בלאט 2 פון 6
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:56 pm
דורך יעקב מענטש
נאכנישט געליינט, קוקט אויס גאר גוט, און איך גלייב שווער אז דאס קען אנהאלטן חודשליך, לאמיר האפן א יא
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 3:26 pm
דורך [NAMELESS]
[center]פאר ווער עס וויל ארויסדרוקן דעם זשורנאל "דער וועקער",
מיט א העכערע רעזאלוציע [ארום 50 מ"ב], וואס מאכט עס פיל קלארער:[/center][center]אויף גוגל דרייוו.[/center]
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 3:30 pm
דורך ירח בן יומו
איך האב געליינט געוואגטערס ארטיקל איבער לערנען בחורים א פאך. הערליך.
אבער, רעדנדיג וועגען די שיטה פון הקדוש מהרי"ד מבעלזא איזדי שפראך אביסל צו סארקאסטיש. מ'פארדינט גארנישט פון שרייבן אזוי, אז מ'וויל ארויסברענגן די פוינט איז איין זאך, אבער אז מ'שרייבט "און צווייטנס, אז דאס וועט זיין אויסגעשטעלט מיט קלאסן, חלילה... וואס דאס איז א אומדערהערטע זאך" דאס פארטרייבט די ליינער וואס די נאמען מהרי"ד איז פארהייליגט ביי זיי.
אז מ'וויל רעדן ווער ס'איז געווען גערכט, איז פיין אבער אפלאכן איז יצא שכרו בהפסדו.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 3:55 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו, גערעכט, מען ברויך אב'אכט געבן.
איך געדענק נישט ס'זאל זיין מיין ארבעט צו שרייבן די דריי פינטל'ך צום סוף, וואס געבט דאס א סארקאסטישן טאן.
#והייתם נקיים
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 4:22 pm
דורך סמבטיון
קודם כל א ריזן דאנק פארן זיין פון די נחשונים אריינצושיקן פרישע ווארע צו די רעדאקציע.
איך האב געליינט דיין ארטיקעל געוואגטע, זער א שיינע טאפיק, אבער איך מוז דיר זאגן אז ביזט טאקע זייער געוואגט וויאזוי די שרייבסט מיט אזא זיכערקייט ווער סעוואלט געווען גערעכט, צו קענסטו בכלל יורד זיין לסוף דעתן פון אזא קדוש ווי מהרי"ד מבעלזא וואס איז געווען פון די גרעסטע מנהיגים אין זיין דור? לדעתי העניה איז די ארטיקעל א הערליך שטיקעל היסטאריע ביזן עפילאג ווי דו האסט אליין צוגענדיגט וואס דיין שכל שאצט אפ, איך וואלט מציע געווען אז אינעם מהדורא שניה זאלסטו אראפ שניידן דיין אייגענע מסכנות.
נאכאמאל א דאנק פאר די הערליכע ארבעט.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 4:48 pm
דורך [NAMELESS]
אגב, דער בעלזער רב זצ"ל אליינס, האט שפעטער צוריק געצויגן פון זיין התנגדות, ואכמ"ל. אבער ס'שוין געווען ליידער צו שפעט. חבל.
אינטערעסאנט צוצולייגן, דער בעלזער רב שליט"א, האט אמאל גענומען די דרייסטקייט פרעגענדיג דער אלטען קאפיטשניצער זצ"ל, מיט היינטיגע ברילן אז מען קוקט אויף צוריק, ווער איז גערעכט געווען אין דער מחלוקת צו ראטעווען דער דור. אנטשלאסן איז געווען דער תשובה פונעם קאפיטשניצער: "וודאי דער מהלך פונעם טשורטקובער וואלט געראטעוועט אונזער דור!"
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
סמבטיון האט געשריבן:קודם כל א ריזן דאנק פארן זיין פון די נחשונים אריינצושיקן פרישע ווארע צו די רעדאקציע.
איך האב געליינט דיין ארטיקעל געוואגטע, זער א שיינע טאפיק, אבער איך מוז דיר זאגן אז ביזט טאקע זייער געוואגט וויאזוי די שרייבסט מיט אזא זיכערקייט ווער סעוואלט געווען גערעכט, צו קענסטו בכלל יורד זיין לסוף דעתן פון אזא קדוש ווי מהרי"ד מבעלזא וואס איז געווען פון די גרעסטע מנהיגים אין זיין דור? לדעתי העניה איז די ארטיקעל א הערליך שטיקעל היסטאריע ביזן עפילאג ווי דו האסט אליין צוגענדיגט וואס דיין שכל שאצט אפ, איך וואלט מציע געווען אז אינעם מהדורא שניה זאלסטו אראפ שניידן דיין אייגענע מסכנות.
נאכאמאל א דאנק פאר די הערליכע ארבעט.
