בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 2:41 pm
דורך [NAMELESS]
ס'באשטעטיגט סך הכל אז נישט שפעטער, דאס איז נישט קיין קושיא אויף די מאמינים נאר א שטיקל געווינס פאר די מאמינים (אויב די ביהכ"נ אין עין גדי איז געווען פון די פרושים) לייגענדיג אין א זייט די קושיא פון מגילות ים המלח.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 2:53 pm
דורך ונבנתה העיר
קיין שום געווינס פאר מאמינים ווען ס'איז כו"ע מודי.
בלא"ה נעמט עס נישט אוועק פון זיין פארפירערישע טפשות.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט דעם שורה:
"This is quite amazing for us," he said. "In 2,000 years, this text has not changed."
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:20 pm
דורך הקטן
די אלגעמיינע נישט גלייביגע געלערנטע נעמען אן אז די תורה איז אלט 2000 יאר הגם ס'איז נישט דא קיין הארטע באווייזען אז דאס איז נישט פאברעצירט געווארן פריער אדער אפשר אסך שפעטער
א יעדער וואס וויל זיך רעכענען מיט די הארטע פאקטען מיז אן נעמען אז די תורה איז אלט עטליסט 2000 יאר, אויף דעם איז דא הארטע פאקטען
עם איי מיסאינג סאמטינג
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:30 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: מ'דארף געדענקען אז אזא פראפעסאר (נישט ספעציפיש איהם) איז אלס קינד נישט געגאנגען אין חדר וואו די אמונה בה' ובתורתו איז איינגעווארצלט געווארן אין איהם. וואס ביי אונז איז עס א דבר פשוט. נאר מסתמא זענען זיינע עלטערן אויכעט נישט רעליגיעז און ער איז געגאנגען אין א סקול וואו מ'לערנט נישט קיין שמע ישראל אויך נישט. ווען ער באגעגנט זיך מיט א פאקט (ס'שמייסט איהם אין פנים.) וואס ווייזט אויף פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט אז די היינטיגע תורה איז אידענטיש צו א שריפט וואס מ'האט געפונען פון 2,000 יאר צוריק, ווערט ער עקסייטעד. ווייל ער ווייסט נישט אנדערש...!