בלאט 2 פון 4
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 11:45 pm
דורך זר זהב
ניין נישט אזוי ווייט. איך קען טרינקען למשל קדם'ס קאנקארד קל אדער די מאלאגא 12%. איך גלייך עס אבער זייער נישט! --- ווידעראום די טרוקענע וויינען קען איך נישט אין מויל נעמען! און מיין שוואגער קומט זיך אלץ אן מיט דעי טייערע שמאלע באטלעך אר"י וויינען טרוקענע און ער פאסמאקעוועט זיך דערמיט אזוי אז איך ווער פשוט דזשעלעס. וואו נעמט מען נאך אזעלעכע העטער'דיגע טאוועת?... און איך קען נישט נעמען א חלק דערין...
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 11:47 pm
דורך יואליש
איינמאל מ'קומט צום טעם, קען מען טאקע נישט פארשטיין וויאזוי קדם האט יארן פארקויפט די ברייטע קאלע וואסער באטלעך. זייט די בר מצוה מאך איך קידוש אויף קדם'ס בורגענדי. היינט קען איך עס נישט אנקוקען.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 11:49 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איך בין א געזונטער 30 יעריגער מאן, איך גלייב אז פאר יעדער גוטע גשמיותדיגע זאך וואלט איך געווען דער ערשטער קאנדידאט. פארוואס פונקט ביי וויין דארף איך זיך פלאגן? מיוזיק האב איך ליעב, אייער שפייז אויך, ארענדזש דזשוס עפעל דזשוס גרעיפ דזשוס, קאקאש קעיק, פיש, מילך, סאדע. נאר אלקאהאל קען איך נישט פארנעמען.
פיש און פלייש האסטו אויך ליב געהאט פון געבורט? צי מ'האט דאס געדארפט אריינשטיפן אין דיר די ערשטע פאר מאל ביז דו האסט דיוועלאפט א טעיסט?
דיסקלעימער: די האבי האט פאטענציאל צו זיין זייער א טייערע האבי, מ'האלט זיך אין איין ארויפריקן די לימיט וויפיל מ'קען ספענדען אויף א באטל, און ווען מ'שמעקט שוין בעסערט קען מען שוין נישט פארטראגן די שוואכערע קוואליטעט.
יואליש האקט, יא, די זעלבע ביי מיר מיט קלעסיק רעד.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 11:51 pm
דורך זר זהב
וויזוי פארגלייכסטע? ווען מיז אינג איז גרינג צו פארמירן א טעיסט.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 11:54 pm
דורך דבילה
פאר דער וואס פארשטייט דעם שפראך פון קענטאקי איז דאכטציך נישט פארהאן נאך אזוין פלעשל דערויף א ברכה צו מאכן ווי אט דעם דאזיגן נייע פלעשעלע:
http://www.thegrapevinewines.com/index. ... ition.html ווער ס'האט דאס נאכנישט טועם געווען לא טעם מעדנים מימיו... און פלא איבער פלא, ס'איז נאך כשר אויך! כ'האב דאס פלעשעלע דערזען ביי א שמחה לעצטענס און איידער כ'האב מיר אויסגעדרייט איז דאס פלעשעלע שוין געווען לער!!! דאס האט א געשמאקן טעם, א פיינעם פיניש, און איבער אלעם דרייט ער נישט געפערליך אין קאפ אריין.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:06 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וויזוי פארגלייכסטע? ווען מיז אינג איז גרינג צו פארמירן א טעיסט.
אוודאי א קליין ביימעלע בייגט זיך גרינג, אזוי פלעגט מיין רבי זאגן, און דאס האט איך טאקע געטוען, אבער ס'קיינמאל נישט צו שפעט, ר' עקיבא האט זיך געזעצט לערנען ביי די פערציג און וויין איז דאך נמשלה לתורה, מה יין משמח את הלב, שנאמר ויין ישמח לבב אנוש כך דברי תורה משמחים הלב.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:09 am
דורך זר זהב
הער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:12 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:הער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:13 am
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:הער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
trial and error.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:15 am
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
ער וואוינט 60 מייל פון מיר
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:16 am
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
ער וואוינט 60 מייל פון מיר
נארט אדער סאוט? הי הי.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:17 am
דורך זר זהב
סאוט וועסט... (סיריעסלי)
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:19 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
ער וואוינט 60 מייל פון מיר
נא, פאר דעם זעמער דא. האסט שוין אמאל געהאט א וויין וואס דו האסט אביסל ליב געהאט? אדער עט ליסט פארשטאנען ווי אזוי מ'קען דאס ליב האבן? הייב אן מיט דעם. אדער קענסטו פראבירן רעד שאבלי פון קדם עסטעיטס, גאנץ לייכט, און טעיסט נישט שלעכט פאר א ביגינער.