סמבטיון, במחילה מכבודך, אבער ס'איז נישט מער ווי נארמאל ער זאל אויספירן ווי ער וויל [אפילו על הצד ער פירט אויס אז מהרי"ד איז געווען טאטאל 'ראנג'!]. ס'איז זיין באשרייבונג, און ער קען אויספירן כהטיית לבו.
מצד שני איז נישט מער ווי נארמאל אז דו זאלסט דיך נישט אנרופן, זייענדיג א בעלזער חסיד. דאס מיינט אז דיינע ווערטער קומען נישט אן קיין דעות מוקדמות איבער מהרי"ד, און ווען דער צד המתנגד וואלט געווען סאטמארער רב - און געוואגטער וואלט געשריבן דאס וואס דו האסט געמיינט אז ער האט געשריבן - וואלסטו געוויס זיך היבש אונטערגעשמייכלט, און אוודאי נישט קריטיקירט.
#געדענקטס אייערע קארטן.
-----------
געוואגטער, דאס איז א מאסיווע ארטיקל וואס לדעתי וואלט מען געדארפט מפיץ זיין אין יעדע אידישע שטיבל, צו זען אז רבנים ואדמורי"ם קענען צומאל יא פארשטיין טובת הדור און 'משנה זיין די מסורה', א זאך וואס היינטיגע רבנים קענען ניטאמאל מעלה זיין על הדעת.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 5:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לכאורה וואלט מען געדארפט אפטיילען צו א באזונדערע אשכול. איך האב מחשבות אויף די נושא, ועוד חזון למועד
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 5:35 pm
דורך פלאוויוס
איך שטוין פון דער דערגרייכונג! א הארציגן דאנק פאר די טייערע הערצער וואס האבן זיך איבערגעגעבן פאר דעם. [tag]פיקאסא[/tag], [tag]אדנירם[/tag], וכל אחד בשמו יבורך. ס'איז שווער צו באגרייפן די ווערט פונעם יעצטיגן מאמענט, אבער ס'איז בפשטות פון א היסטארישן כאראקטער (געוואנדן צי ס'וועט זיך ווייטער פירן). ס'איז דאס ערשטע מאל (אין אונזער צייט/סביבה) וואס א חודש'ליכער זשורנאל קומט ארויס פונעם ציבור, אויף אן "אומאפהענגיגן" אופן, אינעם אמת'ן זין פונעם ווארט. ס'איז אן אומגלויבליכקייט.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 5:53 pm
דורך א איד
שוין ווייטער בין איך שפעט.
אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
שכח [tag]פיקאסא[/tag] שכח [tag]אדנירם[/tag]
פטור בלא כלום אי אפשר, אפאר שורות מיין דאנק ארויס צוברענגען איך גיי.
פרעגטס ענק נאך פרעגטס ביי אלטע מענטשן עמו"ש
יונגע מענטשן וועלן אויך ענטפערן די זעלבע אן קיין טויש
קאווע שטיבל איז די זאך דאס איז קיין פראגע פאר קיינעמ
איבעראשענדע געדאנקען די וועלט מהנה זיין יעדן טאג פריש
ס'איז מיר א כבוד א שותף צו זיין אינעם זייטל שטארק ווי א פעלז
א איד שרייבט דאס אונטער, א מעמבער אין קאווע קנאפע פיר יאר
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 5:59 pm
דורך תורה ומדע
ירח בן יומו האט געשריבן:איך האב געליינט געוואגטערס ארטיקל איבער לערנען בחורים א פאך. הערליך.
אבער, רעדנדיג וועגען די שיטה פון הקדוש מהרי"ד מבעלזא איזדי שפראך אביסל צו סארקאסטיש. מ'פארדינט גארנישט פון שרייבן אזוי, אז מ'וויל ארויסברענגן די פוינט איז איין זאך, אבער אז מ'שרייבט "און צווייטנס, אז דאס וועט זיין אויסגעשטעלט מיט קלאסן, חלילה... וואס דאס איז א אומדערהערטע זאך" דאס פארטרייבט די ליינער וואס די נאמען מהרי"ד איז פארהייליגט ביי זיי.
אז מ'וויל רעדן ווער ס'איז געווען גערכט, איז פיין אבער אפלאכן איז יצא שכרו בהפסדו.
היינט זעהט שוין יעדער איין די ריכטיגקייט פון דער טשארטקיווער רבי זצל'ס מהלך. א פלא, אבער, אז פון דעמאלטס פון דעמאלטס ביז היינט איז נאך קיין איין חסידישער רבי נישט אויף געקומען מיט אן ענדליכער הצעה.. איך קלער אז זיי האבען מורא פאר די פרומע חסידים נוסח וויליאמסבורג,אדער די ליטווישע פרומע עלעמענטען. מדארף האבען פלייצעס. גיטס נאר א קוק וואס מען טוט אהן פאר הגראי"ל שליט"א..
