בלאט 2 פון 3

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:53 pm
דורך mevakesh
איך האב גראדע גערעדט מיט א.ג. גראד פאר עס איז געווארען אפיציעל דער עירוב איך האב איהם געפרעגט וואס פעלט איהם אויס די מחלוקת האט ער געזאגט אז עס גייט נישט זיין א מחלוקת סך הכל אביסל נאויז און נאכדעם וועט ווערן שטיל
לויט ווי איך פארשטיי וואלט ער זיך נישט אריינגעלייגט ווען ער ווייסט וואס פאר א פייער עס גייט ברענגען וואלט ער עס נישט געטוהן
נאר איינמאל ער איז שוין אריין האט ער ער אויסגעפייט בין סוף
אגב דער שטיבעל זייערע איז שוין פון פארן קריג דער רבי זייער איז שוין געווען אין אמעריקה און ר מ. ג. די זיידע פון די משפחה איז אויך שוין געווען אין אמעריקה פארן קריג הגם ער האט נישט געוואונט אין וויליאמסבורג

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:53 pm
דורך ירא שמים
הגם איך האלט אז נישט דאס דארף זיין די מטרה ביים מאכן אן עירוב אבער די מטרה פון גיין איבער סאטמער איז גאר א חשוב׳ע און וויכטיגע זאך, און דאס האט מען ב״ה אויפגעטוען מיטן עירוב, הגם סאיז געשען צו שפעט נאך ווי זיי האבן שוין יעדן ארויסגעטריבן פון וויליאמסבורג.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
די פסח האב איך זיך מתבונן געווען אין די סוקסעס פון די יערליכע אסיפה קעגן די עירוב.
קיינער האט נישט פארגעשאצט אזא אומגלויבליך סוקסעס על פי רוב אנגעפירט דורך ריספעקטירטע רבנים און מען מאכט זיכער צו ברענגען א "פרעמדע" פערזענליכקייט על פי רוב א ערענסטע ראש ישיבה,
און א גאנץ ערענסטע ציבור קומט זיך צוזאם מיט צו האלטן די אסיפה.

אין מיין קוק ווינקל איז דאס א גרעסערע סוקסעס ווי א אומזעהבארע עירוב וואס מען דארף נאך באהאלטן נאך 10 יאר!

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:31 pm
דורך קל וחומר
איינער קען מיר פארשטיין געבן די קעפל?

איינער מאכט געלט אויב מער מענטשן טראגן?
אן עירוב איז א באקוועמע זאך, און ס'איז אויך א זאך וואס יעדע שטאט ברויך האבן.
וואס א נפק"מ לגבי די 'סוקסעס' פונעם עירוב וויפול מענטשן טראגן?

ס'איז אזוי ווי איינער פרעגט אויב דער רבש"ע האט כביכול געהאט סוקסעס מיט אידישקייט וויבאלד זייער א קליין פראצענט מענטשן זענען אידן (קום ביטע נישט מיט קיין 'לא מרובכם פסוקים', כ'מיין דעם געדאנק.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:41 pm
דורך הקטן
יעקב מענטש האט געשריבן: אויב רעדסטו פון די משפחה הידועה, איז קלאר ווי די טאג אז צופיקסן סאטמער איז געווען די הויפט מאטיוו פאר די עירוב

לאמער אננעמען אז זיי האבן פיינט סאטמער, ווייסטו וואס לאמער אננעמען זיי האבן זייער זייער פיינט סאטמער
נאך אלץ פארשטיי איך נישט וואו אזוי דו ווייסט אז דאס איז געווען זייער הויפט מאטיוו?

וואס טוען זיי ווען "סאטמער" זאגט מיר טראגן נישט טוט עטץ וואו אזוי עטץ פארשטייטס?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:57 pm
דורך שמיטשיק
שמעון וואלף האט געשריבן:די בעלי העירוב האבן פשוט געוואלט אן עירוב פאר באקוועמליכקייט צו קענען טראגן, און דאס איז בלי ספק א סוקסעס. די וואס האבן א חשבון מיט סאטמאר, האבן אין איין וועגס באקומען א באנוס האבענדיג א געלעגענהייט זיי צו שפייען אין פנים.