איך בין נישט אין די חינוך ליין, יואליש? עפעס אן אנדערע הצעה?
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:21 am
דורך זר זהב
איך האב שוין פרובירט די טרוקענע וויינען וואס מיין ש. ברענגט פון אלע סארט און ביי יעדע עקסטרע האב איך געוואלט ברעכן... מיין מויל איז געווארן אזוי לויז ווי צו זאגן "שפיי דאס אויס!"
וועלכע וויין איז די מערסט פרענדלי פאר א בעגינער?
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:23 am
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
ער וואוינט 60 מייל פון מיר
נא, פאר דעם זעמער דא. האסט שוין אמאל געהאט א וויין וואס דו האסט אביסל ליב געהאט? אדער עט ליסט פארשטאנען ווי אזוי מ'קען דאס ליב האבן? הייב אן מיט דעם. אדער קענסטו פראבירן רעד שאבלי פון קדם עסטעיטס, גאנץ לייכט, און טעיסט נישט שלעכט פאר א ביגינער.
איך בין נישט אין די חינוך ליין, יואליש? עפעס אן אנדערע הצעה?
כ'פארעכן זיך אליינס פאר א בעגינער. כ'מיין מיט מיר איז עס געשעהן ווען כ'האב אמאל אין א שמועס אראפגעזיפט א גלעזעל און כ'האב געהאט אן עפיפיני אז דאס וואס כ'האב געמיינט אז ס'איז נישט גיט מיט די וויין איז אייגענטליך וואס איז גיט. ס'איז די צווייט שטויס, א סובטל טעם, וואס מ'ברויך שפירן. נאכדעם האב איך געקלערט אויב אזוי, קען איך דאך ליעב האבן יעדע וויין. האב איך געזעהן אז כ'בין נישט גערעכט. דאס גלייך איך און עפעס אנדערש (דערווייל) נאכנישט, נישט קיין חילוק ווי משוגע דער אדער יענער מבין איז דערפאר.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:32 am
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:נאך אזאך. דאס אראפטרינקן א כוס קידוש וויין איז א רעבתנות און איז בכלל נישט די אופן וויאזוי מ'קען הנאה האבן פון וויין. וויין ברויך מען זיפן שטייטעלעך און צוביסלעך, מיט די עסען, נאך די עסן. אזוי קען מען אראפזיפן צוויי באטלעך ולא נודע.
איך מאך קידוש און טרינק מלא לוגמא, און זיפ דאס איבעריגע שטייטעלע און מ'שמועסט (מ'ברויך זיכער מאכן אז די משפחה איז נישט הינגעריג). ווען מ'איז פארטיג, גייט מען זיך וואשן און מוזגין כוס שני.
בכלל דאס טרינקען פונעם פולען זילבערנע בעכער איז א ברכה לבטלה, מ'קען נישט ריכטיג טעיסטען ווען די גלאז איז פול, גלייך נאך קידוש טרינקט מען קוים מלא לוגמיו און דערנאך גיסט מען דאס איבער אינעם וויין גאבלעט, דאן קען מען מקיים זיין דעם וקראת לשבת עונג.
און גענוי אזוי פירן מיר זיך. כ'האב שוין געקלערט פון מבטל זיין דאס בעכער אינגאנצען. ס'פאדערט זיך א ספעציעלע טאלאנט אריבערצופירן פון בעכער צום גלאז אן אראפלאזן א טיפה.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:37 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איך האב שוין פרובירט די טרוקענע וויינען וואס מיין ש. ברענגט פון אלע סארט און ביי יעדע עקסטרע האב איך געוואלט ברעכן... מיין מויל איז געווארן אזוי לויז ווי צו זאגן "שפיי דאס אויס!"
וועלכע וויין איז די מערסט פרענדלי פאר א בעגינער?