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 6:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בעט נאכאמאל, עפענט א באזונדערע אשכול
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 6:17 pm
דורך וויליאמסבורגער
הערליך הערליך!!
ישר כח פאר [tag]אדנירם[/tag] און [tag]פיקאסא[/tag]!!
----
וועגן דיסטריביושען, כ'מיין אז דאס דארף מען נישט טוהן ווי וואלונטיר, נאר ווער עס וויל זיך עס אונטערנעמען קען דא פארדינען אפאר דאללאר. דרוק אפאר הונדערט שטיק, פראביר דעם חודש נאר מיט בלעק ענד ווייט, ס'וועט קאסטן לאמיר זאגן 3 דאללאר צו דרוקן. שטעל עס אריין צו די פאר נוס-סטענדס דא אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק און פארקויף עס פאר 7 דאללאר א שטיקל. געב אראפ איין דאללאר פאר'ן מוכר, און עס בלייבט דיר דריי דאללאר פאר יעדן שטיקל. אז דו פארקויפסט 350 שטיק האסטו געמאכט א טויזענטער.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 6:25 pm
דורך ליפא
דריי דאלער צו דרוקן איז אסאך וויפיל צאלט דער שטערן למשל קאלירט? זיכער ווייניגער ווי דריי
עורו הנבל וכינור - אעירה שחר!
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 6:25 pm
דורך ארי נוהם
זייער שיין!
זאל דער געשריי, שאגת "ארי", דערגרייכן אין טיפענישן פון יעדע יוד!
מיר קענען, און מיר וועלן, מאכן א טשעינדש.
#YES WE CAN!
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 6:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
#yes_we_can_spell
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 6:36 pm
דורך ירא שמים
אדנירם האט געשריבן:אנווייזונג וויאזוי ארויסצו'פרינטן דעם זשורנאל אלס 'ביכל'/BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:[left]Under Page Sizing & Handling, choose Booklet.
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT[/left]
ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.
וואו אזוי סטעיפעלט מען עס?
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 6:56 pm
דורך וויליאמסבורגער
ליפא האט געשריבן:דריי דאלער צו דרוקן איז אסאך וויפיל צאלט דער שטערן למשל קאלירט? זיכער ווייניגער ווי דריי
שטערן דרוקט טויזענטער קאפיס. אויב מ'דרוקט אפאר הונדערט קען מען מסתמא טאקע פאר ווייניגער פון 3 דאללאר.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 7:00 pm
דורך [NAMELESS]
פארקערט. אויב דרוקט מען ביז טויזנט - בערך - צאלט מען טייער פאר יעדן קאפי, פון טויזנט שטיק און ווייטער ווערט די פרייז דראסטיש רעדוצירט פער שטיקל.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 7:06 pm
דורך ווייל אזוי
פלאוויוס האט געשריבן:ס'איז דאס ערשטע מאל (אין אונזער צייט/סביבה) וואס א חודש'ליכער זשורנאל קומט ארויס פונעם ציבור, אויף אן "אומאפהענגיגן" אופן, אינעם אמת'ן זין פונעם ווארט. ס'איז אן אומגלויבליכקייט.
"דער איד" אויף זייער לעטטער העד האבן זיי אויך עפעס אזא אומאפהענגיגן ווארט.
---------------------
און בנוגע דיסטריבערטן: אז ס'וואלט געווען אדווערטייזמענט'ס וואס באצאלן קען מען מיט די געלט ארויספרינטן און לייגן אין געשעפטן
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 7:07 pm
דורך א איד
אדנירם האט געשריבן:אנווייזונג וויאזוי ארויסצו'פרינטן דעם זשורנאל אלס 'ביכל'/BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:[left]Under Page Sizing & Handling, choose Booklet.
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT[/left]
ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.
ביי מיר פרינט זיך עס נישט
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 7:09 pm
דורך דעת תורה
כ'האב נישט ליב צו זיך אפרעדן, בפרט אז מ'שטעלט עס צו בחינם, אנע פראספעקט - דערווייל - צו מאכן עפעס געלט דערויף.
דאך מיין איך, אז דאס איז אביסל צו ארים, ובפרט אויב די רעדע איז פון א חודש'ליכע זשורנאל. געוואגטער'ס ארטיקל איבערן 'חדר המתוקן' (אזוי איז די פרשה באקאנט, אבער לפום ריהטא האב איך אפילו נישט געזען דעם נאמען אינעם ארטיקל) פילט ווי א טובל און ארויס אין א הייסע מקוה. כ'האף ס'קומט א המשך. יידל'ס ארטיקל וואלט ווען געברויכט אריין גיין די גאנצע.
עגעין, איך האב נישט קיין רעכט צו האבן תרעומת ווען אפאר אידן נעמען זיך צוזאם און טוען א גוטע זאך, זשאסט רגשי לבבי.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 7:35 pm
דורך פלעין יודיש
איך ווער צוריק א מעמבער