pm
דורך לעיקוואד
ריכטיג האט געשריבן:לעיקוואד גייט ווייזט אויס אויך אויפהערן צו פאוסטן אנליין, זיין סייט איז down!

שכויעח פארן באמערקן. עס איז געווען א פראבלעם מיט די סערטיפיקיט. שוין פארראכטען.
Re: ונפשי יודעת
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 3:52 pm
דורך מפוזרי
שמערל האט געשריבן: אויב די בעלי הסייט האבן איבערגעלאזט א רעכט דא צו מעקן, קען קיינער נישט צונעמען די רעכט פון איינעם וואס דיסיידט צו נוצן זיינע רעכטן.
אייגענטליך האט מען נישט קיין רעכט, לויט די פאָרשריפטן, צו מעקן נאכדעם וואס מ'האט שוין רעאַגירט דערויף.
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 3:52 pm
דורך קל וחומר
שמערל האט געשריבן:נישט קיין חילוק צו יאיר איז גערעכט מיט זיין החלטה עס אראפצונעמען, פארשטיי איך נישט די חוצפה פון א צווייטן צו מפרסם זיין יענעמ'ס א שיר אן רשות. קאווע שטיבל איז נישט קיין פאבליק דאמעין און דאס מפרסם זיין דא עפעס מיינט נישט אז ס'איז הפקר לכל, אויב די בעלי הסייט האבן איבערגעלאזט א רעכט דא צו מעקן, קען קיינער נישט צונעמען די רעכט פון איינעם וואס דיסיידט צו נוצן זיינע רעכטן.
יעדער האט זיך זיינע רעכטן. ער מעג מעקן. איך מעג שרייבן.
וואס וואלסטע געזאגט ווען איינער וואלט רעאגירט צום שיר ציטירענדיג דעם גאנצן שיר און שפעטער איז יאיר מחליט צו מעקן, קען ער יענעם מחייב זיין צו רעדאגירן זיין תגובה?
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 6:06 pm
דורך יאיר
לעולם זענען די קריטיקירער גערעכט, און נישט ווייל כ'האב באקומען דעם גליק פון א בעננער, נאר ווייל אז כ'האב עס ארויפגעשטעלט זאל עס שוין בלייבן.
די סיבה פארוואס כ'האב עס אראפגענומען איז ווייל דאס גאנצע ארויפלייגן איז מיר געווען א בדיעבד, און כ'פיל אז כ'האב מיך באנארישט דערמיט. דער שיר ליגט שוין ביי מיר א לאנגע צייט, און איך האב אינוועסטירט גאר אסאך צייט און כוחות אין דעם. איך האב געהאפט עס צו פאבליצירן אויף א מער רעספעקטפולע פלאטפארמע, און למעשה שטעל איך עס ארויף דא ווי א נאר אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס היום כאן ולמחר בקבר, איינמאל עס איז אראפ פון אקטיווע אשכולות וועט קיינער אפילו נישט קוקן דערויף. און אפילו בשעת עס איז דא זענען פארהאן ווייניג וואס נעמען זיך די מיה עס דורכצוליינען בעיון.
דאס איז בכלליות א שטארקע עגמת נפש און אומגעהויערע צער פאר מיר. איך האב זיך באקוועם געמאכט מיט'ן אינוועסטירן מיינע בעסטע כשרונות אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס איז הויפטזעטליך באשטימט אויף נייעס און גאסיפ און קריטיקירן דעם סיסטעם. כאטש עס איז געווען א מעלה פאר מיר זיך צו עפענען דא, ווי איך האב שוין געשריבן אין דער פארגאנגענהייט, האט דאס מיר געברענגט אן א שיער צער און יסורים אויף א פארנעם וואס איז שווער צו ערקלערן אין די ראמען פון א קורצע תגובה'לע.
Re: ונפשי יודעת
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 6:21 pm
דורך טאמבל סאס
קל וחומר האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:נישט קיין חילוק צו יאיר איז גערעכט מיט זיין החלטה עס אראפצונעמען, פארשטיי איך נישט די חוצפה פון א צווייטן צו מפרסם זיין יענעמ'ס א שיר אן רשות. קאווע שטיבל איז נישט קיין פאבליק דאמעין און דאס מפרסם זיין דא עפעס מיינט נישט אז ס'איז הפקר לכל, אויב די בעלי הסייט האבן איבערגעלאזט א רעכט דא צו מעקן, קען קיינער נישט צונעמען די רעכט פון איינעם וואס דיסיידט צו נוצן זיינע רעכטן.
