בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 6:11 pm
דורך גראף
פרעג @איש את רעהו
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 6:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס האט גארנישט מיט ציונות איינגעלייגט.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 7:10 pm
דורך berlbalaguleh
און ווען די רבי קוקט אריין אין א זמירות'ל אדער להבדיל, א דבר יום ביומו און ער פארגלייזט די אויגן און מאכט תנועות מיט די הענט איז עפעס ראנג...?!
חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: מוצ"ש מאי 13, 2017 10:18 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
)

"וּבְכָל אֱלֹהֵי מצרים אֶעֱשֶׂה שְׁפָטִים אֲנִי ה'. (שמות יב, יב).
נשלח: מוצ"ש מאי 13, 2017 10:27 pm
דורך קורקלענד
וואס האט מען געטוהן פארצייטנס אין פאל פון א רעגן? מ'קען מאכן א נדחה?
נשלח: מוצ"ש מאי 13, 2017 10:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין א"י רעגענט נישט, אין חו"ל האט מען קיין הדלקה נישט געמאכט פארצייטענס.
נשלח: מוצ"ש מאי 13, 2017 10:34 pm
דורך שמעון וואלף
קראלי רבי האלט נישט פון אפשטיפן די פייער אויף מארגן ווייל ער וויל נישט משנה זיין פון טאטע'ן
נשלח: זונטאג מאי 14, 2017 12:26 am
דורך קורקלענד
שמעון וואלף האט געשריבן:קראלי רבי האלט נישט פון אפשטיפן די פייער אויף מארגן ווייל ער וויל נישט משנה זיין פון טאטע'ן
אינטערעסאנט. פונקט איהם האב איך געמיינט וועט יא משנה זיין. ווייל ער האט דאך געטוישט זיין נאמען אויף קראלי. אולי יש לומר אז ער איז נאר משנה ווען ס'רעדט זיך למען השלום.
Re: חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: זונטאג מאי 14, 2017 12:59 am
דורך פליקער
ווילי איז איינגענימען געווארען דורך אדמו''ר מפישטי, ער האט זיך געלאזט בויען מעכטיגע פארענטשעס, ער וויינט מער פון אלע, טאנצט בעסער פון אלע, שטעלט זיך אהער ווי אלע מנהגים לויטען, הגם רוב עולם לאכן נאך דערווייל, טייל שרייען אפילו אריין פישטי פישטי, דאך זעי איך לויט די געוואלדיגע איי קיו וואס מיר פארמאגן דא אז דא בלייבט ער פאר קיפס. זאלי קען זיך דערווייל האלטען ביי זיינס. מיר האבן פישטי'ן, מיר דארפען אים שוין נישט.
Re: חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: זונטאג מאי 14, 2017 1:50 pm
דורך טמיר
דערווייל ווערט עס נאך געפאנדעט דורך פרייוועט אינוועסטערס. בקרוב גייען זיי פאבליק
נשלח: זונטאג מאי 14, 2017 1:59 pm
דורך מיש-נייעס
berlbalaguleh האט געשריבן:און ווען די רבי קוקט אריין אין א זמירות'ל אדער להבדיל, א דבר יום ביומו און ער פארגלייזט די אויגן אן מאכט תנועות מיט די הענט איז עפעס ראנג...?!
נניין בערל דעמאלטס איז גארנישט שלעכט, שלעכט איז ווען דער יונגל ווערט גרעסער און דער טאטע האט איהם נישט פארגעברייט אונז גיי מיר צו איהם פאר fun און דעריונגעלע וואקסט אויף אז ער איז א צדיק און נאכדעם זעהט ער דעם אמת דעמאלטס דראטפט ער דעם רבי'ן צוזאמען מיט גאנץ אידישקייט,דעמאלטס הייבט זיך אן די פראבלעם
אמת. בשעת'ן פארגלייזן איז נאך גארנישט ראנג געטון געווארן עס איז נאר א הכנה
נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 2:02 pm
דורך דולה ומשקה
היינו טעמא דווערעצקי והיינו טעמא דלעלוב 17
דער מנהיג חבורת תולדות אהרן האט א גרעסערע מספר פון צוקוקערס אבער דאס מאכט איהם נאך נישט פאר א נארמאלע מענטש, ווען די שגעון שפראצט ארויס פון איהם בכל התוקף - איידער, בשעת, און נאכען דאס צינדען.
