[justify]
היות דער פראצעס ענטהאלט אין זיך אן א שיעור אומקלארע באריכטן און אפט אפי' קעגנזייטיגע אינפארמאציע; במילא איז כמעט נישט שייך ס'זאל נישט אריינפאלן קיין סתירות דא און דארט. איך פרוביר צו אויסקלארן דו מערסטע קראנט און פארלעסליך וואס איז שייך. ביטע עס נעמען מיט פארשטענדעניש.***
זלאטע זיצט ביים ראדימנער רב אין שטוב ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, באקוועם אז נאר. נו פארוואס דען נישט? מען געבט איר דאך דא אויף א גאלדענעם טאץ, וואס נאר ס'פארשמעקט זיך איר.
דער שטימונג אין שטוב איז געווארן א נידערגעשלאגענע און א דערביטערטע. מען האט פון איר געוואלט פטור ווערן ווי אמשנעלסטן.
איין פריהמארגן ווארפט זלאטע איר פארשלאג פאר רעבעצין שפירא: "טוט מיר א טובה און טרעט אפ פון דא, פארט קיין ארץ ישראל און לאזט מיר דא זיין, איך געב אייך דערפאר צוויי א האלב טויזנט דאלער!".
רעבעצין שפירא האט זיך דערפון נישט צוטון געמאכט.
זלאטע האט ווי אנגעהויבן צו ליציטירן, געאפפערט דריי טויזנט דאלער אפטרעט געלט, ארויף מער און מער -ביז אזויפיל ווי פיר טויזנט דאלער אפטרעט געלט- אבער רעבעצין שפירא האט דאס קאטעגאריש צוריקגעווארפן.
זלאטע האט באשלאסן צו געבן א צי דעם שטריק אויפן פארקערטן ריכטונג. נעמליך, געשאסן א פארלאנג צום רב: "געבט מיר א גט, און געב מיר צו פינף טויזנט דאלער מיטן גט. טאמער נישט, פארגעס נישט שמואל'טשי מיינס... איך האב ביי מיר געריכטס אקטן אז דו האסט מיט מיר חתונה געהאט! איך האב געבוירן פון דיר א 'זיבעלע' וואס קאסט מיר יעדן חודש פינף און זיבעציג זלאטעס פארן בית יתומים אנשטאלט וואו איך האב אים געגעבן צו האדעווען. איך וועל אריין לויפן אין שול אפשטעלן ס'ליינען, און פארציילן פארן שטאט פונקטליך וואס דו האסט מיט מיר געטון".
- "אבער פארוואס..." - - -
- "איך דארף א גט מיט פינף טויזנט דאלער!" האקט זלאטע איבער דעם ראדימנער.
- "ניין, פארגעס דערפון!" ענטפערט איר דער רב א קאטעגארישער.
***
אין איינע פון די טעג האט זלאטע אפגערייזט קיין קראקא.
[center]
krakow jews waiting for president - 1927.jpeg
[/center]
[center]קראקאווער אידן ווארטן אפ דעם פוילישן פרעזידענט - 1927[/center]אויפן וועג קיין קראקא האט זלאטע געמאכט א קורצע אפשטעל אין אשווענצים. אין אושווענצים האט זלאטע זיך געווענדעט צו איר פלומעניק דוד ווייס מיט זיין ווייב סלאמעא, וואס האבן דארט געוואוינט. דוד'ס שווער איז געווען זלאטע'ס א ברודער.
זלאטע האט זיך אויפגעהאלטן געציילטע טעג אין קראקא, אבער פון מנוחה לאזן דעם ראדימנער רב איז איר נישט געקומען אויפן געדאנק. זלאטע האט פון קראקע געשריבן א בריוו צום רב ווי זי פאדערט אירס מיט ביטערניש:
ב"ה יום ג' פרשת נשא פה קראקא שלום וכל טוב סלה.
לכבוד שאר בשרי הרב הצדיק שליט"א.
איך האב דא פון אייך גרויס עגמת נפש, וואס איז מיר געקומען גאנץ אומזיסט. אינדערהיים האב איך א קישען און א איבערבעט, און דא מוז איך שלאפן צווישן פרעמדע, דו ווילסט נישט וויסן פון גארנישט, דו זיצט זיך אינדעהיים און מיך האט עס פארטראגן אזש אהער. צו וואס האט מען דאס באדארפט? אז מיין הארץ זאל צושניטן ווערן אויף הונדערט שטיקלעך? אלע מחלות און עגמת נפש'ן האב איך צוליב דעם, איך האף אבער, אז דער רבנו של עולם וועט מיר ארויס העלפן.
