בלאט 2 פון 3

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 4:05 pm
דורך פרייוויליג
זבולון האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:בעש"ט און נוע"א איז א ראיה אז וואס פונקטליך?

דער מיטאס לויטעט אז זיי האבן פארמאגט רויטע האר, נו קען דאך נישט זיין אז זיי קומען פון געמישטע דורות...

די לאגיק דא איז פעלערהאפטיג, (און דאס האט דעת תורה געמיינט לכאורה).
אויב דו ווילסט זאגן אז בעש"ט און נוע"א שטאמען פון אידן, ווייל עס קען פשוט נישט זיין אנדערש, דאן קענסטו עס זאגן אפילו זייער האר איז געווען שווארץ ווי פעך, און מיר שטאמען פון זיי.
ווידער, אויב ווילסטו א ראי'ה דערפאר, פאר איינעם וואס די ארגומענט איז נישט גענוג, דאן איז די רויטע האר קיין ראיה נישט.



ארלעדיגט.

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 4:15 pm
דורך סמבטיון
חיים יאלעס דער באקאנטע יונגע שטערן אין עולם הגענעס, האט אויפגעטרויטן ביים בוני עולם דינר לעצטע וואך, האט ער דארט אויך געזאגט פון צווישן זיינע ווערטער אז אשכנעזישע יודן האבן אלע איין די ען עי,

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 4:17 pm
דורך ביבער
פרייוויליג האט געשריבן:[justify]מיר אידן ווייסן אז די איינציגסטע אינטערשיד פון א איד און א גוי איז די תורה. אבער פאר לאנגע יארן גייט שוין אן די קאנטארווערסיע אויב אידן זענען א פולשטענדיגע ראסע, מיט אן אייגענע גענעס, און ביאלאיגשע אידענטיטעט. זענען אידן סייענטיפיש אנדערש פון א גוי? פונקט ווי מיר ווייסן אז עס זענען פארהאנען טויזענטער חיות ספישיס, אפשר זענען אויך דא מענטשליכע ספישיס?[/justify]


אנגענומען אין ביאלאגיע איז אז ווילאנג אן ארגאניזם קען זיך פרוכטבארן מיט א צווייטן הייסן זיי די זעלבע מין. מענטשן האבן נישט אנדערע ביאלאגישע כללים פון אלע אנדערע באשעפענישן.

Re: זענען אידן ביאלאגיש אנדערש פון גויים?

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 4:28 pm
דורך ביליג
דעת תורה האט געשריבן:בעש"ט און נוע"א איז א ראיה אז וואס פונקטליך?

אויך די ברך משה ... [emoji6]

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:30 pm
דורך געוואלדיג
סתם הבהרה בעלמא, עשו און דוד המלך זענען נישט געווען רויט האריג, ווי די רבי'ס אין חדר האבן אונז פארציילט, נאר האבן געהאט א רויטן פנים און רויטע הויט

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:33 pm
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:סתם הבהרה בעלמא, עשו און דוד המלך זענען נישט געווען רויט האריג, ווי די רבי'ס אין חדר האבן אונז פארציילט, נאר האבן געהאט א רויטן פנים און רויטע הויט


קען זיין, אבער פון ווי ווייסטו, האסט זיי געזעהן אין א מוזעאם אדער אזוי שטייט אין די דבר יום ביומו?

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 1:38 pm
דורך געוואלדיג
דאס איז טייטש פון אדמוני, ליתר שאת קוק אין די מפרשים,

Re: זענען אידן ביאלאגיש אנדערש פון גויים?

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 1:16 pm
דורך צוויקל
איך האב א חבר וואס שטאמט פון ארגענטינע אין איז רויטליך

Sent from my SM-G900V using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 2:35 pm
דורך א איד
ארגענטינע איז אין מידל איסט?

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 1:06 pm
דורך מיש-נייעס
כ'אב געהערט אמאל אז דער חתם סופר זאגט אויף א פלאץ אז די מאמע-מילך איז אנדערעשביי אידישע ווי ביי גויאישע, (איך געדענק נישט פונקטליך איך מיין אין קאליר) מאכט סענץ, אדער אין בין מיך טועה?

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 1:40 pm
דורך יתרו
מאכט סענס אז דער חתם סופר זאל זאגן אזאנס, אבער די רעליטעט איז פארשטייט זיך אנדערש. כבר היה לעולמים אז מען האט געוואלט אוועקשטעלן אז דער גוף הישראלית איז שונה משאר העומות אבער ביז דערווייל האט זיך עס נאכנישט אויסגעארבעט, ועוד חזון למועד.