זיינע עלטערע ברודער נישט קיין גרעסערע מוך דחוק מוז קומען צו פליען מיט א העליקאפטער, אנדערש איז ער נישט געוואוינט, מאטי שטיינמעץ זי זינגען, ער זעלבסט דארף די הויקער שבהויקער מיט קינדערישע תנועות פונקט ווי לאנגזאם דארף זיין שמוציגע ציצית ביים אונטערן.
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2017 12:17 am
דורך וואלווי
דולה ומשקה האט געשריבן:היינו טעמא דווערעצקי והיינו טעמא דלעלוב 17
דער מנהיג חבורת תולדות אהרן האט א גרעסערע מספר פון צוקוקערס אבער דאס מאכט איהם נאך נישט פאר א נארמאלע מענטש, ווען די שגעון שפראצט ארויס פון איהם בכל התוקף - איידער, בשעת, און נאכען דאס צינדען.
זיינע עלטערע ברודער נישט קיין גרעסערע מוך דחוק מוז קומען צו פליען מיט א העליקאפטער, אנדערש איז ער נישט געוואוינט, מאטי שטיינמעץ זי זינגען, ער זעלבסט דארף די הויקער שבהויקער מיט קינדערישע תנועות פונקט ווי לאנגזאם דארף זיין שמוציגע ציצית ביים אונטערן.
די אמת איז רבי'שע משוגעת'ן זענען היינט צוטאגס אריבער איעדער מאס. יונגע רבי'ס קענען נישט וואקן אין גאס אן זיך אנליינען, שטענדערס ביי קידוש לבנה וואס דויערט בערך זעכציג סעקונדעס, רבי'ס וואס קענען נאר פארן אין די טייערסטע קאר'ן און זיי זאלן קיינעם נישט איינרעדען אז זיי באמערקען דאס נישט, די פי אר און בילדער אפאראטן ביי שמחות איז אן עקל און א גרויל. אויב א מאל איז דאס נאר געווען ביי אפאר גרעסערע רבי'ס ,וואס דאס איז אויך נישט א תירוץ, איז דאס היינט ביי א יעדע קליינע רבי'לע אין די פאון בוק. סוף כל סוף דעס זענען די מענטשען וועמען מ'איז מכבד, זיי ארבעטען נישט פאר פרנסה, זיי און זייערע קינדער עד סוף כל הדורות זענען געזונטע מענטשען וואס זענען לעול ולמשא על הציבור און דרייען זיך ארום מיט מאדנע בגדים, אין די זעלבע צייט ווייסט די המון 9-5 מענטשען די אמת און מ'לאכט אביסעל אבער מ'פארט מיט און מ'שטיצט דער עגל הזהב.
וואס קען מען טוהן? נאט מאטש. דזשאסט דאנט טעיק איט טו סיריעס ענד העוו פאן.