יעדער האט זיך זיינע רעכטן. ער מעג מעקן. איך מעג שרייבן.
וואס וואלסטע געזאגט ווען איינער וואלט רעאגירט צום שיר ציטירענדיג דעם גאנצן שיר און שפעטער איז יאיר מחליט צו מעקן, קען ער יענעם מחייב זיין צו רעדאגירן זיין תגובה?
דאס איז געפרעגט ווי אן אויבער חכם. וואלט יאיר יענעם געבעטן שיין עס צו פארמעקן. ציטירן אזא לאנגע תגובה איז סייווי אסור מצד די תקנת המקום. און צו @מפוזרי, יאיר האט דאך לכתחילה נישט געלייגט דער שיר, און נאכדעם אויך נאר נאך בקשות. ווי אויך איז ער חשוב גענוג מ'זאל אים מאכן אן אויסנאם. וחוץ מזה טוט איין עוולה נישט פארענטפערן דאס צווייטע.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: ונפשי יודעת
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 7:05 pm
דורך טאמבל סאס
יאיר האט געשריבן:
איך האב געהאפט עס צו פאבליצירן אויף א מער רעספעקטפולע פלאטפארמע און למעשה שטעל איך עס ארויף דא ווי א נאר אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס היום כאן ולמחר בקבר.....האט דאס מיר געברענגט אן א שיער צער און יסורים אויף א פארנעם וואס איז שווער צו ערקלערן אין די ראמען פון א קורצע תגובה'לע.

 איים סארי יאיר, ס'טוט מיר באמת וויי צוהערן. ווי ווייט איך ווייס האב איך נישט א חלק געהאט. ויה"ר שלא יהא חלקי עמהם. אבער בשעה וואס דו טראכסט פון דער פארום וואס איז היום כאן ולמחר בקבר, טראכט שוין פונעם גאנצען מענטש אזוי. דאס איז א פאראדאקס, אויב האלט מען פונזיך האט מען העכערע ערווארטונגען אבער זיי צו באקומען דארף מען ארבעטען שווערער, נו האלט מען דאך נישט פון זיך, איז וועמען'ס עבד ביסטו? דיינער אליינס? וואס ביסטו שולדיג דיין נפש און וואס האט ער שוין אזוי געטוהן פאר דיר אז דו דארפסט זיך אוועקהרגנען פאר אים? מ'זאגט, איך דארף מיך טריעטן צו א שטיקל קעיק איז פשט אז מ'האלט פון זיך און מ'פיהלט אז מ'דארף דעם זאך טריעטן. האלט נישט אז מ'דארף דעם זאך טריעטן וועסטו נישט שארפן ארבעטן שווער אים צו טריעטן אדער פיהלן אפסעט ווען ער ווערט נישט געטריעט. קען זיין אז דאס איז טאקע טייטש פון לשמה; דאס לייגן עס אויף דעם פארום.
כ'האף אז ס'איז נישט לעיקוואד וואס האט דיך צוגעזאגט בעסערע גליקן. והאמת, אויב איז עס א פארום וואס למחר איז ער נישטא קען מען דאך דעם שיר טאקע איבערנוצן אין א יאר צוויי ארום.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: ונפשי יודעת
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 7:09 pm
דורך קל וחומר
כ'זעה אז מ'דארף צונייך רעדן ברחל בתך.
יאיר מיטן מעקן דעם שיר און שרייבן וואס ער האט געשריבן - הגם ער האט די פילע רעכטן דאס צו טוהן - האט ער פוגע געווען באופן ישיר אינעם כבוד פון די חברים דא.
ס'טייטש דאס מעקן איז געווען א מעסעדש, נישט ווייל ס'באדערט אים אז מ'גייט עס נאך קענען ליינען (ווייל ער האט דאך גארנישט אויפגעטוען סייווי, די קונטרס איז דא פאר יעדעם).
מצד אחד האט ער באליידיגט א שיינעם עולם דא.
מאידך איז ער נישט געווארן באליידיגט מיט מיין ארויפלייגן אדרבה, ס'איז אים א קאמפלימענט אז מיר ווילן עס דווקא יא אינעם באזונדערן אשכול.
