מקוה לכבוד שבת קודש
אז דער זייגער האט שוין געקלאפט אויף חצות פעלט גארנישט אויס צו מעלדן; מען שפירט עס אין דער לופט. די וואכענדיגע יאגעניש און פארקער קומט צו א טאטאלער אפשטעל. דער וואסער טרעגער לייגט אראפ זיינע קאנעס, דער מילך טרעגער שטעלט אוועק זיינע קריגלעך, דער האלץ-האקער ווארפט אראפ דעם האק, דער שמיד פארלעשט דעם פייער, דער בעל עגלה פארשיקט די פערד אין שטאל אריין, דער דראטער און גלעזער פאקן אוועק די קלאפערגעצייג פאר די ערדענע כלים און שויבן... דער שוסטער, דער טישלער, דער קאלכער, דער שניידער, דער בלעכער, דער געוועלבער – אלע ענדיגן די ארבעט, פארמאכט די טיר פונדרויסן, און איילן זיך אהיים.
א פרישע יאגעניש נעמט איבער, א זריזות באגלייט מיט שמחה און קדושה, בשעת די אידן גרייטן זיך צום אנקומענדן שבת קודש. אט זעט מען שוין יונגעלייט לויפן אין מקוה כאפן א טבילה לכבוד שבת, האלטנדיג אונטערן ארעם א ריינער, ווייסע העמד, די קינדער שפאנענדיג אויף דער זייט.
די מקוה איז געבויט געווארען גאר נאהנט צום טייך, פון וואו דאס וואסער איז געקומען צו פליסן. אינמיטן דעם בור איז געשטאנען א פירקאנטיגער אייזערנע קאסטן, וואו מען האט אריינגעלייגט האלץ צו הייצן די מקוה. דאס וואסער איז אוודאי קיינמאל נישט געווען אייניג ווארעם – ארום דאס קאסטן איז געווען גאנץ כמעשה, אבער ווייטער איז שוין געווען קילער.
אין פארמעגליכערע שטעט האט מען זיך ערלויבט איינצושטעלן א האלץ אייוועלע אין מקוה, אבער דארט איז אויך נישט געווען וועמען מקנא צו זיין. ווען די ברויזנדע ווינטן האבן אריינגעבלאזן אין די שפאלטנס איז יעדע פאר מינוט א ציטערדיגע, נאסער איד צוגעגאנגען באטאפן דאס אייוועלע צו זען אויב עס ארבעט טאקע... אויך דאס האט קיין סאך נישט אויפגעטון צו באקעמפן די פראסטן.
פארזשאווערטע נעגל אויף דער וואנט האבן געדינט אלס הענגערס אויפצוהענגען די וועש, און אויב דער נאגל איז געווען איינגעבויגן אדער וואקלדיג האט מען אוועקגעשטעלט די בגדים אויפן הוילן באנק. אין א קליינע דארף האט מען זיך נישט געקענט ערלויבן נאך א וואסער קעסל צו הייצן באזונדערע וואסער ספעציעל זיך צו אפרייניגן און אויפפרישן. דער אמפער אין דער זייט האט געדינט אויף ארויסצושעפן וואסער פון מקוה, מיט וואס מען האט זיך אפגעשווענקט נאכן זייפן אין ביטל אריין.
ארויסקומענדיג פון מקוה האט איינער דעם צווייטן כמעט נישט דערקענט. אוועק זענען די וואכענדיגע, מאראסטיגע ארבעטס-קליידער, די פארשמירטע הענט, איינגעבויגענע פלייצעס און פארהארעוועטע געזיכטער. אויף זייערע ערטער זענען געקומען ציכטיג-ריינע וועש, גלייכע, געהויבענע רוקנס און געוואשענע, שטראלענדיגע פנימ'ער – אן אפשפיגלונג פון דער פרישע נשמה יתירה וואס האט זיך געגרייט צו קומען צו גאסט אין דעם איד, פארוואנדלענדיג אים אין א בריאה חדשה.
טשאלנט צום בעקער
אינדרויסן ווערט אלץ-טונקעלער; דער שבת קלאפט שוין אויף דער טיר. פלינק כאפט מען דעם ערדענעם טאפ טשאלנט – שיינע וועטער, רעגן אדער טיפע שניי – און מען פירט עס אוועק צום בעקער, וועלכער שטעלט אריין די טעפ פון אלע דארפס-אידן איינער אונטערן צווייטן.