איך בעט דיר אז דו זאלסט קומען מוצאי יום כיפור (?-שבועות) און אויב נישט, וועל איך קומען צו דיר, ווייל אנדערש וועל איך נישט הערן קיין קידוש און קיין שלום עליכם. נאך אמאל שרייב איך דיר, אז דו זאלסט קומען, און געדענק מיינע ווערטער און זיי וויסען, אז אלץ איז פאר דיינע עבירות און נישט פאר מיינע.
[center]
oswiecim jewish center.jpg
[/center]
[center]דער אידישער צענטער אין אוושווענצים[/center]עס איז שוין אריבער דריי וואכן און האסט אפילו קיין איין מאל נישט געפרעגט, וואס דאס קינד מאכט. ווייס אז דאס קינד איז שלאף, און דו האסט נישט געפרעגט וואס ער מאכט. וואס איז דאס קינד שולדיג אז דו האסט געזינדיגט? דאס קינד האט זיך אויף דער וועלט נישט געבעטן.
פון מיר דער רעבעצין זלאטע תחי'! איך שוק דיר ברכות און וואונטשן, גאט זאל דיר געבן לאנגע און גיטע יארן. הלואי דער אייבערשטער זאל מיר שוקען א ישועה במהרה בימינו, אז אונזערע תפילות זאלן דערהערט ווערן אין הימעל.
ממני הנ"ל, וואס האפט וואס שנעלער צו זעען זיך מיט דיר געזונטערהייט.
***
אין די געציילטע טעג וואס זלאטע איז נישט דא געווען, וויילענדיג אין קראקא, איז געווען די ריכטיגסטע צייט אויסצונוצן איר אפוועזנהייט פאר א לעזונג צום קריזיס. די משפחה איז זיך צוזאמגעקומען פאר א באראטונג, צו זען וואס מען קען טון צו לייזן די פראבלעם, און אפהאלטן זלאטע פון ווארפן די באמבע.
די משפחה איז - נאך צענדליגע פארשלאגן אויפן טיש - געבליבן מיט א געמיינזאמע פלאן, וואס מען טוט ווייטער, און וועלכע שריט מען האט יעצט צו טון.
דו אנוועזענדע זענען זיך צוגאנגען מיט שטורמישע געמיטער האפענדיג אז זאכן זאלן זיך אויסלאזן אויפן בעסטן.
נישט לאנג דערנאך און זלאטע איז צוריק געקומען קיין ראדימנא צו איר בחינם'דיגער אכסניא ביים ראדימנער רב אינדערהיים.
מען האט זלאטע'ן געאפפערט פופצן הונדערט דאלער בנוסף צו א טייערע שטערן באנד פון פערל, צו דעם אלעם וועט מען איר צושטעלן א לייטישע שידוך פאר איר. דאס אלעס האט שוין גערעדט ווערטער צו איר, און זלאטע האט זיך בארואיגט.
קיין געלט אבער האט דער רב נישט פארמאגט צו זיך, נישט אנדערש פון יעדן שטעטלישן רב וואס האבן אלע געלעבט אין ארימקייט. דאס קליין געהאלט זייערע האט קוים געקלעקט פאר ברויט מיט שמיר. דער רב אליינס איז געשלאפן אויף א בעט אונטערגעהאלטן מיט דריי פיסלעך, ווען א באשטאנדטייל דינט אלץ דעם פערטן פיס צום בעט.
דער רב האט געשיקט א טעלעגראמע צו יוסל גאלדשטיין, זיינס אן אנהענגער פון אמעריקע, אז ער זאל דרינגענד אריבער שיקן טויזנט דאלער קיין ראדימנא.
דער ראדימנער רב האט געהאט אוועק געלייגט אין אמעריקא דריי טויזנט דאלער, אפגעשפארט א פרוטה נאך א פרוטה פאר די נדן פון זיינע דריי יונגסטע טעכטער, וואס האבן נאך געוואוינט ביי אים אינדערהיים. אנרירן די נדן פון זיינע טעכטער האט צודריקט דעם רב'ס הארץ אין א טיפע קלעמעניש, און אנשטאט די איבריגע פינף הונדערט דאלער האבן דעם רבי'נס טעכטער איר אהין געגעבן צוויי שנירלעך פערל.
***
תיכף דערנאך, האט זיך דער רבי'נס יונגסטער טאכטער מינדל מיט איר שוועסטער געלאזט אין וועג צו א דערנעביגן שטעטל, וואס גרעניצט זיך מיט ראדימנא. זיי האבן אנגעקלאפט צו אברהם דאמיניק אין שטוב. אברהם דאמיניק איז געווען א מיטעליעריגער מענטש מיט א גרויען בארד, א געשטעל, אבער שוין פופצן יאר אן אלמן, דערנאך וואס זיין ווייב איז אים אפגעשטארבן.
די רבי'נס טעכטער האבן אים פארגעלייגט זייער פארשלאג, אז זיי האבן א שידוך פאר אים גאר פאסיג. ביי זיי אין שטוב, געפינט זיך יעצט זייערס א קרובה פון ווייטן אמעריקע, א געראטענע.
