בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:02 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:כהאב פאר אייך נייעס דשינסקיא האט שוין אויף געהערט מיט די אידילעך ער בויעט איבער דאפעלט פאר גוים אין לאנג איילענד.

ער האט אנדערע פראבלעמען פארוואס ער איז א שגץ ער מיינט אז ווייל ער האט געלד ..... שוין פעלט נישט אויס צו רעדן


א שייגעץ? דהיינו? איך קען אים גאר גיט פאר יאהרן לאנג, איך האב אסאך פארברענגט און גערעדט מיט אים, גאר א פיינע איד מיט א ווארים הארץ, ער איז א ערליכער ביזנעסמאן, ער האלט זיך נישט גרויס און איז זייער Down to earth און געשמאק, איך וואלט געקענט באשטיין צוהערן די קריטיק אויף אים.

אמת. אבער איך ווייס פון אן ארבעטער וואס ער האט זייער נישט שיין באהאנדלט.

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:05 am
דורך שבת אחים
קען זיין, מ׳דארף הערן ביידע זייטן, יעדע מענטש וואס האט אסאך ארבעטעראר וועט זיך אייביג טרעפן איין ארבעטארער וואס וועט קריטיקירן זיין בעהב.

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:15 am
דורך ברוך שאמר
געהערט אז די אדרעססע האט עפעס א שייכעס מיט א פרוכט בוים

Re: קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:20 am
דורך [NAMELESS]
מסתמא אדער א פרוכט בוים אדער שטייט בטעות אין די מזוזה ונפלת בם,
#אומווילן צו פעיסן טראגעדיע,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:43 am
דורך שבת אחים
ברוך שאמר האט געשריבן:געהערט אז די אדרעססע האט עפעס א שייכעס מיט א פרוכט בוים


דער אייבישטער הארגט נישט קיין קינדער וועגן א פרוכט בוים, ענק מעגן שוין אויסוואקסן די מנחם מנדל׳ס גאלדי לאקס מעשיות איינמאל פאר אלעמאל.

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:39 am
דורך שאולדיספריםפאקער
שמעון וואלף האט געשריבן:מ'וועט האקן אזוי לאנג קעגן דושינסקיא ביז ער וועט פארלירן די אפעטיט צו בויען פאר אידעלעך (ער מאכט פונקט אזוי און אפשר מער פון די דירות וואס ער בויעט פאר גוים). ווען אנדערע וועלן אפקויפן לאטס און בויען פאר ארטיסטן וועט מען זיך ווינטשן הלוואי וואלט דושינסקיא נאך געווען אינטערעסירט צו בויען פאר אידן.

כ'בין מסכים אז ער בויעט נישט לשם מצוה און זיכט צו פארדינען וויפול ער קען אבער דאס ווייס איך אויך בברור אז בויען פאר אידן איז נישט זיין בעסטע ביזנעס אינוועסטמענט. ער פארדינט טאקע שיין אבער די געלט קען ער מאכן ערגעץ אנדערש אן ווערן באשמיצט אין די גאסן.

ס'האט מיר געזאגט איינער וואס דעוועלאפט אסאך פאר גוים אז ער וואלט קיינמאל נישט געבויעט פאר אידן ווייל ער זיכט זיך נישט הינדרעטע שונאים אזוי ווי דושינסקיא

די רעדסט פון פארלירן אפעטיט צו בויען פאר יודן ?
פון ווי מיינסט קומט זיין גאנצע הצלחה אויב נישט בלויז פון בויען פאר יודן דער האט גענומען יודישע לאטס וואס וואלט נישט געקענט ווערן ריזאנט אזוי פשוט ער מיט זיינע תחבולות וואס איז נישט וויכטיג יעצט אויסצושמועסן האט יא עפעס קונצלעך באקומען ריזאונינג און דערנאך האט ער גענומען אלע דאון פעימענטס פארן אנהייבן בויען מיט געלט אונטערן טיש אזוי האט ער געהאט צו קויפן נאך.
ביי די גוים וואלט ער דאס קיינמאל נישט געקענט טהין, אויך א חידוש נפלא געווארן עפראווט אויף אלעמען אן צושטעלן אפי דאס מינדעסטע עפארדעבל האוזינג.
הערטס שוין אויף מיט די ליגענט אז דושינסקיא איז א צדיק פארן בויען פאר יודן פאר איך ברענג דא ארויף ברחל בתך הקטנה פונקטליך וואס גייט פאהר

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:42 am
דורך [NAMELESS]
איך האב א פילינג אז שאול'ס רחל'ע איז א זיסע מיידעלע, חברה, זייט ממשיך ביטע מיט די ליגענטס...