אפגעזען פון זיין עקספערטיז אין בעקעריי, האט דער בעקער געמוזט קענען האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ. צו וויסן פינקטליך ווען יעדער איינוואוינער וועט שבת אינדערפרי קומען אפנעמען זיין טשאלנט, און לויט דעם סדר האט ער אריין געלייגט די טעפ אין אויוון; אויב נישט וועט ער שבת צופרי האבן יענע עבודה ארויסצונעמען די אינעווייניגסטע פריער. ווען די טעפ פון אלע דארפס-אידן ליגט שוין אויף זייערע ערטער פארקלעבט דער בעקער דעם אויוון מיט ליים, אז עס זאל נישט פארלירן קיין היץ.
"גוט שבת"
די זון שיקט אירע לעצטע געזעגענונגס שטראלן דורכן פענסטער, אנזאגנדיג דעם נאנטן סוף פונעם טאג. דער האלב פינסטערע צימער ווערט פלוצלינג באלויכטן מיט א רייע שטראלנדיגע פלעמעלעך. די שבת ליכט נעמען איבער די טאג-ליכטיגקייט מיט זייער הייליגן אור.
מיט א ווארעמער "גוט שבת" טרעטן די מענער ארויס פון די הייזער באלד נאך הדלקת הנרות, שפאנענדיג אויף די זאמדיגע געסלעך אין די בגדי שבת.
המשך יבא אי"ה
דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דולה ומשקה: געוויינליך פרעגט מען נישט קיין קשיות אויף א מעשה. אדער ווי מיין רבי דער הייליגער יארמער רב שליט"א פלעגט אייביג זאגן במתק לשונו הק'. "עטץ ווילט פרעגן קשיות אדער הערן א מעשה"...?! אבער אעפ"כ האביך עטליכע הארבע שאלות וואס דער טארטיקוב'ער כולל/בי"ד האט מעורר געווען.
[*] אויב דער בעקער האט פארשמירט דעם אויוון מיט ליים עש"ק, וויאזוי האט מען ארויסגענימען די טעפ בעצם יום השב"ק. (אפשר איז דאס א שאלה וואס פאסט ענדערש פאר כעלם ווי פאר'ן כולל.(
[*] .ווער האט ערלויבט צו טראגן מיט'ן עירוב...? .וויאזוי האטציך סאטמאר'ע שחיטה מיט בעלזע און ליובאוויטשע שחיטה געפארט אין איין אויוון

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...
הערליך שיינע ארטיקלען.
ר' בערעל איז גערעכט לגבי הייווען, נאר איין זאך. ס'איז נישט געווען קיין זייטיגע הכנסה פאר'ן רביצין. אין די דערפלעך איז די הייווען געשעפט געווען דער עיקר הכנסה פון רב און רביצין, קיין אנדערע געהאלט האבען זיי נישט געהאט.
פאר דער וואס האט ליעב אזא אשכול וואלט איך ממליץ געווען א בוך אויף ענגליש once upon a shtetl פון חיים שפירא ע"ה (גיי מיין קינד) פון באלטימור. ער באשרייבט ליטא/פולין אבער מיט אן עקסטער טעם. צו דערצו דערמאנט ער זיידעס מיינער אבער גילוי....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
ליל שבת קודש
די קעפ זענען באקרוינט מיט פלאטשיגע שטריימלעך, טייל פון וועלכע מען וואלט געדארפט נאכקוקן אויב עס איז פארבליבן דערויף שתי שערות. די אפגעקראכענע רעזשוואלקע פארדעקט א פארלאטערטער קאפטן, אלט און אפגענוצט, צומאל א ירושה פון א דור פריער. דער טעם פון שבת ברענגט אבער א פרישקייט און פראכט וואס די שענסטע מלבושים קענען נישט באווייזן.
מיט שנעלע טריט ווענדן זיך די אידן אין בית המדרש אריין, די קינדערלעך אנהאלטנדיג זיך פעסט אינעם טאטנ'ס קאפטן – ווער אין אלגעמיינעם גרויסן בית המדרש, אנדערע אין דער תלמוד תורה שול הינטער דער הויפט גאס, און די ארבעטערס איז זייער אייגענעם שטיבל אין א זייטיגע געסל.
איבערן גאנצן דארף הערן זיך ארויס פון די הויעכע פענסטערס פון די בתי מדרשים די הארציגע, תמימות'דיגער, בענקענדע טענער פון שיר השירים. "אל תראוני שאני שחרחורת, שזפתני השמש!" שרייען די פאריאטגע, פארפלאגטע ארבעטס-אידן אויס מיט געפיל. קוק נישט אראפ אויף מיר פון דעם וואס איך בין פארשווארצט, אפגעברוינט פון די ווארעמער זון, פון שטיין און הארעווען צו ברענגען ברויט אין שטוב פאר מיינע קינדערלעך...