די סאטמורים האבן אויך געהאט א סוקסעס מיט די פאקט אז רובא דמינכר איינוואינער טראגן נישט מיטן עירוב, עכ"פ בפרהסיא

אלזא, איז די עירוב א סוקסעס פון יעדע קוק ווינקל, א מחי' :-D

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 3:56 pm
דורך יעקב מענטש
הקטן האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן: אויב רעדסטו פון די משפחה הידועה, איז קלאר ווי די טאג אז צופיקסן סאטמער איז געווען די הויפט מאטיוו פאר די עירוב

לאמער אננעמען אז זיי האבן פיינט סאטמער, ווייסטו וואס לאמער אננעמען זיי האבן זייער זייער פיינט סאטמער
נאך אלץ פארשטיי איך נישט וואו אזוי דו ווייסט אז דאס איז געווען זייער הויפט מאטיוו?

וואס טוען זיי ווען "סאטמער" זאגט מיר טראגן נישט טוט עטץ וואו אזוי עטץ פארשטייטס?

די דארפסט קענען די מענטאליטעט פון די אידן צו קענען פארשטיין וואס איך מיין.

איך האלט אז זיי האבן מצליח געווען צו ווייזן אז סאטמער איז נישט בעל הבית, אבער ס'איז בת היענהדיג צו טראכטן אז עפעס אנדערש איז געווען זייער מאטיוו, מ'רעדט נישט דא פון קיין שטאטס עסקנים, זייער גאנצע עסקנות קארעריע באשטייט פון איין אישו די עירוב! וואס מאכט מער סענס ? אז זיי זארגן זיך פאר די באקוועמליכקייט פונעם ציבור ? אדער עפעס א אנדערע מאטיוו איז דא אינוואלווד ?

און נאכאמאל זיי זענען באמת פיינע מענטשען, זיי האבן נישט פיינט סאטמערע אידן פערזענליך, זיי האבן פיינט די סאטמערע מענטאליטעט, און דאס האבן זיי געוואלט צוברעכן, און ס'איז זיי געלונגען

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 4:33 pm
דורך שמעון וואלף
יעקב מענטש האט געשריבן: אויב רעדסטו פון די משפחה הידועה, איז קלאר ווי די טאג אז צופיקסן סאטמער איז געווען די הויפט מאטיוו פאר די עירוב


ווען איינער וויל אפטון סאטמר קען מען בויען א כותל אין פארטיג. וואס פעלט אויס אן עירוב ארום די גאנצע שטאט?

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 5:07 pm
דורך קל וחומר
לא יעלה על הדעת.

קודם כל כדאמרתי אז זיי האבן פרובירט בכל כוחם אז ס'זאל זיין בהסכמת סאטמער (אדער עכ"פ אהן אן אפיציעלן התנגדות), און ס'דא דעקונג דערויף. (א.ג. האט אלעס רעקארדירט)

צווייטענס, ס'איז געווען אינעם סאמען ברען פון די סאטמערע פאליטיק פון מהר"א ומהרז"ל שליט"א ווען סאטמער איז געווען צעשאסן סייווי. (ואדרבה, דאס האט זיי לכאורה געשטופט צו טראכטן אז מ'וועט זיך נישט אזוי וויסענדיג מאכן פון דעם עירוב זייענדיג פארנומען מיט די אייגענע פראבלעמען).

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 5:23 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:לא יעלה על הדעת.

קודם כל כדאמרתי אז זיי האבן פרובירט בכל כוחם אז ס'זאל זיין בהסכמת סאטמער (אדער עכ"פ אהן אן אפיציעלן התנגדות), און ס'דא דעקונג דערויף. (א.ג. האט אלעס רעקארדירט)

צווייטענס, ס'איז געווען אינעם סאמען ברען פון די סאטמערע פאליטיג פון מהר"א ומהרז"ל שליט"א ווען סאטמער איז געווען צעשאסן סייווי. (ואדרבה, דאס האט זיי לכאורה געשטופט צו טראכטן אז מ'וועט זיך נישט אזוי וויסענדיג מאכן פון דעם עירוב זייענדיג פארנומען מיט די אייגענע פראבלעמען).

אויב א.ג. (whoever) האט אלעס רעקארדירט, זאל ער עס ארויסשטעלן. דערווייל הייסט עס 'נישט געווען'.

זיי האבן טאקע געבויט אויף די סאטמארע מחלוקות, האפענדיג צו דערווישן זייער מפלה גרינגערהייט, בבחינת Defeat in detail.