מ'סתם טרינקט ער זייער טרוקענע וויין און ממילא פארטראגסט עס נישט, כאפ נישט קיין הייסע לאקשען, טרייען און עראר איז די וועי טו קאו, קענסט טרייען די רעד שאבלי, אפשר א פינא ניאור (Pinot Noir), אדער בעט ביים וויין סוחר זאל אייך עפעס רעקאמענדירן פאר א ביגינער, און פרעג דיך נאך וועלכע וויין סוחר ווייסט וואס ער רעדט וועגן אסאך פון זיי ווייסן נישט בחייכון, אויך זאלסטו אין אנהייב נישט צאלן מער פון 15 דאלער, מאקסימום 20.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:40 am
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:און גענוי אזוי פירן מיר זיך. כ'האב שוין געקלערט פון מבטל זיין דאס בעכער אינגאנצען. ס'פאדערט זיך א ספעציעלע טאלאנט אריבערצופירן פון בעכער צום גלאז אן אראפלאזן א טיפה.
"מיר" מיינט דו מיט די בני בית? חחחח...
און פארן גיסן שטייט שוין, כל בית שלא נשפך בו יין כמים אין בו סימן ברכה.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:47 am
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:און גענוי אזוי פירן מיר זיך. כ'האב שוין געקלערט פון מבטל זיין דאס בעכער אינגאנצען. ס'פאדערט זיך א ספעציעלע טאלאנט אריבערצופירן פון בעכער צום גלאז אן אראפלאזן א טיפה.
"מיר" מיינט דו מיט די בני בית? חחחח...
און פארן גיסן שטייט שוין, כל בית שלא נשפך בו יין כמים אין בו סימן ברכה.
מיר טייטשן נשפך אין גרן אריין.
ווען איך מאך א סעודה נאר מיט די בני בית מאך איך קידוש אויף א גלאז. ווען איך פאר אוועק פאר שבת פאק איך נישט איין די בעכער פונעם זיידן.
דרך אגב, געווענליך טרינק איך נישט אינמיטן די וואך, חוץ אויב כ'גיי ארויס עסן. אבער היינט האסטו מיר אנגערייצט די אפעטיט...
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:51 am
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:דרך אגב, געווענליך טרינק איך נישט אינמיטן די וואך, חוץ אויב כ'גיי ארויס עסן. אבער היינט האסטו מיר אנגערייצט די אפעטיט...
אוי יוי אוי, וואס האסטו אין קעלער?
כ'טרינק אויך נישט אינמיטן וואך, אמאל אויב ס'בלייבט שריים פון שבת און ס'נאך גוט, אדער ווען כ'גיי ארויס, ניין, נישט דעיע ארויס, ארויס עסן... אדער ביי א שמחה, מ'דארף דאך ווינטשען לחיים.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:55 am
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:דרך אגב, געווענליך טרינק איך נישט אינמיטן די וואך, חוץ אויב כ'גיי ארויס עסן. אבער היינט האסטו מיר אנגערייצט די אפעטיט...
אוי יוי אוי, וואס האסטו אין קעלער?
כ'טרינק אויך נישט אינמיטן וואך, אמאל אויב ס'בלייבט שריים פון שבת און ס'נאך גוט, אדער ווען כ'גיי ארויס, ניין, נישט דעיע ארויס, ארויס עסן... אדער ביי א שמחה, מ'דארף דאך ווינטשען לחיים.
ווען אימער מ'זעצט זיך עסן א סעודת מרעים, צו אין א רעסטעראונט אדער ביי א שמחה אדער א שבת ויו"ט קומט עס מיט וויין. אז מ'כאפט אריין א נאכטמאל איז נישט דא די צייט.
אין קלער איז יעצט דא א - וואס דען? - קאבארנעי. וויינשטאק'ס. קאסט, דאכט זיך, צוואנציג דאלאר און איז זייער גיט פאר מיר.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 1:44 am
דורך זר זהב
מיין ש. מאכט טאקע קידוש נאר אין א גלאז. די בעכער מאטריעאל מאכט חרוב דעם טעיסט טענה'ט ער. אויך כאפ איך זיך יעצט אז ער האלט די וויין רום טעמפוטאר, ס'קיינמאל נישט אין פרידזשידער. טריקענע וויין טאר נישט זיין קאלט?
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 2:23 am
דורך געפילטע פיש
רוב טריקענע וויינען קומען רום טעמפעראטור, אפאר קומען א טראפ קילער, אבער ממש א טראפ.