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 4:18 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:אשכנזישע אידן זענען אלע קרובים לויט די ען עי וואס שטאמען פון די זעלבע 330 מענטשען וואס האבן זיך באזעצט אין אייראפע און זיך משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, ספעציעל אונז חסידישע פרומע אידן זענען נאך נעטערע קרובים, יעדער פון אונז זענען פיפטע זעקסטע קאזינס אדער נענטער, בלי שום יוצא מן הכלל, כלנו בני איש אחד אנחנו.

אידישקייט איז נישט נאר א רעליגיע נאר אויך א שבט פון די זעלבע מענטשען וואס האבן זיך נישט געוונטליך אויסגעמישט מיט אנדערע שבטים.

שבת אחים: איך בין געווען זיכער אז דו וועסט ברענגען גאנצע טרעילאר-לאודס מיט עווידענס אז אידן. לכה"פ אשכנז'ישע אידן זענען נישט קיין עכטע אידן. ווייל די זעלבע טענדענציעזע (כ'בעט אז דו האסט נאך דאס דאזיגע ווארט נישט געהערט.) שטודיע וועלכע זאגט אז אלע אשכנזי'שע אידן שטאמען פון די ערשטע 300 מענטשן וועלכע האבן זיך באזעצט אין אייראפע, זאגט אויך אז זיי האבן מערסטנס חתונה געהאט מיט די לאקאלע גוי'אישע טעכטער. די איזראעליס האבן זייער א קליען, נייטראליזירט ווארט פאר די וועלכע האבן חתונה מיט א גוי'טע...זיי רופן עס..."הוא נישא למקומית"...! ממילא זעמיר נישט קיין עכטע אידן. אדער זעמיר קוזארן, אדער גאר אריער...! נאר ווער ס'גלייבט אין אט די נארישע טעאריעס גלייבט אויך אז די אידן, (כאטש א טייל פון די אידן. אזוי ווי די גוטע אנטיסעמיטן זאגן.) האבן זיך באנוצט מיט קריסטליך בלוט פאר די מצות...!

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 6:24 pm
דורך מיש-נייעס
צוקער זיס @בעל עגלה
און @יתרו די סטעטמענט וואס די שרייבט קען נאר שרייבן איינער ווי די וואס דו האסט שוין געדינט אלע עבודה זרה'ס, און האט שוין א רעקארד פון קריטיקירן משה רבינו... איך זאג עס מיט הומער אבער עס טוט וויי צו זעהן אזעלכע וועטער אין א ערליכע פלאץ

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 6:38 pm
דורך מיש-נייעס
שבת אחים האט געשריבן:אשכנזישע אידן זענען אלע קרובים לויט די ען עי וואס שטאמען פון די זעלבע 330 מענטשען וואס האבן זיך באזעצט אין אייראפע און זיך משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, ספעציעל אונז חסידישע פרומע אידן זענען נאך נעטערע קרובים, יעדער פון אונז זענען פיפטע זעקסטע קאזינס אדער נענטער, בלי שום יוצא מן הכלל, כלנו בני איש אחד אנחנו.

.


@שבת אחים, הגם בערל האט דיך אפגעפרעגט בין איך נאך אלץ נייגעריג אויף א מקור צו דעי ווערטער עס קען מיר א סאך צוניץ קומען אין מיינע שטודיעס
יישר כח למפרע

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 7:53 pm
דורך אישתישבי
כ'מיין אז פיפטע זעקסטע קאזינס בלי שום יוצא מן הכלל איז א גוזמא.

בערעל, אפילו אויב איז אמת דיין טעאריע פין נישא למקומית, איז וואס?

עס איז אבער זיכער אז מען האט חתונה געהאט מיט גוי'אישע מיידלעך אין לויף פין די יארען, ווייל די בלויע אויגן און בלאָנדע האר קומען לכאורה פין גוים.

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 8:31 pm
דורך אייז קריעם
א מקור און די תורה:

כִּי לֹא כַנָּשִׁים הַמִּצְרִיֹּת הָעִבְרִיֹּת, כִּי חָיוֹת הֵנָּה - בְּטֶרֶם תָּבוֹא אֲלֵהֶן הַמְיַלֶּדֶת וְיָלָדוּ ..