Re: חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2017 6:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כפי מיטב ידיעתי, אין אמעריקא איז א קליינער רבי גארנישט מיט נישט. ער האט נישט קיין איין מענטש וואס גלויבט אין איהם און זיין בית המדרש עגזיסטירט פאר דער קאנוויניענס פון די מתפללים. אין א"י איז עס א פראבלעם טאקע. א קליינע רבי קען האבען צען באשוואוירענע חסידים וואס ממנו נפצה הארץ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:17 am
דורך ליפא
האב פונקט געטראכט נאך א מזל מ'טאר נישט נאמען קליפס פסח ביים צווייטן סדר אויב יא וואלטן די ארץ ישראל אידן אויך געמאכט א סדר
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:22 am
דורך שמעון וואלף
גרעסטע פייער אין בארא פארק - ניקילשבורג
גרעסטע פייער אין וויליאמסבורג - ווערעצקי-פישתי
גרעסטע פייער אין מאנרא - מר"א
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:24 am
דורך ליפא
ביי ווערעצקי האט א מייזל געמאכט חגא דארט. ס'פארט ארוך א קליפ
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:30 am
דורך איסר האטלקי
לעלוב 17 פון בארא פארק האט עס געמאכט היי יאר, א ריזיגע עולם געהאט און זיך גוט משוגע געמאכט כדרכו. ער האט געזאגט עפעס א לשם יחוד פון 35 מינוט און געלאזט יעדעם ווארטן.
נעקסטע יאר קען ער שוין שרייבן אז ער מאכט די מסורה'דיגע ווערעצקיער הדלקה אין ב''פ.
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:49 am
דורך שמעון וואלף
דער עולם האט עס ליב
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 4:36 am
דורך בן ישי
ניקלעשבורג בארא פארק האט געהאט ליפא שמעלצער וואס האט געזינגען ווי אין די אלטע צייטן.
לעלוב האט געהאט א ריזיגע עולם אויף פארענטשעס אין ס'איז אויך געווען א לייוו פיד מיטצוהאלטן אנליין.
דריי פערטל בארא פארק איז געווען פארמאכט.
בקיצור אין צוויי דריי יאר גייט מען לג בעומר צומאכן בארא פארק
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 4:53 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דערמאנסט מיר א מעשה. א איד איז געגאנגען צו א שניידער ער זאל איהם נייען אן אנצאג. ווען ער איז געקומען אפנעמען זיין אנצאג, האט ער עס אנגעטוהן פאר'ן שפיגעל. פלוצלונג באמערקט ער אז איין הארבעל איז צו לאנג. זאגט איהם די שניידער "קיין פראבלעם. שטעק אויס דיין ארים ביז ס'וועט שטימען!"
דערנאך באמערקט ער אז די צווייטע הארבעל איז צו קורץ.
"קיין פראבלעם. שלעפ אריין דיין ארים נאנט צום לייב ביז ס'וועט שטימען!"
וכן מיט די הויזען וכו'.
דער קונה גייט אין גאס מיט זיין נייעם אנצאג, איין האנט שטעקט ווייט ארויס, די אנדערע איינגעצוימט צום גוף, ער שלעפט איין פוס און שפרינגט מיט די אנדערע. א דורכגייער זאגט זיין חבר "קוק יענע נעבעך, אזוי צו ליידען"
"יא, אבער א געוואלדיגע שניידער האט ער. קוק ווי אלס קלאפט!"
איך ווייס נישט צי די מעשה קומט אריין דא, אבער ס'איז א פיינע מעשה.
ס'מיר געפאלן ווי ער שרייבט דארט אז די וואס פארן קיי מירון זענען די חסידים, ספרדים און בחורים, (ווער ס'איז אמאל געווען דארט פארשטייט) כ'אמיך נאכדעם געכאפט אז ער מייט צוזאגן 'בוכארים' נישט 'בחורים', אבער כ'האב געהאט א גוטן לאך.
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 5:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס האט גארנישט מיט ציונות איינגעלייגט.
ס'האט שוין איינמאל צוטון, נישטא קיין זאך וואו אנטי-ציונות האט נישט וואס אריינצורעדן. דו דארפסט זיך נאר אנטון די ציונות גלעזער, דאן וועסטו לאכן פון זיך אליין פאר'ן זאגן אזא נארישן סטעיטמענט.
וכידוע די מעשה מיט סאטמארע רב און סקווירא רבי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:02 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
קנאקעדיג האט געשריבן:חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
דער פראבלעם איז אז איעדע רעבא האלט אז ער איז דער צאדיק און דער אנדערען איז דער בי עס'ער