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:49 am
דורך אחד העם
כ'בין געווענליך נישט קיין גאסיפפער.
כטוה נישט אין דעם.
אבער כדי אויסצוקאלרן די פאקטן.
ראבינאוויטש, דושינסקי, און די גאנצע קליקע דארט, זענען חיות פון וואלד, זיי קומען פון פארשקלאפטע ירושלימע בני עניים, זיי זענען די חרדים פון וואס מען רעדט, שלעכט לשמה, זיי האבן געטאנט די חרידישע נוסח פון ביזנעס אין ווילי, וואס איז געבויעט אויף צוויי יסודות, טיפשות און רשעות.
ביודעי ומכירי קאמינא.

אבער וואס האט עס מיטן געפאלענעם קינד.

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:50 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
האלוי האלוי, אלץ פיין אין וואיל ביז זאגן ער טוט עס לשם מצווה.
גייטס רעדסט מיט דיוועלעפערס וואס בוין פאר ביידע, בוין פאר איגו האט מוראדיגע מעלות פאר די דיוועלעפערס.

מקען בעהטן אינטערן טיש צוויי מאות ביים סיימנו קאנטרעקט אין נאך א מאה ווען די שעלל שטייט. אין אנדערע ווערטער דע בוין די עצם בנין צאלט זיך אויס פון דיפאזיטס, עטץ ווייסט וואס דאס מיינט פאר א דיוועלעפער? עטך ווייסט ווטס ער צאלט פראצענט פאר א hard money loan אדער construction loan?

ביי אידן רייט מען אויפ יעדער פיצי טשענדז בשעת בוין קאסט שווערע אלפים, ממאכט פון דעים אליין ריזגע געלטער. ביים בוין א בנין קומט צו קרוב צו דריי מאות נעט.

אין נישט פארגעסען ביי אידן קען ער קאטן קארנערס, ער ווייסט אז די טאג די האסט געקלאסט קענסטו די הענגן, ער הייסט נידט אויפ דיין קאללס וגו, לאמער זעהן ער טרייט דאס ביי די גוים.

מיר האט א דיוועלעפער קלאר דעזאגט א פראזעקט ביי אידן מאכט ער סאך מער ווי א פראזעקט אין בושוויק

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:56 am
דורך שאולדיספריםפאקער
וודאי מאכט ער מער איך ווייס פון א דעוועלאפמענט אין וויליאמסבורג ווי די דיפאזיטס האט מען געדארפט אויסשטעלן צו איינע פון די סאטמארע מוסדות דאס מיינט אז דאס איז טעקס פרי מאני
ווען וועלן ענק זיך שוין אויפוועקן אז קיינער בויעט נישט לשם מצוה און אז זייער עיקר געלט איז געקומען פון די יודישע דירות אויף יעדע בנין וואס זיי האבן געבויעט איז דא אדער אומליגאלע צוגעבויעטע שטאק וואס איז פאררענטעט אדער אלע בעיסמענטס זענען פאררענטעט וואס די אלע זאכן וואלט ער ביים גוי קיינמאל נישט געקענט טהין .
Don't get me started

Re: קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:03 am
דורך גראף
זייט ווען דארף מען בויען לשם מצווה פאר אידן? אפשר דארף מען אויך עסקנים וואס זאלען טרעפען עסקנים וואס זאלן צושטעלן דירות לשם מצווה?

און אגב עטליכע האבן געשריבען דא אז ביי גוים קען מען נישט טוהן וואס מען טוט מיט אידן. איך ווייס נישט וועגן פארקויפטע דירות אבער ביי רענטעלס איז דא דירות מיט אפיס/ארבייט פלאץ אין בעיסמענטס אדער סאב סעללערס וואס איז א גרויל אפילו אריין צי טרעטען דארט און די אידעלך רייסן שווערע טויזענטערס א חודש. סאו ס'האט נישט מיט אידן אדער גוים נאר אן עיהאל איז א עיהאל.

