בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:10 pm
דורך גאנצל
וויזניץ מיט סאטמאר קריגן זיך אדער יעדער איז פאר זיך ?

די פוינט איז מ'האט זיך אפגעקריגט און יעצט זאל יעדער גיין פאר זיך ממה שנפל בגורלו

און איך מיין אז ס'האלט דארט כמעט

Re: פעטיציע פאר שלום

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די שטילע מחלוקת איז, אין א וועג, ערגער ווי דער אפענע. ווען יעדער הלכה ווערט כפוף צום מחלוקת, יעדער כלל אויפטוה דארף האנדלען די פאליטיק, הייסט'ס יעדער פארלירט. ווי מ'גראבט א קבר (צו נישט), ווי מ'האט א בעסערע שחיטה (צו ערגער), ווי מ'טוט אויף לגבי אינטערנעט (צו נישט), האט מען א פראבלעם.
דאס איז, לדעתי, ערגער ווי א פאר פעטש ביי הקפות שמע"צ.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:24 pm
דורך גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די שטילע מחלוקת איז, אין א וועג, ערגער ווי דער אפענע. ווען יעדער הלכה ווערט כפוף צום מחלוקת, יעדער כלל אויפטוה דארף האנדלען די פאליטיק, הייסט'ס יעדער פארלירט. ווי מ'גראבט א קבר (צו נישט), ווי מ'האט א בעסערע שחיטה (צו ערגער), ווי מ'טוט אויף לגבי אינטערנעט (צו נישט), האט מען א פראבלעם.
דאס איז, לדעתי, ערגער ווי א פאר פעטש ביי הקפות שמע"צ.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


דעס אלעס קומט ווייל מ'קוקט וואס טוט זיך ביי יענעם און מ'רעדט אריין דעס דארף זיך אויפהערן לגמרי ווען ר"א איז מעורר וועגן צומת הגידין ווער עס וויל זאל אים אויסהערן און ווער נישט , נישט און קוק נישט צו ער איז משנה פונעם רבין זכרונו וכדו' און צומאל קומט נאך צו פרעזענליכע אטאקעס וואס האט בכלל נישט קיין פירוש עטענשאן וכדו'

און די זעלבע ביי ר"א'ס לאגער ווען רז"ל מאכט עפעס א תקון אין דת

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:36 pm
דורך שמעקעדיג
גאנצל, איך פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער נישט דאס מיינט ביי מיר "א פעטיציע פאר שלום", שלום מיינט אז די זאלוינים און אהרונים זאלן אויך מקיים זיין 'ואהבת לרעך כמוך', אלע אחים לדעה זאלן זיך ווייטער ליב האבן וחדש ימינו כקדם, אודאי מעגסטו האלטן וועלכע רבי דו ווילסט, אבער יעדער זאל ליב האבן דעם צווייטן אן קיין טינא בלב, און אויך למשל אז די צוויי רבי'ס ברודער זאלן זיך משתתף זיין ביי שמחות איינער מיטן צווייטן (עם איי עסקינג טו מאטש?)

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט האלב גערעכט. דו נעמסט אן כאילו ער רעדט לפי תומו און דער צווייטע הייבט אן מיט'ן רבי ז..... דער אמת איז, ווען ער וואלט איין מאל געגאנגען צו א בר מצוה צו חתונה ביי זיין ברודער, וואלט ער דאך נישט געהאלטען אזעלכע דרשות. פונקט ווי דער סאטמארער רב האט דאך אלס געטוהן אין כשרות דורך די התאחדות. נאר היינט א דאנק די מחלוקת טוט מען עס אויף אזא אופן אין דאס איז דער חרבן

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:55 pm
דורך גאנצל
איך מיין אז רובא דרובא האבן זיך נישט פיינט עטליסט איך קען נישט קיין סאך מהר"א'ס וואס וועלן זיך שטעלן סתם שימפען אויף רז"ל אדער אויף זיינע מענטשן איך בין מדגיש איך רעד נישט פון ביז פאר 5 יאר צוריק וואס דאן איז געווען די מחלוקה בתפארתו ליידער עכ"פ די צוויי לאגערס זענען געווען אין צוויי מיינונגען פאר 25 יאר צוריק אויך ס'האט נאר נישט געהייסן ארונים זאלונים סאו ס'איז ניט ארגער פון דעמאלט און דעס הייסט נישט ביי מיר מחלוקת ס'הייסט מיינונגס פארשידנהייטן