"הודו לה' כי טוב", הייבט זיך אן דאס דאווענען מיט א ברען. די אהבת ה' רייסט זיך ארויס פון הארצן, נאכן ליגן פארשטופט א גאנצע וואך אין א ווייטע ווינקל. דער איד דערהייבט זיך אין א נייע וועלט, וואו קיין ארבעט, הוצאות און געלט שפילן נישט קיין ראלע.
נאכן ענדיגן דאווענען פארבלייבט מען א וויילע אין שול. אפשר איז צוגעקומען א פרעמדער אהיימצונעמען אלס גאסט אויף דער שבת סעודה? אין שטוב איז קיין גרויסע שפע נישטא, אבער ווען עס קומט אריינצונעמען אן אורח מאכט מען נישט אזעלעכע חשבונות.
גרופעסווייז גייען די אידן אהיים צו די הייזקעס, אויסשמועסנדיג די וואכענדיגע סדרה אויפן וועג. איינער דערמאנט א געדאנק וואס ער האט געהערט נאך אלס בחור אין ישיבה, אן אנדערער לייגט צו א ווארט וואס ער האט געזעהן שטיין ערגעצוואו, א דריטער טיילט מיט אן אייגענער חידוש... קיין חילוק וואס ער פארנעמט די קאפ א גאנצע וואך – קומט שבת, איז די צייט פאר תורה לערנען.
נאך א ווארעמער "שלום עליכם" און "אשת חיל" שטעלט זיך דער טאטע אוועק מאכן קידוש פאר די משפחה. דער כוס ווערט צומאל אנגעפילט פון דער איינציגער גרויסע גלאז וויין וואס מען האט זיך ערלויבט צו קויפן, צו דינען אויף קידוש ביינאכט און הבדלה, בייטאג איז קידוש אויף די בארעכעס א אפטע ערשיינונג. מיט זיין בורא פרי הגפן איז דער בעל הבית מוציא זיין גאנצן הויזגעזינד; די קינדער באקומען בלויז א טראפ וויין צו לעקן מיט שפיץ צונג, ניטאמאל צו שפירן דעם טעם.
אה, ווי ריכטיג און שארף עס שפירט זיך דער "שהבדילנו מן התועים", זיצענדיג ביים טיש אינאיינעם מיט דער פאמיליע אין אן אנגענעמער, רואיגער אטמאספער, און זינגענדיג די פרייליכע ניגונים מיט שמחה און תענוג רוחני. בעת די גוי'שע שכנים לויפן אריבער אין זייער רו-טאג אין קרעטשמע זיך אנצוטרינקען ביז זיי קענען שוין נישט אליין אהיימגיין, פילט דער איד אן דעם שבת נאך א פארמאטערנדע וואך מיט פנימיות'דיגע, אייביגע הנאות, זעטינגדיג די נשמה גלייכצייטיג מיטן גוף. ווי אנדערש איז דעם איד'ס ארבעטס-טאג, געצילט צו ברענגן פארדינסטן אויף עבודת ה'; און ווי אנדערש איז זיין רו-טג, וואס ער ניצט זיך צו דערהייבן צו העכערע מדריגות און שאיפות.
יום שבת קודש
נאך א געשמאקע סעודה און דערפרישנדער נאכט-שלאף ווערט דער בית המדרש ווידעראמאל אנגעפילט מיט מתפללים. ווי יעדן שבת אינדערפרי שטעלט זיך אוועק א גרויסער מנין זאגן תהלים. דער שליח ציבור זאגט פאר הויך די פסוקים תהלים, באגלייט מיט הייסע טרערן און בקשות פארן וואוילזיין פון אלע אידן.
אויפן וועג צו און פון דער מקוה, אנגעהויבן פון גאנץ פרי שבת אינדערפרי, הערן זיך ארויס פון די אפענע לאדנס א געמיש פון זיסע טענער. דא זיצט א איד און איז מעביר סדרה; דארט צוזינגט זיך א טאטע א גמרא ניגון, פארהערנדיג די קינדער; און פונדערווייטנס הערט מען א תהלים זאגער זיך צופייערן, "ושועתי אליך תבא!"