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:19 am
דורך [NAMELESS]
עס זענען דא מער אידן וואס באדערט זיי דושינסקי'ס דאוועלעפמענט גראבונגען אין וויליאמסבורג, ווי דושינסקי'ס גראבונגען אין תחום גאלעווענציץ...


#לבדיחה בעלמא

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:25 am
דורך שמעון וואלף
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:מ'וועט האקן אזוי לאנג קעגן דושינסקיא ביז ער וועט פארלירן די אפעטיט צו בויען פאר אידעלעך (ער מאכט פונקט אזוי און אפשר מער פון די דירות וואס ער בויעט פאר גוים). ווען אנדערע וועלן אפקויפן לאטס און בויען פאר ארטיסטן וועט מען זיך ווינטשן הלוואי וואלט דושינסקיא נאך געווען אינטערעסירט צו בויען פאר אידן.

כ'בין מסכים אז ער בויעט נישט לשם מצוה און זיכט צו פארדינען וויפול ער קען אבער דאס ווייס איך אויך בברור אז בויען פאר אידן איז נישט זיין בעסטע ביזנעס אינוועסטמענט. ער פארדינט טאקע שיין אבער די געלט קען ער מאכן ערגעץ אנדערש אן ווערן באשמיצט אין די גאסן.

ס'האט מיר געזאגט איינער וואס דעוועלאפט אסאך פאר גוים אז ער וואלט קיינמאל נישט געבויעט פאר אידן ווייל ער זיכט זיך נישט הינדרעטע שונאים אזוי ווי דושינסקיא

די רעדסט פון פארלירן אפעטיט צו בויען פאר יודן ?
פון ווי מיינסט קומט זיין גאנצע הצלחה אויב נישט בלויז פון בויען פאר יודן דער האט גענומען יודישע לאטס וואס וואלט נישט געקענט ווערן ריזאנט אזוי פשוט ער מיט זיינע תחבולות וואס איז נישט וויכטיג יעצט אויסצושמועסן האט יא עפעס קונצלעך באקומען ריזאונינג און דערנאך האט ער גענומען אלע דאון פעימענטס פארן אנהייבן בויען מיט געלט אונטערן טיש אזוי האט ער געהאט צו קויפן נאך.
ביי די גוים וואלט ער דאס קיינמאל נישט געקענט טהין, אויך א חידוש נפלא געווארן עפראווט אויף אלעמען אן צושטעלן אפי דאס מינדעסטע עפארדעבל האוזינג.
הערטס שוין אויף מיט די ליגענט אז דושינסקיא איז א צדיק פארן בויען פאר יודן פאר איך ברענג דא ארויף ברחל בתך הקטנה פונקטליך וואס גייט פאהר


קען זיין וואס די זאגסט איז אמת; קען זיין אז נישט, איך האב עס נישט מברר כי געווען. למעשה היינט האט ער געלט און קען באקומען פיינענס צו בויען אן באקומען דאון פעימענטס און אזוי האט ער טאקע געווען ביי די דירות לעבן בראשוב.
געדענקטס, ער איז נישט געבינדן צו די אידישע מארקעט און ער זיכט נישט צו ווערן באשמיצט אין די גאסן. יא ער מאכט שיין געלט פון די אידישע דירות אבער ס'האט א גבול וויפול ער איז גרייט זיך צו לאזן שמייסן דערפאר. פריידס ענק אז איינער איז נאך אינטערעסירט צו האנדלן מיט די אידעלעך די עם קשה עורף.

א קליינע משל

קונה: איך וואלט געוואלט קויפן א דירה
דושינסקיא: די דירות זענען נאכנישט אויף די מארקעט
קונה: ווען גייט עס זיין אויף די מארקעט?
דושינסקיא: אינז ווייס מיר נאכנישט
קונה: ווען גייט עטץ וויסן ווען ס'גייט זיין אויף די מארקעט?
דושינסקיא: איך ווייס נישט, א גוטן.