ס'לאזט זיך נישט גלויבן אז אין אזא קורצע צייט-אפשניט, קוים געענדיקט זיך אויפטון איבער די נצחון, און שוין לייקענט מען מיט די לפנים משורת הדין שטיק. אומגלויבליך!

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 5:39 pm
דורך קל וחומר
אהא, דו קענסט אים אדער איך??

איך קען אים נאך סאך פאר דעם עירוב פרשה, קום מיר נישט דערציילן איבער 'זיינע' אינטערעסן ווען דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט אויפגעטוישט א ווארט מיט אים.
יא, געוויסע קלויזענבורגע אנגעווייטוגטע האבן אולי געפיהלט א ניצחון אין זייער קעגנער.
אבער זאגן אז דאס איז געווען די מאטיוו ווען אין פאקט האט ער פרובירט צו האבן סאטמער אויף זיין זייט (אויב נישט, זיי מסביר ביטע וואס האט אים אויסגעפעהלט אודווארי רב ז"ל??) און קיינמאל געחלומט אז ס'גייט מאכן אזא שטארקע אויפברויז, איז די דרך פון סאטמער מקדמת דנא.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 5:54 pm
דורך שלום על ישראל
אודווארי רב האט אויסגעפעהלט, ווייל אנדערשט וואלט קיינער ניטאמאל געוויסט פון דעם עירוב צו זאגן...

איך קען בכלל נישט דעם א.ג., אבער אויב ער וואלט געהאט אזא אונטערעסאנטע געשיכטע, נאכדערצו מיט באווייזן, וואלט ער עס פראדעצירט.

נאכאמאל: קיין באווייז איז נישט געווען!

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 6:38 pm
דורך קל וחומר
אזויפיל שטותים צו רעדן אין אזא קורצע תגובה גרעניצט זיך מיט כשרון.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 9:41 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:אזויפיל שטותים צו רעדן אין אזא קורצע תגובה גרעניצט זיך מיט כשרון.

[tag]קל וחומר[/tag], ווארף נישט קיין טענטרום, און ענטפער עפעס ממשות'דיג.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 9:49 pm
דורך גאנצל
זיי האבן זיכער גענוצט דעם כאאס אין סאטמאר לטובתם

ווען נישט דעם טיילונג אין סאטמאר וואלט דאס קיינמאל געווען

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 9:57 pm
דורך [NAMELESS]
א.ג. האט זיך קודם נישט געוואלט אריינלייגן אין פאליטיק אבער די קלויזענבורגער האבן עם גוט איבערגערעדט. ומעשה פאליטיק הצליח.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:24 pm
דורך גאנצל
נאכדעם וואס אין בארא פארק איז שוין געווען א עירוב איז זייער מובן פארוואס עס איז זיי אזוי געגאנגען בנפשם אז עס זאל זיין אין ווימס אויך

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:27 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס זאל נישט זיין? ס'איז א שמירה פאר די שטאט.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:33 pm
דורך שלום על ישראל
בן אדם האט געשריבן:פארוואס זאל נישט זיין? ס'איז א שמירה פאר די שטאט.

100%, די מדובר איז נאר וויאזוי דאס איז צוגעגאנגן (פון ביידע זייטן).

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:פארוואס זאל נישט זיין? ס'איז א שמירה פאר די שטאט.

סאטמער רב האט נישט געהאלטן אז עס זאל זיין על אף וואס די רבנים ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ופאפא האבן יא געהאלטן דערפון,
איז פארשטענדלעך אז די רבני סאטמער וואס זענען רוב שטאט האבן געהאלטן אז מיט פטירת הרבי איז זיין הוראה נישט בטיל, און אז די דעמאלסטיגע רבנים האבן זיך מכניע געווען צום פסק פון סאטמער רב זעהן זיי נישט פארוואס די היינטיגע זאלן זיך נישט מכניע זיין צום סאטמער רב

Survey

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:19 pm
דורך כ'ניאק
פאר די תועלת העניין האב איך געמאכט א Survey.
ביטע פילט אויס אויב איר טראגט מיטן עירוב.
די רעזולטאטן ווערן אי"ה ווערן דא פארעפנטליכט.
https://www.surveymonkey.com/r/RSMSTXZ

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:24 pm
דורך שמעון וואלף
דארפסט אויך געבן די אפציע צו ענטפערן אז מ'טראגט נאר בצנעה.

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:31 pm
דורך קל וחומר
נעם אראפ די 'נאר אין וויליאמסבורג אפציע'.