די משפחה מחלוקה איז נישט מיין פראבלעים דאס איז זייערס און אויב די פעטיציע איז געשטעלט פאר די צוויי ברודער זאלן זיך משתתף זיין ביי שמחות דעמאלט ביסטו גערעכט

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:58 pm
דורך גאלד
מאנכע נאיעווע זענען נישט משיג דא א יסוד גדול,

מצד הזאליס איז די מחלוקה א לכתחלה שבלכתחלה
נישט פשט אז בתהום לבבם לעכטס מען פאר שלום, נאר ליידער די אומשטענדן לאזן עס נישט צו,
אבערוואס,
דער תכלית הנרצה איז דוקא צו זיין לעולם ועד אין א קריגס צושטאנד קעגן אהרן טייטלבוים,
און איך זאג עס נישט ווייל איך עפעס באקאנט מיט די הויכע זאלי פערזענליכקייטן,
איך זאג עס ווייל איך בין זייער גוט אויסגעקאכט מיט "שיטת" הזאליס,
איך פארשטיי עס הדק היטב היטב הדק,

ודוק ותשכח כי אמת ונכון הדבר כי קצרתי

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:05 pm
דורך ליפא
גאלד איך האב שוין געזען אהרן טייטלבוים ביי אסאך זאלי חתונות, זיין מוזיק איז גאנץ גוט און כ'מיין אפילו ביליגער ווי פרייליך. אויב מיינסטו אהרן טייטלבוים דער אדמו''ר, איז דאך דא תקנות אין קש אז מ'מוז שרייבן א טיטל פאר יעדע פערזענליכקייט

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:37 pm
דורך שמעון וואלף
פונקט לעצטענס האב איך געהערט אז לוח המודעות דריקט באזינדערע צעטלעך פאר די ארונים און זלונים בתי מדרשים ווייל קיינער לאזט נישט הענגן א צעטל און זיין שול ווי דער אנדערער רופט זיך סאטמאר.
אבער ווער קריגט זיך דען?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:45 pm
דורך שמעקעדיג
אולי זאל דאס זיין דער הסכם - איינער וועט זיך רופן סאטמאר 13, און דער אנדערער סאטמאר 52, והכל על מקומו יבא ב....???

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:28 pm
דורך גאנצל
שמעון וואלף האט געשריבן:פונקט לעצטענס האב איך געהערט אז לוח המודעות דריקט באזינדערע צעטלעך פאר די ארונים און זלונים בתי מדרשים ווייל קיינער לאזט נישט הענגן א צעטל און זיין שול ווי דער אנדערער רופט זיך סאטמאר.
אבער ווער קריגט זיך דען?


מ'קען שרייבן אויף ביידע די זעלבע נאר שרייבן די אדרעסן

בקיצור בעצם איז די פעטיציע צו די צוויי ברודער און צו נאך 5 % פון די המון עם וואס די 5 % באשטייט בעיקר פון די ראשי הפארטייען ראשי קהלה וכדו'
איז דאך שוין גאלד יא גערעכט מיט זיין ערשטע תגובה בענין זה

אין א סייד נאוט דא גייט זיין איין טאג אינגאנצן שלום און ס'גייט קומען מצד מהר"א ס'איז נישט קיין נביאות ס'איז א פילינג געבעיסט אויף היסטערי אבער ס'קען זיין איך פאפ מיך

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:דער תכלית הנרצה איז דוקא צו זיין לעולם ועד אין א קריגס צושטאנד קעגן אהרן טייטלבוים, און איך זאג עס נישט ווייל איך עפעס באקאנט מיט די הויכע זאלי פערזענליכקייטן, איך זאג עס ווייל איך בין זייער גוט אויסגעקאכט מיט "שיטת" הזאליס,
ליפא האט געשריבן:גאלד איך האב שוין געזען אהרן טייטלבוים ביי אסאך זאלי חתונות, זיין מוזיק איז גאנץ גוט און כ'מיין אפילו ביליגער ווי פרייליך. אויב מיינסטו אהרן טייטלבוים דער אדמו''ר, איז דאך דא תקנות אין קש אז מ'מוז שרייבן א טיטל פאר יעדע פערזענליכקייט

איך זע שוין דא שלום ביינונז אין שטיבל.
[tag]גאלד[/tag] דער ארוני, רופט אן זיין רבי'ן 'אהרן טייטלבוים' אן קיין 'רבי'. און [tag]ליפא[/tag] דער זאלוני, איז מוחה פארן אים נישט געבן קיין 'רבי'...

אשריך קאווע שטיבל...!