דער בית המדרש ווערט אנגעפילט, און די מתפללים לאזן זיך אריין אין א ווארעמע תפילת שחרית. די פסוקי דזמרה ווערן באגלייט מיט פרייליכע געזאנגען, און דערגרייכדיג נשמת הייבט זיך די דביקות עטליכע שטאפלען, די דארפס-אידן שרייען אויס די הארציגע ווערטער מיט ברען און השתפכות הנפש, לויטן נוסח וואס מען האט געהערט ביים רבי'ן.
אהיימקומענדיג מאכט דער איד קידוש אויף א גלעזל ברוינפן אדער ביר, און מען זעצט זיך צו א פרישע געשמאקע סעודה. דער טאטע און די בחורים גיבן אריין א חסיד'ישער טעם אין דעם פארברענג, לערנענדיג די יונגערע קינדער וואס זיי האבן צוגעזען ביי די רביים. די סעודה לעבט אויף מיט א מעשה פון א גוטע-איד, נאכגעהערט פון זיידן. די שטימע הייבט זיך אין א ווארעמער ניגון, געהערט דעם פריערדיגן מאל ביים רבי'נס טיש, ערוועקנדיג א טיפע בענקשאפט צו די מאמענטן פון שמחה און התעוררות.
נאך די איי-מיט-צוויבל שיקט מען אריבער צום בעקער א קינד אפצונעמען דעם ערדענעם טאפ טשאלנט. אויב פאסירט אז דער עירוב איז נישט כשר – וואס געשענט כאטש איין שבת אין א פראסטיגן ווינטער – שיקט מען מיט א גוי אפצונעצען דעם טשאלנט. ער ווערט אבער שטענדיג באגלייט דורך א קינד וואס האלט אן אויג אויפן טאפ, צו פארמיידן די חששות פון בשר שנתעלם מן העין. צו מעלקן די קו, הייצן די דירה אדער שעפן וואסער באניצט מען זיך אויך מיט די גוי'שע שכנים, וועלעכע טוען גערן די טובות פארן באצאלט פון פרישע בילקעס און מזונות.
אין א זוניגער שבת נאכמיטאג קומען די אינגלעך זיך צוזאמען מיט זייערע חבירים און די מיידלעך מיט די חבר'טעס, און פארברענגען לאנגע שעות מיט א יונגנטליכער לעבנסלוסט. געקליידעט אין זייערע פיינע שבת'דיגע בגדים, אנכאפנדיג זיך האנט און האנט, נעמען א שפאציר איבער די שטראוזען און געסלעך פון דארף, ביז זיי קערן זיך אהיים פארמאטערט אבער אויפגעהייטערט אין צייט פאר מנחה און שלש סעודות.
אזוי גייט דער שבת אריבער אויפן דארפס-איד מיט פארגעניגן און שלוות הנפש, אן אינזל פון מנוחה אין דעם האנדל-וואנדל פון די וואכעדיגע טעג. ער שעפט זיך אן מיט א פרישע חיות און באנייטע כוחות, גרייט צוריקצוגיין צו א וואך פון מאטערנישט און מי.
קומענדיגע אריטקל אי"ה: "ווינטער".

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...
א פאר הערות.
א. שטריימלאך זענען געווען פאר נגידים מיט זייער קינדער, רבנים און זייער קינדער און רבי'ס מיט זייער קינדער. פשוט'ער בעלמלאכות האבען זיך נישט ערלויבט קיין שטריימעל.
ב. די קידוש דיינער האט אביסל א סתירה. קודם זאגסטו אז נאר ביינאכט און הבדלה האט מען געמאכט קידוש אויף וויין, בייטאג האט מען געמאכט אויפ'ן בארכעס, און דערנאך זאגסטו אז מ'האט געמאכט בייטאג אויף בראנפין. כפי מיטב ידיעתי, אין די פלעצער וואס מ'האט אנגערופען א קוליטש מיט'ן נאמען בארכעס, איז געווען א שפע פון וויין. ווידער אין פולין ליטא רוסלאנד, האט מען געהאט וויין אויף ד' כוסות ותו לא. מ'האט פרייטיג צו נאכט קידוש געזאגט אויף די חלות און קידושא רבא מיט הבדלה אויף מעהד צו ביר. איך האב געזען א באשרייבונג ערגעץ אויף ישיבת מיר נאך די ערשטע וועלט'ס קריג, ווען די עניות איז רעלאטיוו ווייניגער געווען, און מ'האט נאר געמאכט קידוש אויף וויין נאך פסח ווען ס'איז עפעס איבערגעבליבען.
