בלאט 2 פון 2

Re: דעת הקהל?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:29 pm
דורך חסיד פון ליטא
אבטולמוס האט געשריבן:ווי כ'האב שוין געשריבן איז מיר [tag]חסיד פון ליטא[/tag]'ס פארמאט מער צום הארץ, כ'האלט פון 10-12 זייטן מיט ווייניג גראפיק, ווייל אזוי איז עס גרינג ארויסצודרוקן. אבער מ'קען נישט לייקענען דעם פאקט אז [tag]אדנירם[/tag] און [tag]פיקאסא[/tag] האבן דעליווערט, און נאך ווי! דערפאר, אז מ'טוט למעשה, בין איך גענצליך מסכים מיט [tag]בעל מדות[/tag] אז מיר דארפן שטיין "וועקער" צו דער האנט. מיט אזא פראכטפולער ארבעט גלייב איך אויך אז מיט דער צייט וועט זיך אנטוויקלען א סיסטעם עס צו דרוקן און פארשפרייטן - וועלן מיר קענען נהנה זיין פון ביידע וועלטן: אי א הערליך-גראפירטע אויסגאבע, און אי אן אויסגאבע וואס קען יעדן דערגרייכן אין א געדרוקטן פארמאט.
ניבא ולא ידע מה ניבא!

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:23 pm
דורך שקד
בתנאי אז ס'וועט זיין איין רובריק מיט ''געמעקטע שורות''' חחח