אברהם האט מתחילה געהאט קנאפ אינטערסע צו זייער פארשלאג: "וואס פעלט מיר יעצט? אלץ איז מיר גוט אזוי!" - האט ער ווידערהאלד נאכאנאנד. ווען זיי האבן נישט נאכגעלאזט, האט ער מסכים געווען אריבער צו שיקן זיינס א טאכטער זאל גיין אנקוקן זלאטע'ן. דער טאכטער איז צוריק געקומען פאזעטיוו, פארציילענדיג אז זלאטע מאכט א גוטע איינדרוק אויף איר.
אברהם דאמיניק איז איינגעגאנגען צו גיין אויף 'באשוי'. דער באשוי איז פארגעקומען ביינאכט ביים ראדימנער רב אין שטוב, וואו זיי האבן זיך באקענט איינער דעם צוויייטן. נאך עטליכע 'טרעפונגען' האבן זיי געבראכן טעלער און געשריבן תנאים.
איין טאג שמועסנדיג מיט אים, האט זלאטע דערציילט פאר איר צוקונפטיגן חתן אז זי פלאנט יעצט אפצורייזן קיין מאריענבאד. איר חתן האט איר ערקלערט אז ער איז מסכים, אבער ער וועט נאר ווארטן מאקסימום דריי חדשים, אויב קומט זי נישט צוריק ביז דאן, וועט ער איר פארלאזן. זלאטע האט פארשטייצעך הייס פארשפראכן אז זי האפט אינגיכן צו זיין צוריק, און קענען זיין מיט אים צוזאמען.
***
זלאטע האט פארברענגט א וויילע אינעם קור ארט מאריענבאד, אן ארט ווי עס האבן זיך אויפגעהאלטן אן א שיעור אידן, ובתוכם הונדערטע רבנים ואנשי מעשה, "גוטע אידן" פונעם גאנצן אומגעגענט און ארום. (סתם לחידוש בעלמא, א טייל פון דו גרויסע רבי'ס וואס האבן געוויילט אין מאריענבאד, זענען בכלל נישט דארטן געווען {נאר} פאר די בעדער, נאר צוליב דעם, וואס עס איז געווען אן ארט, וואו עס זענען זיך געקומען פראווענען די בעלעבאטישע טיפ אידן, און ס'געקומען הויפענס זלאטעס אונטער די קוויטלען- א שטייגער ווי דער בעלזער רב און הרה"ק רבי ישראל טשארטקאווער זצ"ל).
[center]
ÄîàÅ îëëêÉÿ.jpg
[/center]
[center]טייל פון די 'גוטע אידן' וואס זענען אינגעשטאנען אין די באוואוסטע לייטנערס האטעל אין מאריענבאד[/center]אן ארט מיט אזויפיל 'גוטע אידן' אונטער איין הימל איז געווען ווי א זיסער חלום פאר איר.
"ווער ווייסט, אפשר וועל איך דא אריינכאפן צו קענען טון עפעס א הייליג שידוך, א רבי'ש קינד, א רב, צו גאר א רבי'ן אליינס" - איז געלעגן זלאטע'ן אויפן געדאנק.
מען האט געוואוסט צו פארציילן, אז זלאטע האט אין מאריענבאד פרובירט אונטערצושיקן שדכנים צו גוטע אידן וואס האבן שוין נישט פארמאגט קיין פרוי. צווישן די רבנים צו וועם זלאטע האט זיך צוגע'שדכנ'ט, איז געווען דער דער פאדגורזשער רב הגה"צ ר' יעקב בנציון פרענקל-תאומים זצ"ל (פאדגורזש איז א פארשטאט צו קראקא. ווי עס איז געווען דער קראקאווער געטא) און צו דער ראפשיצער רב הגה"צ ר' מנשה מארילעס זצ"ל.
[center]
esther flam.jpeg
[/center]
[center]דער ראפשיצער רבי(צין) אסתר פלאם (עם בעלה הגה"צ ר' מנשה מארילעס)[/center] הרבנית אסתר פלאם איז געווען דער דריטער רעבעצין פונעם ראפשיצער רב. ווייזט אויס אז ער האט זיך נישט צוגעכאפט צו זלאטעס שידוך פארשלאג.
זלאטע איז געגאנגען אזוי ווייט, ביז פארהייראטע פערזאנען. זי האט געאפפערט גרויס אפטרעט געלט פאר פארהייראטע פרויען, וואס וועלן אפטרעטן דורך נעמען א גט, אזוי אז זי זאל קענען פארווירקליכן איר חלום, און שליסן א לעבן מיט א רב.
צווישן אירע פולע אקטיוויטעטן אין מאריענבאד, האט זי נישט פארגעסן צו דערמאנען דעם ראדימנער רבי'ן, די סיבה פארוואס זי איז געקומען קיין פוילן.