ואידך פירושא זיל גמור.
Re: ונפשי יודעת
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 7:13 pm
דורך טאמבל סאס
יאיר האט געשריבן:איך האב זיך מיישב געווען אז לעיקוואוד איז גערעכט און דאס איז נישט דער פאסיגער ארט צו מפרסם זיין דעם שיר.
23! האבן געלייקט דעם סטיעטמענט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 7:31 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן: וואס איז שווער צו ערקלערן אין די ראמען פון א קורצע תגובה'לע.
אין די פעולה פון ארויפלייגען און שפעטער מעקן ליגט מער טיפקייט ווי אין די גאנצע שיר מיט אלע מליצות און נוסחאות און וויכוחים בהגדרת הלייק שניתן ולבסוף נשתנה הפוסט.
#קאוועשטיבלהאטנישטקייןהשגהאיןארט
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:42 pm
דורך shem-tov
יאיר האט געשריבן:לעולם זענען די קריטיקירער גערעכט, און נישט ווייל כ'האב באקומען דעם גליק פון א בעננער, נאר ווייל אז כ'האב עס ארויפגעשטעלט זאל עס שוין בלייבן.
די סיבה פארוואס כ'האב עס אראפגענומען איז ווייל דאס גאנצע ארויפלייגן איז מיר געווען א בדיעבד, און כ'פיל אז כ'האב מיך באנארישט דערמיט. דער שיר ליגט שוין ביי מיר א לאנגע צייט, און איך האב אינוועסטירט גאר אסאך צייט און כוחות אין דעם. איך האב געהאפט עס צו פאבליצירן אויף א מער רעספעקטפולע פלאטפארמע, און למעשה שטעל איך עס ארויף דא ווי א נאר אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס היום כאן ולמחר בקבר, איינמאל עס איז אראפ פון אקטיווע אשכולות וועט קיינער אפילו נישט קוקן דערויף. און אפילו בשעת עס איז דא זענען פארהאן ווייניג וואס נעמען זיך די מיה עס דורכצוליינען בעיון.
דאס איז בכלליות א שטארקע עגמת נפש און אומגעהויערע צער פאר מיר. איך האב זיך באקוועם געמאכט מיט'ן אינוועסטירן מיינע בעסטע כשרונות אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס איז הויפטזעטליך באשטימט אויף נייעס און גאסיפ און קריטיקירן דעם סיסטעם. כאטש עס איז געווען א מעלה פאר מיר זיך צו עפענען דא, ווי איך האב שוין געשריבן אין דער פארגאנגענהייט, האט דאס מיר געברענגט אן א שיער צער און יסורים אויף א פארנעם וואס איז שווער צו ערקלערן אין די ראמען פון א קורצע תגובה'לע.
איי פיעל יאר פעין איך האב באמת מיטלייד מיט ידידי רבי יאיר. חזק ואמץ. לאך דיך אויס פון א שווארץ קוקער יעדער ווייסט אז די אלף בית פון פאזיע איז דאס אז עס איז נישטא קיין כללים יעדער שרייבט וויאזוי ער וויל. קומט איינער און רייסט אראפ אז בלויז הונדערט מענטשן בקושי קוקען עס.. און אז א צווייטער האט עס גאר געשריבן... וואס האקסטו אין קאפ אריין דעם יונגערמאן האט זיך צאמגעפלאגט זאג שכח און גייט אייך ווייטער אדער זאג גארנישט
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:43 pm
דורך shem-tov
לעיקוואד האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:ישר כוח יאיר הערליך און טיעף!
דערוואגען זאלסטו נכאמאל צו מפקפק זיין אין די תועלת פון די אינטערנעט....
לולא הרשת הפרושה
נפשינו כולה נמאסה
בלי הודע זאת השירה
פאר די אינטערנעט איז געווען אזא ערפינדונג גערופען דער דרוק.
וואס יאיר וואלט ווארשיינליך נישט גענוצט
"יאיר" וויייסיך נישט, אבער דער יונגערמאן וואס האט דאס געשריבען ווארשיינליך יא.
וואס דארף דאס צומיינען?
Re: ונפשי יודעת
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:48 pm
דורך קל וחומר
מיינט זיך זעלבסט