ס'האט מיר אמאל א דאקטאר געזאגט אז דאס עסן פיש, פלייש, חלות, דיפס, טשאלנט, הערינג, קוגל און קישקע, קעיק, ברוינפן, וויין, אייער קיכלעך שבת אינדערפרי אויף איינמאל און גלייך דערנאך זיך לייגן און בעט, און נישט כאפן א מאסיווע הארץ אטאקע-אויף דעם דארף מען זיין א יוד....

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 9:32 pm
דורך [NAMELESS]
מ'דארף זוכען?


פאלגענד איז א שטיקל ליסטע אנגעגעבן דורך געוויסע אייראפעישע אפשטאמיגע מומחים המכונה אנטיסעמיטן:

1) אינדערצייט וואס געווענליכע אייראפעישע גוים זענען העכער ווי עוורידזש, זענען די אידען א %20-%30 נידריגער ווי זיי - ד.ה. נידריגער ווי אינטערנאציאנאלער עוורידזש.

2) גרינע אויגן

3) די הויט קאליר איז נישט אזוי ווייט ווייס, נאר ענדערש 'פעיל' (וואס איז ווייט נישט קיין שיינע קאליר...) א סימן פון א געמישאכטץ פון ארופה און מיטל מזרח.

4) די ליפען איז אנדערש

5) שיעור נישט פארגעסן... ס'נאז

6) לויט געוויסע, אויך די קול.


נ.ב. נוגע בעיקר פאר אשכנז'ישע אידן. אבער אין די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז די אידן זענען יא שיין, הן די אשכנזים והן די ספרדים.

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 11:04 pm
דורך יתרו
אייז קריעם האט געשריבן:א מקור און די תורה:

כִּי לֹא כַנָּשִׁים הַמִּצְרִיֹּת הָעִבְרִיֹּת, כִּי חָיוֹת הֵנָּה - בְּטֶרֶם תָּבוֹא אֲלֵהֶן הַמְיַלֶּדֶת וְיָלָדוּ ..

ס'האט מיר אמאל א דאקטאר געזאגט אז דאס עסן פיש, פלייש, חלות, דיפס, טשאלנט, הערינג, קוגל און קישקע, קעיק, ברוינפן, וויין, אייער קיכלעך שבת אינדערפרי אויף איינמאל און גלייך דערנאך זיך לייגן און בעט, און נישט כאפן א מאסיווע הארץ אטאקע-אויף דעם דארף מען זיין א יוד....

א מקור אז וואס? דאס אז אידן האבן א אן אנדערע פערסאנעליטי וואס איז אנטשטאנען געווארן אדאנק זייער יוניק קולטור און ענוויייראמענט דינגט זיך קיינער נישט, נאר דאס אז זיי האבן עפעס א ספעציעלע קערפער ווי 26 ציינער און מילעך וואס האט א טעם פון דבש דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 12:38 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אשכנזישע אידן זענען אלע קרובים לויט די ען עי וואס שטאמען פון די זעלבע 330 מענטשען וואס האבן זיך באזעצט אין אייראפע און זיך משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, ספעציעל אונז חסידישע פרומע אידן זענען נאך נעטערע קרובים, יעדער פון אונז זענען פיפטע זעקסטע קאזינס אדער נענטער, בלי שום יוצא מן הכלל, כלנו בני איש אחד אנחנו.

אידישקייט איז נישט נאר א רעליגיע נאר אויך א שבט פון די זעלבע מענטשען וואס האבן זיך נישט געוונטליך אויסגעמישט מיט אנדערע שבטים.

שבת אחים: איך בין געווען זיכער אז דו וועסט ברענגען גאנצע טרעילאר-לאודס מיט עווידענס אז אידן. לכה"פ אשכנז'ישע אידן זענען נישט קיין עכטע אידן. ווייל די זעלבע טענדענציעזע (כ'בעט אז דו האסט נאך דאס דאזיגע ווארט נישט געהערט.) שטודיע וועלכע זאגט אז אלע אשכנזי'שע אידן שטאמען פון די ערשטע 300 מענטשן וועלכע האבן זיך באזעצט אין אייראפע, זאגט אויך אז זיי האבן מערסטנס חתונה געהאט מיט די לאקאלע גוי'אישע טעכטער. די איזראעליס האבן זייער א קליען, נייטראליזירט ווארט פאר די וועלכע האבן חתונה מיט א גוי'טע...זיי רופן עס..."הוא נישא למקומית"...! ממילא זעמיר נישט קיין עכטע אידן. אדער זעמיר קוזארן, אדער גאר אריער...! נאר ווער ס'גלייבט אין אט די נארישע טעאריעס גלייבט אויך אז די אידן, (כאטש א טייל פון די אידן. אזוי ווי די גוטע אנטיסעמיטן זאגן.) האבן זיך באנוצט מיט קריסטליך בלוט פאר די מצות...!