ג. דאס מוציא זיין די משפחה איז מחמת ברוב עם הדרת מלך, נישט עניות, און ביי אונז טוט מען אזוי יעדער שבת נאך היינט.
ד. דאס אויפשטייען פארטאגס שבת האט זיך אנגעהויבען זייער פרי. מ'האט נישט געזשאלעוועט קיין לעכט צו באלייכטען דער ביהמ"ד א גאנצע נאכט און צוויי דריי אזייגער איז שוין געווען אן עולם, דער ת"ח מיט'ן גמרא פוסק, דער פשוט'ער איד ביים עין יעקב אדער חיי אדם שיעור וכו'. ס'איז נאך געבליבען צייט אויף תהלים נאכ'ן שיעור.
א. שטריימלאך זענען געווען פאר נגידים מיט זייער קינדער, רבנים און זייער קינדער און רבי'ס מיט זייער קינדער. פשוט'ער בעלמלאכות האבען זיך נישט ערלויבט קיין שטריימעל.
ב. די קידוש דיינער האט אביסל א סתירה. קודם זאגסטו אז נאר ביינאכט און הבדלה האט מען געמאכט קידוש אויף וויין, בייטאג האט מען געמאכט אויפ'ן בארכעס, און דערנאך זאגסטו אז מ'האט געמאכט בייטאג אויף בראנפין. כפי מיטב ידיעתי, אין די פלעצער וואס מ'האט אנגערופען א קוליטש מיט'ן נאמען בארכעס, איז געווען א שפע פון וויין. ווידער אין פולין ליטא רוסלאנד, האט מען געהאט וויין אויף ד' כוסות ותו לא. מ'האט פרייטיג צו נאכט קידוש געזאגט אויף די חלות און קידושא רבא מיט הבדלה אויף מעהד צו ביר. איך האב געזען א באשרייבונג ערגעץ אויף ישיבת מיר נאך די ערשטע וועלט'ס קריג, ווען די עניות איז רעלאטיוו ווייניגער געווען, און מ'האט נאר געמאכט קידוש אויף וויין נאך פסח ווען ס'איז עפעס איבערגעבליבען.
ג. דאס מוציא זיין די משפחה איז מחמת ברוב עם הדרת מלך, נישט עניות, און ביי אונז טוט מען אזוי יעדער שבת נאך היינט.
ד. דאס אויפשטייען פארטאגס שבת האט זיך אנגעהויבען זייער פרי. מ'האט נישט געזשאלעוועט קיין לעכט צו באלייכטען דער ביהמ"ד א גאנצע נאכט און צוויי דריי אזייגער איז שוין געווען אן עולם, דער ת"ח מיט'ן גמרא פוסק, דער פשוט'ער איד ביים עין יעקב אדער חיי אדם שיעור וכו'. ס'איז נאך געבליבען צייט אויף תהלים נאכ'ן שיעור.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: עטליכע פון דיינע הערות/קשיות זענען מיר אויכעט שווער געווען.
אבער פארוואס קאליע מאכן א שיינע מעשה מיט אמת'ע פאקטן. אזוי ווי דער חשוב'ער ניק א איד זאגט אייביג...!
לגבי דיין פעסטשטעלונג אז נאר אידן נגידים און שיינע אידן האבן געהאט שטריימלעך אינדערהעים. איך האב געקענט דאהי א איד וועלכער איז געקומען פון די מארמאראש. אויבער, אדער אונטער ווישאווא. כ'געדענק נישט. נאר דער איד, ווען ר'איז געגאנגען אנגעטון מיט זיין שטריימל און בעקישע און ווייסע זאקן, האט געהאט עפעס א מין הדרת פנים. ר'האט אויסגעזעהן כמעט ווי א מלאך אלוקים. און ר'האט געזאגט שיר השירים מיט אזא מתיקות אז ס'איז צוגאנגען אין אלע רמ"ח איברים. כאטש ער האטציך געמוטשעט ארויסצוזאגן עטליכע שווערע ווערטער. כמעט געבראכן די ציין. נאר ער האט שוין געהאט פאלשע ציין אויף די עלטערע יארן...!
אבער פארוואס קאליע מאכן א שיינע מעשה מיט אמת'ע פאקטן. אזוי ווי דער חשוב'ער ניק א איד זאגט אייביג...!