זלאטע האט אפגעשיקט א פרישן בריוו צום רב.
"ב"ה יום ב' פרשת בלק פה מאריענבאד,
לכבוד שאר בשרי הרה"צ שליט"א!
דעם בריוו פון כבוד קדושתו האב איך איבערדעליינט מיט גרויס פרייד, איך מוז אבער זאגן אז כבוד קדושתו האט מיר צובראכן און פארוואונדעט דאס הארץ, און האט געשאטן זאלץ אויף מיינע וואונדן, און איצט ליג איך קראנק. פונדעסטוועגן, וויל איך זיך זעהן מיט כבוד קדושתו. איך וויל וויסן וואס איר מאכט אין געזונט. צו כבוד קדושתו עסט או שלאפט, איך בעט דאס אלץ מיר גענוי שרייבן, כדי מיך צו דערהאלטן ביים לעבן.
[center]
marienbad hundrets of jews.jpg
[/center]
[center]מאריענבאד שטראמט מיט אידן[/center]די הייליגע רעבעצין האט מיך אזוי שעהן אויפגענומען. זי האט זיך נישט געוואלט א ריהר-טהון אן מיר. זי, מיט אירע טייערע קינדער, האבן געטאנצט ארום מיר א גאנצן טאג, זיי וואלטן מיר דאס טעלערל פון הימל אראפ געבראכט. איך מוז אייך זאגן, אז דער בעזוך ביי אייך האט מיך ממש מחי' געווען. אייער תורה, אייר אפריכטען דעם שבת'דיגן טיש, אייר זאגן שלום עליכם, און אייער גאנ פיהרונג, האבן מיר פשוט דערהאלטן ביים לעבן.
טייערע רבי! איהר שרייבט אז איר האט עגמת נפש! וואס פעהלט אייך דען?! איר האט ג-ט צו דאנקען אייער רעבעצין ביז הונדערט און צוואנציג יאהר, אן אייערע קינדער , און הונדערטער מענטשן זיצן ביי אייר טיש, הלואי זיי זאלן זיך מעהרן ביז הונדערט יאר. און איצט בארעכנט מיך איינזאם ווי א שטיין, איך האב נישט צו וועמען א ווארט צו רעדן, איך האב נישט פאר וועמען מיין ביטער הארץ אויסצוגיסן. איך קאן נישט עסן, או איך שלאף נישט. זעהט רבי לעבן, וואס פון מיר איז געווארן. הלואי דער אויבערשטער זאל מיר אין גיכען שיקן א ישועה.
טייערער הייליגער צדיק! איך האף אז מיט גאט'ס הילף וועל איך קאנען פארברענגן ביי אייך דעם גאנצען יום טוב, אבער די רעבעצין זאל לעבן, זאל מיך אליין פארבעטען. איך האב טעלעגראפירט צו מיין טייער קינד און איך האב באקומען א תשובה אז דאס קינד האט זיך פערקיהלט. האב איך געשיקט א דעפעשע מ'זאל נעהמען א דאקטאר. איצט איז געקומען א ידיעה אז דאס קינד איז בעסער. פון גרויס עגמת נפש בין איך קראנק געווארען. איצט, מייו טייערער הייליגער רבי, שרייב איך אז מיין גאנץ לעבען הענגט-אב פון דעם רבי'ן זאל לעבן. ווען דער רבי זאל וועלן, וואלט אויף מיר געקומען א הילף. איך פערהאף צו גאט און דעם רבי'ן, אז כבוד קדושתו וועט אין מיר געדענקען.
מעהר קיין נייעס צו שרייבן. איך וואונטש אייך געזונט.
פון מיר, אייער קרובה זלאטע תחי'!
א שעהנער גריס פאר דער רעבעצין און די קינדער."
***
אין איינע פון די טעג, האט דער ראדימנער רב זיך צופעליג אנגעשטויסן אין ראדימנער מקוה מיט אברהם דאמיניק.
"וואס מאכסטע אברהם? ווי האלט מען מיטן שידוך?" פרעגט דער רבי.
"איך ווייס? זי וויילט איצט אין מאריענבאד." ענטפערט אברהם'ן.
"איך האב זיך אביסל נאכגעפרעגט איבער איר יחוס, איך האב געהערט עפעס סקאנדאלן פארבינדן צו איר נאמען." לייגט דאמיניק צו.
נישט וויסענדיג וואס אברהם ווייסט שוין אלץ, האט דער ראדימנער איילענדיג פארענדיגט דעם שמועס.
***
וואספארא שפיצל האט מען אפגעטון פאר זלאטע'ן אין קראקא? ווער איז דזשעק לאנדאן?
ליינט ווייטער מיט שפאנונג, אינעם קומענדיגן זשורנאל....[/justify]