א חודש שפעטער
קונה: איר ווייסט שוין ווען איר גייט וויסן ווען די דירות גייען זיין אויף די מארקעט?
וחוזר חלילה

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:30 am
דורך berlbalaguleh
כשאול ועוד לקרא: איך האב יעצט געזעהן עטליכע דירות אין א דעוועלאפמענט, געבויעט דורך א היימישן דעוועלאפער. די קוואליטי פון די ארבעט איז אזוי געמיין אז ווען מ'גיבט איבער אזא דירה פאר א גוי, וואלט שוין לאנג געווען צובלאזן אין די גאנצע מידיא אז דער און דער "ראביי" מיט דעם קלינגעדיגן אידישן נאמען באשווינדלט די אומשולדיגע, נעבעכ'דיגע קאסטומערס. און מ'האט מסתמא געשמירט די אינספעקטארס אז אזא ארבעט האט בכלל געקענט אדורכגיין אינספעקשן.
לאמיר נאר א ביסל אויסרעכענען די "מעלות". ערשטנס האט דער חשוב'ער דעוועלאפער געלייגט די געמיינסטע קוואליטי עלעקטריק פלאגס און סוויטשעס. וועלכע פארקויפן זיך ביי האום דיפאו פאר עטליכע און דרייסיג סענט. און די ווייערינג איז נישט נאכגעקומען די קאוד רעגולאציעס. למשל, אין די קיטשען און ביה"כ מוז זיין דזשי.עף.איי. פלאגס, כדי צו באשיצן אקעיגן עלעקטריק שאק. דאס איז עפ"י רוב נישט בנמצא. און די וועלכע זענען יא דא ארבעטן אויך נישט. און די וואסער פרעשור אין די גאנצע הויז איז זייער שוואך. אויך די סענטראל עירקאנדישאנינג סיסטעם ארבעט נישט. און ס'נאך דא זייער א סאך פעלערס וואס מ'טרעפט טעגליך. אויך די דרייער-ווענט דאקט איז פארשטאפט. און ס'גייט בכלל נישט ארויס צו לופטערן זיך אינדרויסן...!
און דער דעוועלאפער האט געלייגט גאנץ א פיינע מטבע אין טאש פון א יעדע דירה. אבער יעצט איז נישטא צו וועמען צו רעדן.
יא. שיעור פארגעסן. די געיט אויף די האלצערנע פארטש איז זייער נידריג.4 פיס. אז ס'איז פשוט א סכנה צו לאזן די קינדער ארויסגיין שפילן אויפ'ן פארטש...!

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:34 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דו ברענגסט א ראיה לסתור. ביטע ליין נאכאמאל איבער דעם דיאלאג צווישן דעם דעוועלאפער און דעם פאטענציאלן קונה...!

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:41 am
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:זייט ווען דארף מען בויען לשם מצווה פאר אידן? אפשר דארף מען אויך עסקנים וואס זאלען טרעפען עסקנים וואס זאלן צושטעלן דירות לשם מצווה?

און אגב עטליכע האבן געשריבען דא אז ביי גוים קען מען נישט טוהן וואס מען טוט מיט אידן. איך ווייס נישט וועגן פארקויפטע דירות אבער ביי רענטעלס איז דא דירות מיט אפיס/ארבייט פלאץ אין בעיסמענטס אדער סאב סעללערס וואס איז א גרויל אפילו אריין צי טרעטען דארט און די אידעלך רייסן שווערע טויזענטערס א חודש. סאו ס'האט נישט מיט אידן אדער גוים נאר אן עיהאל איז א עיהאל.

גראף: א עי-האול איז טאקע אן עי האול. אבער זיינע קאסטומערס זענען עפ"י רוב היימישע אידן וועלכע וואוינען אונטער אזעלכע אומשטענדן אין וויליאמסבורג. ווייל דער איד קען נישט גיין סיי וואו וואוינען. ער דארף האבן בתי מדרשים, מקוואות און ת"ת'ס און כשר'ע גראסעריס. משא"כ דער גוי'אישער אימיגראנט קען גיין וואוינען כאטשיג וואו...!

Re: קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:43 am
דורך גראף
דו זאגסט די זעלבע זאך. ס'האט מיט דער מענטש נישט אידן ווס גוים.