לגבי דיין פעסטשטעלונג אז נאר אידן נגידים און שיינע אידן האבן געהאט שטריימלעך אינדערהעים. איך האב געקענט דאהי א איד וועלכער איז געקומען פון די מארמאראש. אויבער, אדער אונטער ווישאווא. כ'געדענק נישט. נאר דער איד, ווען ר'איז געגאנגען אנגעטון מיט זיין שטריימל און בעקישע און ווייסע זאקן, האט געהאט עפעס א מין הדרת פנים. ר'האט אויסגעזעהן כמעט ווי א מלאך אלוקים. און ר'האט געזאגט שיר השירים מיט אזא מתיקות אז ס'איז צוגאנגען אין אלע רמ"ח איברים. כאטש ער האטציך געמוטשעט ארויסצוזאגן עטליכע שווערע ווערטער. כמעט געבראכן די ציין. נאר ער האט שוין געהאט פאלשע ציין אויף די עלטערע יארן...!
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
ווינטער
ווען די ערשטע בלעטער אויף די ביימער האבן אנגעהויבן צו ענדערן זייערע פארבן איז א סקרוך אדורך די ביינער. מיט זיי איז געקומען די דערמאנונג פון דעם דערנענטערנדן אייראפעאישן ווינטער, א סעזאן וואס האט ארויסגערופן אנגסט און ציטער ביי די שטעטלדיגע איינוואוינערס. מיט די דארפישע מינימאלע שוץ-מיטלען האט מען געדארפט אנקומען צו רחמי שמים אז די פרעסטן זאלן נישט פאראורזאכן קיין ערנסטע קרענר אדער פאטאליטעטן רח"ל.
אינעם ערשטן הערבסטיגן טאג האט מען גענומען באקוקן די וואוינוג, צו זען וואו עס דארף פארראכטן ווערן אין צוגרייטונג צום ווינטער. מען האט אונטערזוכט די שויבן פון שפאלטן אדער צובראכענע ערטער, און פעסט פארהאקט אדער פארקלעבט. אויב דורכן זוממער האבן די לעכער אריינגעברענגט א דערפרישנדער צוג, וואלט עס ווינטער געגעבען צו פארזוכן פון די גרויזאמע ווינטן.
די שטרויענע דעכער האבן געפאדערט א באזונדערע באפאסונג. ווען די הויפנס שטרוי זענען געווען צו שיטער האט מען געוואוסט אז עס וועט דורךלאזן די עמערס רעגן-וואסער אין שטוב, דורכנעצנדיג די קליידער, די האלמערנע מעבל, דעם קרעדענץ, דעם האלצערנעם קופערט אונטערן בעט, און די ציטערדיגע ביינער. די ביי וועמן דער דיל איז באשטאנען פון דער הוילער ערד האבן זיך ספעציעל געמוזט באווארענען, ווייל וואסער אויף דער ערד האט געמיינט זינקען אין שמוציגער בלאטע.
א זאפאס האלץ צו הייצן און קאכן איז געווען פון די נויטיגסטע געברויכן זיך צו פארשאפן פאר דעם ווינטער'ס אנקום. די פארמעגליכערע אין דארף האבן זיך פארזארגט מיט גענונג האלץ וואס זאל קלעקן דורכאויס אדער רוב פון דעם ווינטער, בעת די ארעמעלייט האבן צאמגעקראצט זייער ביסל אפגעשפארט געלט אוועקצולייגן וויפיל האלץ זיי האבן געקענט באקומען דערפאר.
ווען די קאלטער קלימאט האט אמאל געשפעטיגט האבן די דארפס-אידן זיך געפריידט אפצושטופן די דאגות אויף נאך א וויילע. זיי האבן אבער געוואוסט אן צווייפל אז סוף כל סוף וועט די ווינטער, פונקט ווי יעדן יאר, קומען איבערנעמען זיין צייטווייליגע מלוכה, באהערשנדיג דעם דארף מיט זיינע ווינטן, שנייען און פרעסטן.
א ווינטער אין אייראפע איז אלעמאל געקומען מיט ביטערע קעלטן, אבער אין א שווער יאר איז דער פראסט געווען כמעט אומדערטרעגליך. די שנייען האבן געקענט פאלן א פאר פיס הויך, פארשטעלנדיג גענצליך דעם אריינגאנג פון הויז. די איינוואוינערס זענען געזעצן אזוי איינגעשפארט אין שטוב עטליכע טעג אי א צי, ווארטנדיג אז אן עטוואס ווארעמערע זון זאל אויפלאזען דעם הויכן אייזיגן מויער וואס האט זיי באלאגערט.