ווער דארף טרעילער לודס פון עווידענס? די ען עי באשטעיגט עס! קענסט זיך דינגען מיט דעם ביז מארגן! מיר אשכנזישע אידן זענען אייניקלעך פון אברהם יצחק ויעקב געמישט מיט אסאך גרים... ווער סלייקענט דעס איז א נער און אומוויסענד!

דעס מיינט נישט אז מיר זענען נישט קיין אידן, ווייל די ען עי באשטעיגט אויך אין אונז אשכנזים א מיטעל איסטערן דזשין ענדליך צו די ספרדים, פארוואס קען נישט זיין אז אונז זענען אייניקלעך פון גרים/גירות, ספאסט נישט פאר שידוכים הייסט עס??? אהא! ר׳ בערל דער אמת בלייבט דער אמת!

איך האב זיכער אלע אידישע סימינים, איך קוק עס ווי א ספרדי, שווארצע האר, טונקעלע הויט, כאטש כבין א ריינער אשכנזי דורך און דורך. חוץ מזה האב איך די סימנים פון א איד ווי די גמרא זאגט רחמנים, גומלי חסדים, אבער כבין א קנאפער בישן, מסמתמא דעס האב איך גע׳ירשנט פון מיין ״גוישע זיידעס״ פאר מיינע אור אור עלטערן האבן זיך מגייר געוועהן. :lol:

טענדענציעזע (כ'בעט אז דו האסט נאך דאס דאזיגע ווארט נישט געהערט


פארוואס מיינסטו אז איך פארשטיי נישט די ווארט? נאר איר פארשטייט ווערטער? וואס איז די איגאו קאמף דא זיידי? הא? מיין טאטע האט סאך א
גרעסערע פאסיק!

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 3:34 am
דורך berlbalaguleh
מיש-נייעס און אישתישבי:איך זעה אז עטץ האטץ במחילת כבוד תורתכם פארפאסט מיין הויפט נקודה. די טעאריע וואס איך לייג ארויס איז נישט מיין פערזענליכע גלויבונג. אויב איהר וועט מדייק זיין וועט עטץ זעהן אז איך זאג דאס מיט א סארקאסטישן טאן. ...לשיטתו פון דעם גרויסן סייענטיסט (און האלבן אפיקורס) שבת אחים, וועלכער גלויבט אין אט די טעאריע, איבער וועלכע איך האב געליינט. זאג איך צו איהם אז די זעלבע טוענדענציעזע שטודיע זאגט אויך אז די אידן האבן מערסטנס חתונה געהאט מיט די גוי'אישע טעכטער פון די לענדער אין אייראפע וואו זיי האבן זיך באזעצט. אפילו אויב זיי האבן זיך שפעטער מגייר געווען. נישט אז איך פערזענליך האלט אזוי...!

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 3:43 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: נאכ'ן זיך גוט צו לאכן וויל איך אבער דאך פרעגן, וואס מיינט די ווארט טענדענציעז...פון לאשיצער וואלט איך נישט געפרעגט די שאלה. ווייל איך בין זיכער אז ער ווייסט דעם ענטפער. אבער לויט ווי איך אנאליזיר דיין הילוך המחשבה, און סאציאלע אויפוואקסונג, ביניך זיכער אז (פאר די האסט נאכגעגקוקט אין גוגל טרענסלעיט אויב דאס וועט דיר העלפן) ווייסטו נישט דעם אפטייטש פון דעם דאזיגן ווארט...!

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 4:14 am
דורך [NAMELESS]
לכאורה tendency, ניין? כ'האב נישט געגוגלט.
נישט אזא שווערע ווארט.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 9:38 am
דורך שבת אחים
כהאב נישט די מינדעסטע אהנונג וואס דער ר׳ בערל וויל פון מיין לעבן האבן... איך האב נישט געוואוסט איך בין דא אינטער א שווערע סקרוטני פון סענדער דער דויטש. ר׳ בערל טייערער ווען קען מען האבן א שיעור אין די בלעז״י רש״י?.